בלאט 1 פון 1

טשעטן געלעקסי 4

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:15 pm
דורך אחד העם
כבין פשוט אן עם הארץ טעכנעלוגיע, ביטע באפאלטס מיך נישט אויב איך.פרעג נישט צו דער זאך,
אז איך וויל טשעטן קען איך עס טון מיט די עפפ talk אן דעם וואס מען זאל זען מיין נומבער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:18 pm
דורך שמעקעדיג
יא, עס האט מיט דיין אימעיל אדרעס.
ס'איז גארנישט אנדערש ווי טשעטן פון TALK אויפן קאמפיוטער.

אגב, די עפפ איז שוין געטוישט פאר Hangouts

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:22 pm
דורך אחד העם
שמעקעדיג האט געשריבן:יא, עס האט מיט דיין אימעיל אדרעס.
ס'איז גארנישט אנדערש ווי טשעטן פון TALK אויפן קאמפיוטער.

אגב, די עפפ איז שוין געטוישט פאר Hangouts

וואס הייסט געטוישט, ביי מיר אויפ'ן פערטען געליקסי האב איך נאר א עפפ talk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:33 pm
דורך שמעקעדיג
מעגליך אז עס טוט זיך נישט אפדעיטן דיינע פראגרעמס.

טאלק האט אפאר מעלות איבער הענגאוטס, סאו מעגליך לאז עס אויף דערווייל. די מטרה איז עניוועי די זעלבע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:46 pm
דורך אחד העם
תודה [tag]שמעקעדיג[/tag]
ריח שמניך טובים...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:27 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג, וועלכע מעלות מיינסטו?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:36 am
דורך אברעמעל
די אנליין פיטשער איז נישט געהעריג צוריקגעקומען, ועוד רבים כי אי אפשר לפורטם.
איך האב צוריקגעטוישט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:12 pm
דורך שמעקעדיג
כ'אברעמל, קודם כל מען קען נישט זעהן צי יענער איז אקטיוו אדער נישט. דאס איז די #1 טענה וואס אלע האבן, זיי האבן עס פשוט אוועקגענומען פאר נאו גוד ריעזאן.
#2 עס איז שרעקליך שטייט. טאלק האט געארבעט אין סעקונדעס. הענגאוטס נעמט אויף מיין פאון בערך 12 סעקונדעס זיך צו לאודן.
#3 עס ארבעט נישט קיין ENTER קנעפל, ד.ה. מיטן פאון קענסטו נישט מאכן א ענטער, אפילו דו מאכסט ערשיינט עס ווי איין לאנגע סענטענס/פאראגראף.
#4 קענסט נישט מעקן גארנישט דערפון. אסאך מאל האב איך איין פריוואטע מעסעדזש פון א לאנגע טשעט, און איך קען נישט פטור ווערן דערפון. די זעלבע איז מיט א בילד. אויב שיק איך איינעם א בילד (גראדע א הוספה אין הענגאוט, טאלק לאזט נישט קיין בילדער) קענסטו מער נישט פטור ווערן דערפון, ס'איז קשורה לך ככלב. עס גייט אריין אין דיין פיקטשערס גאלערי, ויהא מונח עד שיבא אליהו.

איך וויל נישט נאכאמאל אנהייבן שרייבן און זיך רעגן, אבער בקוצר אמרים: לעצטנס, כמעט יעדע זאך אויף וואס גוגל לייגט ארויף זייערע הענט און טוט אפדעיטן, ווערט ערגער און גייט מטה מטה. איני יודע מה נעשה עמם. א באנדע שוואנצאנים. מען קען קלאגן איכה אויף אזא קלוגע קאמפאני וואס מאכט לעצטנס אזעלכע שלעכטע דעסישאנ'ס.
איך האב פיינט זייער דזשימעיל אויפן דעסקטאפ, און פיל מער זייער דזשימעיל עפפ אויף אנדרויד, זייער נייע איבערגעמאכטע מעפס לעצטנס איז אויך גאנץ עקלדיג און מער קאמפליצירט צו נוצן, הענגאוט איז געפערליך, די משוגעת צו שטופן יעדע מינוט יעדן קאנטאקט צו מיינע גוגל + סירקסלס מאכט קראנק, יוטוב איז געווארן ערגער, און די ליסטע איז נאך א לאנגע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:40 pm
דורך געפילטע פיש
וואס זענען די גרינע פינטלעך אויב נישט צו ווייזן ווער ס'איז אנליין?

בילד

איך האב גראדע שטארק הנאה פון די שיקן בילדער וואס זיי האבן צוגעלייגט. אזוי אויך גייט די נעקסטע ווערסיע זיין אינטעגרעיטעד מיט SMS, אז מ'וועט שוין נישט דארפן אן עקסטערע עפפ פאר טעקסט, נאר מ'וועט שיקן גראד פון די הענגאוטס. אזוי אויך וועט מען קענען שיקן די GPS לאקאציע אינעם עפפ, וואס די אלע זאכן וועט עס ברענגען נענטער צו whatsapp.

איך האב מיך אפגעהאלטן פון טוישן צו הענגאויטס די ערשטע פאר אפדעיטס, ביז זיי האבן צוגעלייגט די מאלטי יוזער אפציע, אבער יעצט איז עס שוין א דבר כמעט מושלם, מ'דארף נאר קענען שיקן ווידיאוס, קאנטאקס, און אודיאו, און מ'קען שליידערען דעם וואטסעפ צו אלע רוחות. אזוי וועסטו קענען האבן א יושב בסתר גרופע, יושבים בגלוי, און נישט זיין צוגעבינדען צו דיין פאון נאמבער.

מיט די מעפס אויפן דעקסטאפ וועל איך בעל כורחי מוזן מודה זיין, אבער דאס איז גוגל, זיי זענען אגרעסיוו ארויסצושטופן אפדעיטס ווען ס'איז 90% גרייט, אזוי קענען זיי באקומען פידבעק פונעם עולם און זעהן וואו צו פיקסען. רוב פעלער האסטו די אפציע, אזויווי ביי מעפס, צו נוצן די אלטע ווערסיע.

לגבי אימעיל כבר דננו במקו"א, אבער ווען כ'האב שוין יא געוואלט פראבירן אוטלוק.קאם עפפ האט ער זיך נישט געקענט קאנעקטן מיט active sync צו מיין ארבעט אימעיל.

די יוטוב עפפ איז געווארן בעסער לדעתי, אז דו קענסט וואטשן אויף א פערטל סקרין בשעתן בראוזן די עפפ. און כ'ווייס נישט וואס פונקטליך דו מיינט מיט די גוגל + צירקלס, מיר שטופן זיי נישט אין ערגעץ, נאר בדרך שאדם רוצה, מוליכין.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:32 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע, דיין בילד באווייזט זיך נישט ביי מיר.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:08 pm
דורך שמעקעדיג
הענגאוטס אליין שרייבט אויפן עפפ סטאר:

(אגב: קוק וויפיל נעגאטיווע רעוויואס)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:37 pm
דורך געפילטע פיש
די בילד אויבן קענסטו נישט זען? דאס בילד קענסטו יא?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:15 am
דורך אברעמעל
איבער חסרונות פון זייערע אפדעיטס קען מען שרייבן און שרייבן, כ'בין שוין צוריק צו די אלטע מעפס איז ער שוין אויך נישט ווי אמאל.
למשל כ'האב אריינגעלייגט א געוויסע אדרעס אין מאנהעטן וועלענדיג זעהן וועלכע וועג האט די ווייניגסטע טרעפיק, ברוקלין ברידזש וואלט געדארפט זיין די בעסטע, למעשה האט ער מיר געגעבן מאנהעטן ברידזש וואס איז געווען געפערליך אנגעלייגט, וויפיל איך בין געגאנגען נענטער צום ברוקלין האט ער געזוכט א וועג צו מאנהעטן, ערשט ווען איך בין שוין געווען אויפן ברוקלין האט ער געטראסקעט מיט די ETA צו מער ווי האלב, ווייל די ברוקלין האט נישט קיין טרעפיק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:27 pm
דורך אחד העם
[tag]שמעקעדיג[/tag] פארוואס ווען איך אפדעיט talk צו הענג אוט בעט'ן זיי מיר צו קאנפירמען מיין פאון נאמבער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:32 pm
דורך שמעקעדיג
ווייסעך נישט, איך האב דאס נישט געהאט.

דאס איז וואס גוגל שרייבט:
https://support.google.com/hangouts/ans ... 6671?hl=en

איך גלייב אז [tag]געפילטע פיש[/tag] וועט ענדערש האבן אן ענטפער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:38 pm
דורך אחד העם
אוי בין איך איינגעמיירעט... כהאב שוין מער נישט טאלק...
אז איך קאנפירם נישט גייט עס וויזען מיין פאון נאמבער בעל כרחי... דע חברה האבן נישט מורא פון גילוי...מען דארף זיי מודיע זיין אז דער חזון איש האלט אז היינטיגע צייטען גייט נאך אן די חשש גילוי מיט א שטארקייט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:43 pm
דורך געפילטע פיש
לכאורה פאר דעם.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:37 pm
דורך שמעקעדיג
איך גלייב נישט אז די נומבער וועט זיין וויזיבל.
בכלל, מען קען דאך האבן טאלק אן א פאון אויכעט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:43 pm
דורך אחד העם
וואס מיינסטו, גוגל וואוס, אפשר זאגסטו מיר וויאזוי מען מאכט עס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:44 pm
דורך שמעקעדיג
ניין, איך מיין צו זאגן מען קען האבן גוגל טאלק אפילו אן א סעלפאון, בלויז מיטן קאמפיוטער און א אימעיל אדרעס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 12:12 pm
דורך שמעקעדיג
Personally, I'm not a fan of this consolidation

.

Re: טשעטן

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 8:19 pm
דורך געדאנקן
@whatever
פארוואס קען מען דיר נישט שיקן אישי'ס?

Re: טשעטן

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:34 pm
דורך שטריימל באקס
געדאנקן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 8:19 pm @whatever
פארוואס קען מען דיר נישט שיקן אישי'ס?
פריוואטע מעסעדזשעס זענען נאר אפען נאך 25 תגובות
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 93#p526093