בלאט 1 פון 2

יומענס אף ניו יארק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:16 am
דורך הציץ ונפגע
"אויב זענט איר אדורכגעפארן די ברוקלינער נעווי יארדס נעכטן מיטוואך ביינאכט, וואלט איר געזען אן ערוואקסענעם מענטש וויינען אין א ליידיגן פארקינג לאט". די ווערטער האט ברענדאן סטענטאן געפאוסט אויף זיין בלאג פאריגע וואך דאנערשטאג בייטאג. ווער איז ברענדאן סטענטאן און פארוואס האט ער געוויינט אין א ליידיגן פארקינג לאט אין דעם ברוקלינער נעווי יארד? ברענדאן סטענטאן איז דער פאטאגראפירער און בלאגירער פון יומענס אף ניו יארק (מענטשן פון ניו יארק). סטענטאן איז געווען 25 יאר ווען ער האט זיך געטראפן אן א שטאך ארבעט. ארויס פון קאלדעזש איז ברענדאן געווארן א באנד טרעידער אין שיקאגא. נאך דריי יאר, האט זיין פירמע אים אפגעזאגט צוליב עקאנאמישע שניטן וואס זיי האבן געמאכט. סטענטאן איז געקומען אויף ניו יארק און, זייענדיג ארבעטסלאז, האט ער באשלאסן אנצונעמען א פראיעקט ווי ער וועט פאטאגראפירן מענטשן פון ניו יארק און ווען ער וועט האבן 10,000 בילדער וועט ער דערפון מאכן א מאפע פון ניו יארק סיטי. ער האט אנגעהויבן כאפן די בילדער און זיי ארויפגעשטעלט אויף א פעיסבוק גרופע וואס ער האט גערופן Humans of New York. כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום פריערדיגע ערפארונג אין פאטאגראפיע האבן זיינע בילדער אויסגעקוקט גאנץ פראפעסיאנאל.

נאך בערך א יאר פון לייגן בלויזע בילדער האט סטענטאן אנגעהויבן האבן שמועסן מיט די מענטשן וועם ער האט פאטאגראפירט. און סטענטאן האט אנטדעקט אז יעדער מענטש איז אן אוצר מלא, א כאראקטער פאר זיך. סטענטאן האט אנגעהויבן צוצולייגן קורצע זאצן צו די בילדער וועלכע ער האט ארויפגעלייגט אויף פעיסבוק - געווענטליך ציטאטן פון די מענטשן וועמענ'ס בילד ער האט געכאפט. דאס האט גאר שטארק אויסגענומען ביי מענטשן און ביז א קורצע צייט האט זיין פעיסבוק פעידזש אנגעהויבן באקומען טויזענטע לייקס. היינט צו טאגס האט סטענטאן איבער א מיליאן נאכפאלגער אויף סאציאל מידיא, און דער 29 יעריגיער פאטאגראפירער איז א סאציאלער-מידיא שטערן.

זיין הצלחה איז געווען אזוי שטארק, אז הונדערטער ספינ-אפס פון זיין בלאג זענען ארויסגעקומען. עס איז אפילו דא א יומענס אף צפת פעיסבוק פעידזש! סטענטאן האט אויך מיט די יארן פארמולירט אפאר פראגעס וועלכע זענען געצילט ארויסצוברענגן אין קורצע זאצן די טיעפסטע געפילן פון א מענטשן, א שטייגער ווי "ווען דו קענסט ווען געבן ראט פאר א גרויסע גרופע מענטשן, וואס וואלט דאס געווען?" און "וואס איז געווען די טרויעריגסטע צייט פון דיין לעבן?" סטענטאן האט אנטדעקט אז מענטשן זענען גרייט זיך אויפצועפנען פאר א פרעמדן מאן מיט א קאמערא ווי פאר זייערע נאענסטע פריינט.

נאך דריי יאר פאטאגראפירן טויזענטע ניו יארק מענטשן האט סטענטאן באשלאסן צו פובליצירן זיין אייגענעם בוך. גרויסע פובליצירערס האבן אים אפגעזאגט. אפאר האבן געטענהט אז פאטאגראפיע אינטערעסירט נישט קיינעם. אנדערע האבן געהאלטן אז וויבאלד דער בוך אפעלירט נאר צו ניו יארקע איינוואוינער איז דאס נישט אינטערעסאנט פאר אן אינטערנאציאנאלען פובליצירער. איין פובליצירער, סט. מארטין'ס פרעסע, האט יא אנגענומען צו דרוקן דאס בוך. דאס איז געווען א קלוגער שריט פון זייער זייט וויבאלד דער בוך האט באקומען אזויפיל ווי 30,000 ארדערס נאך בעפאר עס איז אפילו געווען צו באקומען!

פאריגע וואך מיטוואך ביינאכט האט ברענדאן סטענטאן געעפנט די ניו יארק טיימס און איז ערשטוינט געווארן צו זען ווי זיין בוך איז אנגעקומען צו זיין דער נומער 1 ניו יארק טיימס בעסטסעלער, איבערנעמענדיג אפילו דאס פלאץ פון ביל אריילי'ס בעסטסעלער "דאס הרגענען פון יעזוס"! דאס האט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען פאר דעם בוך, און אין זיין ווילדסטען חלום האט סטענטאן זיך נישט פארגעשטעלט אז ער וועט אנקומען צום ערשטן פלאץ אין ניו יארק טיימס.

סטענטאן האט אויך במשך די לעצטע פיר יאר אפגעהאלטן פארשידענע אינדיגאגא אפיעלס ווי ער האט אויפגעטריבן געלט פאר פארשידנארטיגע צדקה צוועקן, פון קויפן א הינטל פאר אן ארעמער אינגל, ביזן אויפטרייבן 300,000 דאלער פאר הוריקעין-סענדי געשעדיגטע. מיט אזא ריזן נאכפאלגערשאפט האט סטענטאן די כוח ארויסצוצוען קליינע סכומים פון טויזענטע מענטשן און אזוי ארום שאפן אסאך געלט.

אבער אזא פאפולעריטעט קומט נישט אן קיין נעגאטיוויטעט. און צום באדויערן האט די נעגאטיווע שטריך פון HONY, ווי זיינע פענס רופן אים, אויך ארויסגערופן נעגאטיווע שטריכן אויף די חסידישע קאמיוניטי פון ניו יארק. ומעשה שהיה כך היה:

בילד
I came upon these two on the sidewalk. They were having a conversation. “Excuse me,” I said, addressing the girl: “I’m sorry to interrupt, but is there anyway I can take your photo?”

"Why would you want my photo?" she asked.
"Because you look beautiful," I said. And she did. She was Sudanese. There is a very distinct beauty among people from the Sudan, and she was filled up with it. Suddenly the man cut in:
"I was just telling her she was beautiful," he said.

Naively, I assumed I had just walked up on one stranger giving a compliment to another. I wanted to capture the moment. “Let me take your photograph together,” I said. The man seemed reluctant, he started smiling nervously and inching away. But the girl called him back.

"Come take a picture with me," she said. Encouraged by her attention, he returned. She put her arm around him, and I took the photo.

As I examined the photos on my camera, the man started whispering to the girl. She answered him in a loud voice: “I told you! I’m not that kind of girl.” She seemed agitated now. Finally sensing that I had misread the situation, I stepped between them. The man began hurrying down the sidewalk.

When the man left, the girl’s demeanor changed completely. She seemed shaken. Her eyes were tearing up. “He just offered me five hundred dollars to go out with him,” she said. “And then when I said ‘no,’ he offered me one thousand. Why does this always happen to me?”

"It happens a lot?" I asked.

"All the time," she said. "I’m sorry I’m getting emotional. I just can’t go out of my house without this kind of thing happening. I have a son. I’m a mother. I would never degrade myself like that. I just don’t understand why this keeps happening."

"Do you mind if I tell this story?" I asked.
"Please," she said. "Tell it."

Let’s hope this man, and all men, realize the emotional damage they are inflicting on the women they try to buy. In the meantime, feel free to SHARE.


נאך אפאר טויזענט קאמענטס אויף פעיסבוק, האט סטענטאן אראפגענומען דאס בילד פון זיין פעיסבוק פעידזש, שרייבענדיג אז ער טוט דאס צוליב די בקשה פון די משפחה. פרויען'ס-רעכטן-גרופעס האבן קריטיקירט סטענטאן פארן אראפנעמען דאס בילד פון פעיסבוק, כאטש ער האט עס געלאזט אויף זיין סייט.

די פארווערטס האט געבעטן סטענטאן זיי צו ווייזן זיינע אידישע מענטשן פון ניו יארק, אבער סטענטאן האט זיי צוגעשיקט א נעבעכדיגע סכום פון פיר בילדער. זייענדיג א שטענדיגע יומענס אף ניו יארק נאכפאלגער, האב איך געמאכט א שטיקל קאלעקציע פון אידישע יומענס אף ניו יארק, אט זענען א טייל פון די אידישע בילדער (קאפירייט רעכטן, ברענדאן סטענטאן):

557812_381081748632598_749418784_n.jpg


428588_259337640807010_1206950461_n.jpg


425775_381126125294827_1779227129_n.jpg


391471_352455388161901_506596083_n.jpg


פורים אין קרוינהייטס:
(ליינט פולקאמע דעסקריפציע אויף סטענטאן'ס בלאג)

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:19 am
דורך הציץ ונפגע
426004_259284174145690_1351951097_n.jpg


247374_372553546152085_1910423600_n.jpg


377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg


318919_386342644773175_2109787968_n.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:20 am
דורך הציץ ונפגע
tumblr_mbdpbmRNjX1qggwnvo1_1280.jpg


tumblr_miqw9u4dKp1qggwnvo1_1280.jpg


tumblr_mtg8izrAgy1qggwnvo1_1280.jpg


tumblr_mtp0xlkBe01qggwnvo1_1280.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:22 am
דורך הציץ ונפגע
579473_289364257804348_304405554_n.jpg


tumblr_malmc1HRtW1qggwnvo1_1280.jpg


tumblr_maju3o2gri1qggwnvo1_1280.jpg


tumblr_malmcrGr831qggwnvo1_1280.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:25 am
דורך הציץ ונפגע
577583_308825402524900_88817694_n.jpg


543506_291592764248164_207788692_n.jpg


377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg


540268_308864809187626_1693434295_n.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:27 am
דורך הציץ ונפגע
563455_290817324325708_1067321793_n.jpg


545401_370843722989734_1344822864_n.jpg


535357_285297611544346_798524623_n.jpg


559064_338468082893965_775382494_n.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:30 am
דורך הציץ ונפגע
tumblr_mrnbf8HLZS1qggwnvo1_1280.jpg


tumblr_mrnjzzD8cJ1qggwnvo1_1280.jpg


576767_303748796365894_2109660442_n.jpg


564622_367562619984511_1751932279_n.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:01 pm
דורך [NAMELESS]
וועגן די פרשה פון די חסידישע איד האב איך געשריבען דא
viewtopic.php?f=26&t=589

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:05 pm
דורך לעיקוואד
(דאכציך דער פארווערטס ארטיקל איז נאר פון אזעלכע בילדער וואס זענען ערשינען אין דער בוך)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:17 pm
דורך יואליש
אויף דעם חוה"מ טריפ בילד האט זיך געטוהן א גאנצע געטיאכץ אויף זיין פעיסבוך פעידזש אויב דער אויף די רעכטע זייט איז א זוהן אדער נישט.

מ'קען זעהן אין די קאמענטס אז ער דערגרייכט א אודיענץ וואס האט נישט דאס מינדעסטע השגה איבער ארטאדאקסישע אידענטום'ס לעבענסשטייגער. אנדערע זענע יא גאנץ באקאנט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:18 pm
דורך נולד מאוחר
דאס איז מיר געפאלען פון זיין סייט.
בילד
השמח בחלקו

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:22 pm
דורך ממרום שלח אש
א דאנק הציץ ונפגע פאר די אינטערעסאנטע אשכול, עס איז מיר געווען א נייעס.

דורכקוקנדיג זיין סייט, האט מיר געכאפט די בילד

בילד

דארונטער א טרוקענע פאקט,

Last guy who messed with him got whacked.

ידע הציבור ויזהר...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:41 pm
דורך ונבנתה העיר
ער איז געוויס א גלגול פון אדון טשורטשיל.
"Just make sure you don’t put me on a porno site. Actually, you can even do that. I don’t care."

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:32 am
דורך יידל
אוי, דו ווייסט וואס זיי האבן געמאכט מיט דעם מענטש? ער האט געהאט א קאנטעסט מ'זאל פאטאשאפירן דעם טשורטשיל-אפשטאמיגער אין מאדנע פאזיציעס. ער האט ארויפגעשטעלט נאכדעם צענדליגע בילדער. hilarious.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:51 am
דורך רויטע וואנצעס
יידל האט געשריבן:אוי, דו ווייסט וואס זיי האבן געמאכט מיט דעם מענטש? ער האט געהאט א קאנטעסט מ'זאל פאטאשאפירן דעם טשורטשיל-אפשטאמיגער אין מאדנע פאזיציעס. ער האט ארויפגעשטעלט נאכדעם צענדליגע בילדער. hilarious.


לינק? א דאנק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:40 pm
דורך יידל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
יידל האט געשריבן:https://www.facebook.com/media/set/?set=a.542386599168778.1073741828.102099916530784&type=1


ייש"כ, דאס איז ריזיג!!

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 6:13 pm
דורך אפטעמיסט
היומענס אוף ניו יארק האט היינט א שיינע בילד פון א אינגע היימישע פארפאלק. זייער מעסעדזש האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין אביסל קאנטראווערסיאל, עי' בהתגובות שם ותמצא נחת.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 6:49 pm
דורך עסקן בדברים
I can't see the comments. could you post a link

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:55 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:35 pm
דורך ביבער
[left]What do you want most for her?

Before you ask that, you must know what we want for ourselves. Sure we want her to be happy. And to be successful. But for us, above all it is about serving God.[/left]

דער געפעלט מיר נישט, ער האלט א קאוק אין האנט און רעדט נאך פון גאט? רחמנא לישזבן וואו מהאלט שוין היינט.

באמת איך האלט שטארק פון זיין ענטפער, זייער צום פוינט ער איז שטאלץ מיט זיין רעליגיע, א קידוש השם.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 7:00 pm
דורך ממרום שלח אש
את אשר יגורתי בא

https://www.facebook.com/humansofnewyor ... =1&theater

"I've always been terrified of running into you and having absolutely nothing to say."

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 3:54 pm
דורך ביבער
אופס, א פרישער יוחנן כהן גדול.

https://www.facebook.com/humansofnewyor ... permPage=1