שכוח בעינאר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל
שכוח בעינאר
שלום עליכם טייערע פריינט. לעצטענס בין איך נישט אויף קאווע שטיבל צוליב'ן זיין פארנומען יומם ולילה. איך ווייס אז איך בין נאך שולדיג אפאר ארטיקלען וואס כ'האב צוגעזאגט, ועוד חזון למועד ווען די צייט וועט ערלויבן. כ'וויל מיך אבער אפרעדן דאס הארץ איבער אן אומרעכט וואס ווערט געטוען.
א אינגערמאן שיקט מיר פריער אריין א בריוועל וואס ער האט באקומען פון די גאווערמענט איבער פוד סטעמפס. דער בריוועל מעלדט אים, אז אין נאוועמבער וועט זיין פוד סטעמפס ווערן געשניטן מיט אריבער הונדערט דאלער א חודש.
דער אינגערמאן איז אויסער זיך. ער איז א שווערער ארבעטער, טרוד על המחיה ועל הכלכלה, אבער ער קומט נישט אויס מיט זיין וועידזש אויסצוהאלטאן זיין קינדער-געבענטשטע משפחה. ער איז אנגעוויזן אויף הילף ווי פוד סטעמפס און סעקשאן 8 צו קענען באצאלען דעם יקרות'דיגן לעבן. ער איז לעגאל בארעכטיגט צו באקומען יעדען דאלער וואס ער באקומט.
דעם אינגערמאן'ס מצב טוט מיר זייער וויי. צוליב דעם נעם איך אפיר דעם פעדער (בעסער געזאגט, דעם קיבארד). נישט ווייל איך האלט אז איך וועל עפעס אויפטוען, נאר פשוט אז ס'טוט וויי שרייט מען.
אין די לעצטערע יארן ווערט דער היימישער עולם מער און מער רעפובליקן געשטימט. די היימישע געגענטער אין ברוקלין זענען געווארן ווי אן אינזל פון רעפובליקאנער אין א ים פון ניו יארק סיטי דעמעקראטן. איך גיי נישט יעצט אריין פארוואס ס'איז אזוי, ווען ס'האט זיך געטוישט דער מציאות אז היימישע אידן זאלן אפלאזן דעם דעמאקראטישן פארטיי ווי אונזערע עלטערן זענען געווען און מ'זאלן ווערן קאנסערוואטיוו געשטימט. אבער איך שטיי און איך וואונדער מיך: ווי אזוי קענען מענטשן זיין אזוי בלינד אקעגן די אייגענע אינטערעסן?
די סיבה פון דעם פוד סטעמפס רעדוקציע איז צו פארדאנקען די רעפובליקאנער, ובראשם זייער פירער בעינאר. זיי שטייען על המשמר זיכער צו מאכן אז די פוד סטעמפס שניטן גייען אריין אין קראפט.
ס'קומט זיך פאר די רעפובליקאנע פארטיי קרעדיט. זיי האבן מצליח געווען צו טאן דאס אומגלויבליכע, זיי האבן מסביר געווען פאר ארעמע מענטשן אז רייכע דארפן שטייער-שניטן. עניים ואביונים פארשטיין אז זיי דארפן אוועקגעבן זייער לחם לאכול כדי די רייכע זאלן האבן מער געלט.
נישט אז די שטייערן זענען הויעך. א נעכטיגן טאג. יא, פאר מיר און דיר, פשוטע עמך מענטשן וואס מ'רופט אן מיטל-קלאס, זענען די שטייערן הויך (אבער נאך אלץ פון די נידריגסטע וואס מ'האט נאר אמאל געצאלט!) אבער פאר די רייכע, זיי לעבן זיך א חיים טובים און דארפן נישט קיין רחמנות.
נעמט אזא איינעם ווי מיט ראמני. א רייכער געוועליר, ווערד הונדערטער מיליאנען דאלארן. וואס מיינט איר? וויפיל האט ער געצאלט אינקאם שטייער? כ'מיין, די העכסטע ראטע איז דאך עטליכע און דרייסיג פראצענט (היצטערט, איז עס ניין און דרייסיג. ביז היי יאר, פינף און דרייסיג). לכאורה דארף דער רייכער באצאלן דעם העכסטן ראטע. אבערווייז. ראמני האט אין די יארן פון 2000 ביז 2010 געצאלט אן ערך פון דרייצן (נישט קיין טייפא) פראצענט!
דער ריזיגער קאמפעני עפל. וויפיל האבן זיי באצאלט? עממממ, כ'ווייס נישט פונקטליך. ס'איז א מחלוקת ה'חשבונאים. ס'דא וואס זאגן אן ערך פון צען פראצענט, ויש אומרים אכצען פראצענט. ס'ווענדט זיך ווי אזוי מ'רעכענט... ס'איז נישט קיין הלצה. איך און דו האבן איין וועג פון רעכענען: מ'האמיר געמאכט געלט, דארפן מיר באצאלן וויפיל אנקעל סעם פארלאנגט. עפל און אנדערע רייכע זענען אנדערש. זיי האבן זייער קאמפליצירטע חשבונות וואס ס'הייסט געמאכט געלט און וואס ס'מיינט באצאלט. ס'איז א לאנגער שמועס פאר זיך אלע דריידלעך וואס זיי נוצן. און ס'איז לעגאל! די טעקס קאוד איז לכתחילה אזוי געשריבן אז די רייכע זאלן האבן אויסוועגן. נאך אלעם, זיי געבן געלטער פאר פאליטישע קאמפיינס (וואס זענען מסביר פאר'ן ארעמען ארבעטער אז רייכע דארפן שטייער-שניטן) בשעת מיר פלאגן זיך צו קענען אויסקומען דעם טאג.
וואס דארפט איר מער פון דאס פאלגענדע: ווארען באפעט, פון די רייכסטע מענטשן אויף די וועלט, שרייעט אז ס'איז נישט יושר אז ער באצאלט א קלענערן ראטע פון זיין סעקראטאר!
איך בין נישט דא אייך מסביר זיין שיטת הדעמאקראטן. איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי קענען מענטשן וואס דארפן הילף פון די גאווערמענט שרייען אז מ'דארף שטייער-שניטן און מ'זאל שניידן די פראגראמען אויף וואס די דאזיגע מענטשן לעבן כדי צו באצאלן די שטייער-שניטן?! ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
איז דא עפעס וואס איך פארזעה?
ידעתי בני, ידעתי. נישט אלעס איז געלט. ס'זענען דא אנדערע וויכטיגע אישוס וואס די רעפאבליקאנער זענען גערעכט און די דעמאקראטן זענען ממש נישט צו פארשטיין.
ס'איז דאך דא א סעקאנד אמענדמעמט. יעדער מעג האבן גאנס!
ס'איז אפשר נישט אזוי איידל, אבער חתונה האבן, נו, דו ווילסט טאקע אז... שוין...
עובר במעי אמו/ה. ממש רציחה.
מחלמות. מיר דארפן באמבארדירן אן אנדערן לאנד יעדע שטיק צייט (חוץ סיריע פארשטייט זיך), מ'דארף ווייזן ווי מעכטיג מיר זענען!
אבאמא קעיר. ממש א קאטאסטראפע. אונז דארף מיר אנשטאט דעם דעם אפארדעבאל קעיר אקט!
וכולי וכולי וכולי,
אלעס טאקע זייער חשוב און וויכטיג. אבער מתי אעשה גם אנוכי לביתי? זענען דאס אלעס וויכטיגער פון קענען אויסלעבן דעם טאג?
אקעי. דער מיסטער אקאונטענט עשה את עצמו כאילו לא ידע. ער איז דאך דער וואס דארף דאס פארשטיין! אמעריקא איז דאך פארזינקען אין חובות, ממש צענדליגער טריליאנען דאלארען, מ'מוז דאך עפעס טוען דערוועגן!
פיין. אבער אפשר קען מען העכערן שטייער אויף די רייכע? נישט חלילה אז מ'זאל העכערן די שטייער ראטעס, נאר פשוט זיכער מאכן אז די רייכע באצאלן דעם זעלבן ראטע פון מיטל-קלאס מענטשן. איז דאס נישט יושר? אפשר קען מען זיך שפארן אביסל געלט מיט'ן אויפהערן איבערבויען אנדערע לענדער ווי איראק וכדומה? אולי ואולי זאל מען אויפהערן פינאנצירן פראיעקטן פאר'ן מיליטער וואס קיינער דארף נישט?
וכהנה רבות ווי אזוי מ'קען אראפברענגן די אויסטערלישע חובות. פארוואס דארף מען שניידן פונעם ארעמען שיכט פונעם פאלק?
לאמיר גיין א טריט ווייטער. לאמיר שוין זאגען אז נאר דורך שניידן פוד סטעמפס קען מען אראפנידערן אמעריקא'ס חובות. דארפן דווקא מיר - וואס זענען נהנה פון די אלע פראגראמען - זיין די וואס פארלאנגען דאס צו שניידן? איך ווייס נישט איבער דיר, אבער איך שלאף גאנץ רואיג ביינאכט בשעת אמעריקא זינקט אין חובות.
איך זארג מיך מער איבער באצאלען מיינע חובות.
משל למה הדבר דומה: א פרישער אינגערמאן נאך די חתונה האט געמאכט א דיעל מיט זיין ווייב. ער איז דאך דער מאן, וועט ער קעיר נעמען פון די גרויסע זאכן בשעת די פרוי וועט קעיר נעמען פון די קליינע זאכן. זי וועט קאכן, באקן, קלינען, מחנך זיין די קינדער, און ברענגן פרנסה. ער וועט זיין פארנומען מיט די גרויסע זאכן, ער וועט קעיר נעמען פון אמעריקא, רוסלאנד, איראן, איזראעל, וכדומה...
אזוי זעהט אויס איינער וואס זארגט זיך איבער אמעריקא'ס חובות מער ווי פון זיינע.
צום שלוס: געלויבט גאט אז איך האב נישט קיין פראגראמען און כ'קום אויס פון מיין פרנסה. פון מיר גייט גארנישט געשניטן ווערן. ס'טוט מיר נאר וויי איבער'ן מצב פון מיינע פריינט און באליבטע וואס פאר זיי קומט שווערע יארן. כ'בין שוין נישט געווען שטימען פאר לאנגע יארן פשוט ווייל כ'האב בעסערס וואס צו טוען און כ'בין נישט געווענליך פאר איין פארטיי מער ווי דעם צווייטן. אין די קומענדיגע וואלן וועל איך מיך אי"ה יא באטייליגן כדי אויסצודריקן מיין אויפברויז איבער דעם אומרעכט וואס די רעפאבליקאנער טוען.

The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
כאב אביסל מחשבות וועגן דיין שיטה
קודם סאונד עס אביסל חאזעריש און סעלפיש, נאכאלעם רעד מיר דא פון א "מתנת חנם" וואס מ'נעמט ארויס "מיט געוואלד" פון יענעמס טאש דער שטייערצאלער, אפגעזעהן ווי רייך יענער איז איז עס פארט יענעמס ערליך פארדינטע געלט, ממילא מעג מען זיין אביסל האמבל און דאנקבאר פאר די עשירים, נישט זיי אראפרייסן, די ווארט איז נישט מ'האט רחמנות אויף די עשירים, די ווארט איז "ליבערטי" "חירות" דאס מיינט יעדער האט א רעכט צי פארדינען וויפיל איהם שמעקט און יעדע פעני וואס מ'צווינגט ארויס כדי צו פיטערן נישט אזעלעכע סוקסעספולע בירגער דארף זיין ממש א לעצטער מיטל, און מ'דארף זיך אנטשולדיגן און דאנקבאר זיין פאר זיי,
אונטער קאמוניזם, ארבעט עס אזוי אז משורת הדין געהער יעדע פרוטה פאר די רעגירונג, און וויפיל די רעגירונג לאזט איבער פאר די בירגער איז עס חסד פון די רעגירונג, דא און א דעמאקראטישע לאנד ארבעט עס פונקט קאפויער, יעדער האט די פרידעם צו זיך איינקויפן א רייכטום ווי קרח, און וואס מ'שלעפט ארויס איז ממש כאילו כפאו שד,
דאס איז איינס,
שנית דארף מען שטארק חושש זיין אז דער סיסטעם גייט קראכן, סיידן דער לאנד ווערט טראנפארמירט צו א גאר סאציאליסטישע רעגירונג, אפשר קרוב צו קאמיוניזם,
יעצט קוק מיך נישט אן מיט אזעלעכע גרויסע אויגן, כעל עס שיין מסביר מיט א משל
למשל ווען א מוכר און א קונה פארהאנדלען איבער די פרייז פון א חפץ, איז יעדער צד האט דער פונקט פארקערטער אינטערעסע, דער מוכר וויל דאס טייערסטע און דער קונה וויל דאס ביליגסטע, אזוי אז ביידע ציען אויף די פארקערטע ריכטונג, איז אטאמאטיש ענדיגט זיך עס מיט א מעסיג פרייז, ווייל קיין איין זייט לאזט נישט זאל גיין איבער די גרעניץ פון די אנגענומענער פרייז, יעצט שטעל דיך פאר ווען מאיזה סיבה זאלן ביידע האבן די זעלבע אינטערעסע, דהיינו למשל אז ביידע ווילן די טייערסטע וועט א פלאש מילך קאסטן ווי א קאר, אדער אז ביידע ווילן די ביליגסטע וועט אלעס זיין בחנם, ווייל ס'נישטא ווער זאל ציען פארקערט איז אטאמאטיש ענדיגט זיך עס גאר עקסטרעם,
כן הדבר מיט די רעגירונג און אירע הוצאות, עס איז דא נותן און א מקבל, כדי זאל זיין עפעס א נארמאלקייט און די הוצאת ברויך דא זיין איין צד וואס זאל ציען פארקערט, וואס זאל האבן א אינטערעסע פון שפארן געלט, אנטשטאט שפענדן, יעצט לאמיר זעהן ווער איז דער נותן, דאס זענען די "פאלאטישנס" זיי זיצן ביים שיסל געלט פאטשקען ארום און טיילן מוציא'ס רעכט אין לינקס, וואס איז זייער אינטערעסע? מיינט איר אוואדי צו שפארן געלט? א פייג! זייער אינטערעס איז נאר איינער: "צו ווערן ווידערערוועלט" גארניקסט עפעס אנדערש, דאס מיינט אטאמטיש ווערט דער אינטערעסע פונעם נותן די זעלבע ווי דער מקבל, די קאנסטיטשוענס שרייען הב הב אנדערש וועיל איך דיר ארויס, ווייל זייט וועלט איז וועלט זענען די ארימעלייט די גאר איבערוויגענדע מערהייט ווי די עשירים, אזוי האט דער אייבישטער באשאפן זיין וועלטעל, און דער נותן איז משבחים ואומרים, א ברירה האט ער? נאך דאס פעלט איהם אויס אז א טשעלענדשער זאל מארגן קאמפיינען אז ער האט געשטימט צו שניידן מעדיקעיד וכדומה, ממילא לאביט ער און פארפירט מ'דארך אזא פראגאם מיט אזי פראגראם, געלט פאר דאס געלט פאר יענס, און מ'שטעלט זיך נאך אהער ווי א בעל רחמנות וואס זארגט זיך שרעקליך אויף די אומגליקליכע ארימעלייט,
וואס געשעהט ס'נישטא קיין שום זאך וואס זאל באלאנסירן און אפשטעלן די שנעל לויפענדע הוצאות וואס לויפט ווי א צוג 100 מפ"ש, קיינער שטעלט עס נישט ואין פוצה פה ומצפצף,
אויך מוז מען געדענקן, דער עבר האט נאר געוויזן אז יעדער נייער ענטייטלמענט פראגראם וואס ווערט איינגעפירט איז כיון שעלה שוב לא ירד, דאס מיינט מ'קאמיט זיך אויף לנצח נצחים פאר ריזיגע הוצאות, ווייל איינמאל א שיינע חלק פון די בירגער ווערן אנגעוויזן אויף די שטיצע פון דער פראגרעם וועט קיין שום פאליטישן האבן די העזה דאס צו טעשפען דו"ק ותשכח,
ממילא ווען א ליבעראלע פרעזידענט קומט מיט א פרישע נייער טייערע פאגראם ווי אבאמא קעיר צו איינשטעלן אויף לנצח נצחים איז גאר וויכטיג זאל זיין עפעס א פארקעטע צד, זאל זיין עפעס א אווערסייט, איבערזיכט
די פאלעטישנס ווי בעינאר וחבריו דארפן אפלודירט ווערן, ענדליך איז דא איינער וואס קלינגט דער אלארם, דאס איז קוראזש,
אוואדי זאלן אידישע קינדער געניסן מכל טוב פון אונזער מלכות של חסד, אבער מיר זענען פארט סיוויליזירטע ארנטליכע מענטשן נישט קיין חזירים, וואס טראכט אביסעלע פאראויס, און ס'נישט מענטשליך צו זיך ארויסשטעלן קעגן די פאלעטישנס וואס פרובירן פשוט צו איינשטעלן באלאנס און נארמאלקייט,

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום עליכם ר' אקאונטענט: דאס בעסטע פון דיין מאמר איז מיר געפעלן דער דיס-קלעימער. איין שאלה. ביטע ענטפערן. ווען דו זאגסט אשר יצר אדער בורא נפשות לייגסטו אויך צו א דיס-קלעימער.?!
שאלה גדולה שאלת בני. איר ווילט טאקע אז איך זאל זיין פאראנטווארטלעך אויף די פרישע טריליאען דאלארען חובות וואס מיינע ווערטער וועלן אנווערטשאפטן?! מיט'ן דיסקלעימאר וועל איך קענען טענה'ן אז איך טראג נישט קיין פאראנטווארטלעכקייט אויף מיינע דיבורים.
על פי פשוט קען מען זאגן אז ס'איז אזוי אנגעשטעלט אז ווען איך שרייב עפעס קומט ארויף מיין חתימה/דיסקלעימאר, והבן. כ'על אייך אבער צוליעב טוען און די דאזיגע תגובה וועט עס נישט האבן. כ'האף אז אייער נאכט-שלאף וועט זיין עטוואס באטעמטער.
אז מ'רעד מיר שוין יא איבער דיסקלעימארס, על איך אייך דערציילן וואס ס'האט פאסירט מיט מיר נישט לאנג צוריק. כ'בין געווען ביי א שמחת תנאים און כ'בין מכובד געווארן מיט'ן 'כיבוד' פון ערב קבלן מצד הכלה. וויסענדיג אז דער טאטע פון די כלה קען נישט אליין דעקען די הוצאות החתונה און נישט וועלענדיג זיין פאראנטווארטליך דערויף, רוף איך מיך אן אז ווי יעדער פארשטייט איז דאס נאר א כיבוד און כ'בין מיך נישט עכט מחייב. ס'איז געווארן א גאנץ געטוהאכסט אויב די תנאים איז כשר. דער בנש"קל וואס איז מכובד געווארן מיט'ן ליינען, האט נישט געוואוסט וואס די הלכה איז, ער האט זיך געריקט אומבאקוועם אויף זיין בענקל. למעשה האט ער ג'פאסק'נט אז מ'זאל נעמען א צווייטן.
וואס ער האט נישט געוואוסט איז אז א תנאים איז נישט קיין הלכה. מ'קען רואיג חתונה האבן אן, אדער מיט א פסול'ע, תנאים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל
גאלד, ס'איז א לאנגע דיסקאשען און ביידע צדדים האבן גערעכטע טענות. יכלו הנייר און מ'וועט זיך ווייטער ארום טענה'ן. איך בין נישט געקומען דא בארעכטוגען איין צד איבער'ן צווייטען. וואס איך פרעג איז גאנץ פשוט:
לאמיר טאקע נעמען דיין משל מיט'ן מוכר און קונה. אויב זאל דער קונה נישט ציען אןיף זיין זייט, אויב זאל ער מסכים זיין צום מוכר'ס פרייז, וועט אלעס זיין טייער. ביסט גערעכט, ס'מוזן זיין מענטשן אויף ביידע צדדים. נו אויב אזוי, ווער זאל זיין אויפן צד פון פראגראמען אויב נישט די וואס זענען נהנה דערפון? מיר ווייסן זייער גוט וויפעל קאמפיין געלטער די רייכע גיסן אז מ'זאל שניידן פראגראמען און דורך דעם שניידן שטייערן, דעריבער מוז דער צווייטער זייט זיין די מקבלי הפארגראמען. פארוואס זאלן די וואס באקומען דעם לחמא עניא זיין די וואס שרייען מ'זאל עס שניידן? ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס.
לאמיר גיין א טריט ווייטער. וויפעל געלטער - הנקרא סובסעדיס - באקומען די רייכע? פארוואס זאל מען נישט דארט קודם שניידן? פארוואס צאלן זיי א קלענערן פארצענט פון זייער אינקאם פאר שטייער? פארוואס דארף איך צאלן א גרעסערן פארצענט פון מיט ראמני?
איך גיי נישט דא אריין איבער דעם רעכט פון נעמען פונעם עושר און געבן פאר'ן ארעמאן. אדער דעם רעכט פונעם עושר צו באצאלן חי צ"ל פאר'ן ארבעטער וואס דורך דעם האט דער ארבעטער נישט קיין ברירה נאר צו נעמען פראגראמען. ס'קען זיין אז דער צד העושר איז גערעכט. אבער דער ארעמאן וואס קען אנדערש נישט אנגיין, פארוואס זאל ער וועלען מ'זאל שניידן זיינע פארגראמען?
איך וועל לאזן מיסטער בארנענקי און זיין צוקונפטיגער ממלא מקום פרוי יעללען זיך דאגה'נען ווי אזוי אמעריקא זאל אירע חובות באצאלן. איך וועל דאגה'נען ווי אזוי מיין חבר זאל קענען באצאלן זיין גראסערי ביל.
לאמיר טאקע נעמען דיין משל מיט'ן מוכר און קונה. אויב זאל דער קונה נישט ציען אןיף זיין זייט, אויב זאל ער מסכים זיין צום מוכר'ס פרייז, וועט אלעס זיין טייער. ביסט גערעכט, ס'מוזן זיין מענטשן אויף ביידע צדדים. נו אויב אזוי, ווער זאל זיין אויפן צד פון פראגראמען אויב נישט די וואס זענען נהנה דערפון? מיר ווייסן זייער גוט וויפעל קאמפיין געלטער די רייכע גיסן אז מ'זאל שניידן פראגראמען און דורך דעם שניידן שטייערן, דעריבער מוז דער צווייטער זייט זיין די מקבלי הפארגראמען. פארוואס זאלן די וואס באקומען דעם לחמא עניא זיין די וואס שרייען מ'זאל עס שניידן? ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס.
לאמיר גיין א טריט ווייטער. וויפעל געלטער - הנקרא סובסעדיס - באקומען די רייכע? פארוואס זאל מען נישט דארט קודם שניידן? פארוואס צאלן זיי א קלענערן פארצענט פון זייער אינקאם פאר שטייער? פארוואס דארף איך צאלן א גרעסערן פארצענט פון מיט ראמני?
איך גיי נישט דא אריין איבער דעם רעכט פון נעמען פונעם עושר און געבן פאר'ן ארעמאן. אדער דעם רעכט פונעם עושר צו באצאלן חי צ"ל פאר'ן ארבעטער וואס דורך דעם האט דער ארבעטער נישט קיין ברירה נאר צו נעמען פראגראמען. ס'קען זיין אז דער צד העושר איז גערעכט. אבער דער ארעמאן וואס קען אנדערש נישט אנגיין, פארוואס זאל ער וועלען מ'זאל שניידן זיינע פארגראמען?
איך וועל לאזן מיסטער בארנענקי און זיין צוקונפטיגער ממלא מקום פרוי יעללען זיך דאגה'נען ווי אזוי אמעריקא זאל אירע חובות באצאלן. איך וועל דאגה'נען ווי אזוי מיין חבר זאל קענען באצאלן זיין גראסערי ביל.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' אקאונטענט: שקויעך פאר'ן ענטפערן. ס'איז מיר יעצט בייגעפאלן פשט אין די משנה פון פרקי אבות. "שואל כענין ומשיב כהלכה". דורכדעם וואס יענער איז משיב כהלכה זעהט מען אז די שאלה איז געווען מן הענין. נישט א סתם מקשן. (ע"ה)
. דאס בעסטע איז מיר געפעלן דער "פסק הלכה" פונ'ם בנש"ק. מכאן ראי' וויפיל די חתימות און "פסקים" זענען ווערד.
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל
גאנצל האט געשריבן:מיט ראמני צאלט ווייניג אויף אינוועסמענטס כדין טעקס דאינוועסטמענט וואס האקסטו אין קאפ אריין וודאי צאלט ער ווייניגער יעדע אינוועסטאר צאלט די פרייז אויף אינוועסמענטס
גאנצל, הוא הדבר אשר דיברתי. איינע פון די וועגן ווי אזוי די רייכע צאלן ווייניגער שטייער איז דורך דעם געזעץ וואס גיבט א ספעציעלן שטייער ראטע פאר 'לאנג טערם קעפיטאל געינס(לטקג)'. ראמני האט נהנה געווען דערפון (דאס איז חוץ פון די שטייער וואס ער האט געשפארט דורך האלטן געלט אינדערויסן פון אמעריקא). קיינער באשולדיגט נישט ראמני אז ער האט עפעס געטוען אימלעגאל אדער פאר'ן אויסנוצן דאס געזעץ צו זיין בענעפיט, פונקט פארקערט, דער ווייטאג איז אז דאס געזעץ איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז רייכע זאל'ן נהנה זיין דערפון.
לאמיך דיר אביסל געבן צו פארשטיין ווי אזוי לטקג בענאפאטירט די רייכע.
ווען די עפענסט אויף א געשעפט און די ארבעטסט ווי א חמור גרם פינפציג זעכציג שעה א וואך, און די מאכסט הונדערט טויזענט דאלער א יאר, וועסטו באצאלען אריבער $20,000 אינקאם טעקס (אויב די ביסט סינגעל אן קינדער) פלאס $15,300 פאר פייקא . דער גביר וואס אינוועסטירט אין דיין ביזנעס און ער מאכט די זעלבע הונדערט טויזענט דאלער וועט נאר באצאלן צום מערסטן $15,000. פארוואס? ווייל ער ארבעט נישט אין די ביזנעס ממילא הייסט דאס קעפיטאל געינס און ס'האט א טעקס ראטע פון פינפצען פארצענט און קיין פייקא טעקס. משא"כ די וואסט שוויצט און ארבעט דארפסטו באצאלן פאר 'עיראנד אינקאם'.
איך קען אלע סברות פארוואס ס'איז אזוי. פאקט בלייבט אבער פאקט אז רייכע באצאלן ווייניגער שטייער ווי איך און די. איז עס יושר? ענטפער אליינס.
אמת, ווען איך האב ווען אפאר איבעריגע דאלארן צו אינוועסטירן וואלט איך אויך נהנה געווען פון די לטקג ראטעס. אבל מה אעשה אז איך האב נישט און איך מוז ארבטען צו ברענגן פרנסה אין שטוב? וויפעל מיטל-קלאס מענטשן האבן איבעריג געלט צו אינוועסטירן? ס'איז א געזעץ פאר רייכע.
איך רעד שוין נישט פונעם פאקט אז אפילו דעם שטייער ראטע פון לטקג האט ראמני - לעגאל - נישט באצאלט. ער האט באצאלט ווייניגער פון דרייצען פראצענט און נישט פינפצען.
נ"ב די שטייער ראטעס וואס מ'רעדט דא זענען פון 2012. אויף יארע 2013 וועט לטקג שטייער האבן א מאקסעמאם פון צוואנציג פארצענט פלוס כמעט פיר פארצענט אבאמא-קעיר טעקס.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
קודם כל ראמני האט נישט געצאלט א קלענערע ראטע ווייל ער איז רייך, נאר ווייל זיינע רווחים זענען געקומען פון אינוועסטמענטס, וואס דעמאלטס איז די ראטע נידעריגער פאר 2 סיבות איינס ווייל מ'צאלט יעדעס יאר נאכאמאל און נאכאמאל טעקס פאר די זעלבע געלט, שנית ווען א מענטש נעמט א ריסק מיט זיין געלט און שטעקט איין געלט אין א געוויסע פארטפאליא, איז די טעקס רעיט ווייניגער כדי צו ענקארעדשן אינוועסטמענטס, ווייל ער וואלט פונקט אזוי געקענט גיין קראכן, דאס א ריווארד פארן נעמען א ריסק, כל הנ"ל האט מען ברייט באריכטעט ביי די לעצטע פרעזידענט וואלן
צווייטנס, איך האב עפעס אינגאנצן א אנדערע מענטעליטי ווען סקומט צו גאווערמענט הענד-אוטס, איך בין נישט ווי א כאלערע סעלפיש חזיר וואס נעמט וויפיל ס'לאצעך אן קיין בושה אן קיין שום עפרישיעשן, כאילו ס'קומט זיך דיר מן הדין,
קיינער איז געזעצליך נישט מחויב דיר צו געבן פוד-סטעמפס, ענטייטלמענטס ווערט נישט מוזכר אין די קאנסטיטושן, די פעקל פוד סטעמפט איז גארנישט אנדערש ווי א תומכי שבת פעקל, מ'געבט דיר צדקה א מתנת חנם, נעם עס מיט יומיליטי מיט הכנעה און אוואדי און אוואדי באוואש נישט א פאלעטישן ווי בעינאר, פונקט פארקערט אזא פאליטישן ווי בעינאר דארף שטארק רעספעקטירט ווערן ביי אונז פרומע איד וואס האלטן זיך אביסל מער באזעצן ווי די וועלפער כאלערעס, ער האט כאטשיג עפעס פרינציפן ער זארגט זיך פארן עתיד פון די רעגירונג אנדער ווי די אלע צבועים פאלעטישנס וואס זייער אגענעדע איז בלויז צו פיטערן זייערע קינסטיטשוענס און בלייבן אין פאוער, מ'מעג טראכטן אויך פון די קאנצעקווענצן, אונז זעמיר דאך אביסל באזעסענע מענטשן, אנדערש וועט מען אויסקוקן ווי דעטרויט ווי עס זענען געווען נאר נעמערס אן קיין געבערס און זיי זענען געגאנגען קראכן, חרוב ונחרב, איך זעה נישט קיין שום סיבה בעולם נישט צו חושש זיין אז אנדערע שטעט גייען האבן אזא סוף ווי דערטרויט,
אוואדי, איך האלט אז ס'זייער וויכטיג אז די רעגירונג זאל נישט צילאזן קיין מאסן ארימקייט אין לאנד, און ווי געשמועסט זאלן אידישע קינדער געניסן פון כל טוב, אבער זיי נישט קיין חזיר, האב אביסל סעלף-עסטים, טראכט אביסל פאראויס, די אומקאנטראלירטע שווענדישן קען נאך ברענגן צו דעם אז אלעס זאל קראכן, און מ'העט בלייבן מיט גארנישט קיין פרארגרעמס, העט דעמאלטס זיין בעסער?

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
בירא דשתית מיניה לא תשדי ביה קלא. ווי גערעכט ס'זאל נאר זיין דאס שניידען די פראגראמען, מאכט עס נישט קיין טראפ סענס אז די געמיינדע וואס דארף עס די וויכטיגסטע זאל קאמפיינען עס אוועק צו נעמען. עס נעמט אוועק די גאנצע באלאנס וואס פעלט אויס צו קענען פירן א just לאנד.
בנוגע די דעבט קריזיס און איר לעהזונג קוקט דא.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
גאלד האט געשריבן:קודם כל ראמני האט נישט געצאלט א קלענערע ראטע ווייל ער איז רייך, נאר ווייל זיינע רווחים זענען געקומען פון אינוועסטמענטס, וואס דעמאלטס איז די ראטע נידעריגער פאר 2 סיבות איינס ווייל מ'צאלט יעדעס יאר נאכאמאל און נאכאמאל טעקס פאר די זעלבע געלט
דוכט זיך מיר דאס איז נישט ריכטיג.
מען צאלט נאר איינמאל ווען מען נעמט צוריק ארויס די רווחים.
דאס איז אויך דער חילוק פון אן ארבעטער און אן אינוועסטאר. אן ארבעטער צאלט גלייך טעקס אפילו ער טוט גארנישט מיט די געלט אדער ער אינוועסט עס. אבער אן אינוועסטאר צאלט נישט קיין טעקס אויב ער אינוועסט עס נאכאמאל, ער צאלט נאר טעקס ווען ער נעמט צוריק ארויס די געלט.
You must be the change you want to see in the world
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
אבער דער חילוק איז אז דער ארבייטער ריזיקרט נישט גארנישט, זיין אינוועסטמענט איז די 9-5 שעות וואס ער ארבעט זיך אפ, גייט זיך אהיים שלאפן אן קיין דאגות, (כ'רעד אינעם הינזיכט פונעם סוקסעס פון זיין בעה"ב ביזנעס) און איז גאראנטירט צו באקומען זיין געהאלט צו טויט צו רויט, ווידער א אינוועסטער וואס שטעקט איין זיין געלט, נעמט דאך א ריסק, ממילא דער קלענערע ראטע איז נישט צו באלוינען "רייכע" דאס איז פשוט אלס יושר, מ'קען נישט זאגן פאר א מענטש דו גיי ריסק דיין גאנצע געלט, אויב קראכט עס הענג דיך, אויב פארדינסטע זעמיר מחותנים, ס'פשוט נישט קיין יושר,
אוואדי איך פארשטיי אז דער ענד-רעזאלט שטעלט זיך אזוי ארויס אז ס'קען אמאל זיין א היכי תמצי ווי דער רייכע צאלן קלענערע טעקסעס, נו דאס איז אזוי זייט וועלט איז וועלט "די רייכע ווערן רייכער", דאס איז נישט ווייל מ'זוכט זיי צו מאכן רייכער נאר דאס איז אטאמאטיש אזוי, ס'באקאנט די ווערטל אז דער ארימאן צאלט מער געלט פאר א געמיינע געניצטע קאר ווי דער עושר פאר א טייערע נייע קאר ווייל דער ארימאן קומט קויפן ווען זיין אלטער קאר איז שוין חרוב א זשעלאפי אומניצבאר, מוז ער צאלן די פולע פרייז פאר א געמיינער קאר, ווידער דער עושר'ס אלטע קאר איז נאך כמעט שפאגל ניי, טוישט ער איין דער אלטער פאר א טייערע קאר און צאלט נאר דער דיפערענס, וועט דען איינער קלערן אז דאס איז שלא ביושר,
כאנאך אסאך רעיונות וועגן דעם גאנצן נושא ועוד חזון

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
נארישקייטן, דער אינוועסטער איז נישט דא לש"ש, ער אינוועסט נישט בלויז כדי צו האבן מער טעקס צו געבן צושטייער פאר אנקל סעם, ער אינוועסט ווייל ער וויל מאכן געלט, עס קומט אים נישט קיין שום קרעדיט אויף דאס עצם אינוועסטן. עס איז נאר אזוי אז די רעגירונג וויל האבן א שטיקל ווארט, זיי זאלן קענען מאנעוורירן מיטן מארקעט לטובת די גאנצע עקאנאמיע און דער גאנצער ציבור, סאו אפערן זיי טעקס קאט'ס כדי דער רייכער זאל וועלן אינוועסטן. אז עס זאל זיך מאכן א סעזאן וואס די רעגירונג וועט משום איזה סיבה נישט וועלן, וועלן זיי הייבן די טעקסעס אויף אינוועסטמענטס, די עשירים וועלן פארשטייט זיך נישט אויפהערן צו אינוועסטן, נאר עס וועט זיין ווייניגער.
בכל אופן, די טענה אז וועגן דעם איז אינוועסטמענט טעקס ביליגער ווייל עס איז שוין געטעקס'טע געלט, איז בשקר יסודו לויט גנדי. מען טעקסט נאר פרישע רווחים נישט דעם קרן, און עס איז נישטא קיין שום סיבה מען זאל געבן דעם ברעיק פאר די רייכע נצרכים.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
אפי' די רווחים זענען שוין געטעקסטע געלט, ווייל די רווחים פון א שעיר-האלדער רופט זיך "דיווידענטס", און דאס ווערט 2 מאל געטעקסט איינמאל דורך די פירמע פירער, דאס איז די פולע ראטע, קארפרעשן פראפיט טעקס, וואס דאס איז גורם צו רעדוצירן די רווחים פון די שעיר-האלדערס, און נאכדעם וואס די שעירהאלדער באקומען זייערע דיווידענטס, דארפן זיי באזונדער נאכאמאל צאלן קעפיטעל געינס טעקס, דאס מיינט אז למעשה קאסט פארן אינוועסטיר באטאם-ליין סאך א העכערע ראטע ווי א ארבייטער אדער א ביזנעס,
למעשה איך מוז אבער מודה זיין אז כל הנ"ל איז נאר ווען מ'אינוועסטירט אין אמעריקאנע פירמעס, וואס מוזן זיך האלטן צו די היגע געזעצן, אויב אינוועסטירט מען אבער אינדרויסן פון די יו עס למשל די קעימען איילענדס צו ווי, דארט האבן זיי זיך זייערע געזעצן בנוגע ביזנעס טעקס, און אויף די סארט אינוועסטמעטס האבן אסאך טענות צו די גבירים, ודו'"ק כי קצרתי
עכ"פ מ'זעמיר אביסל פארקראכן, והרבה נשארו בקולמוס