בלאט 1 פון 2
בעל עצי חיים VS זיין שוואגער דער קדו"צ מבאבוב
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:15 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
מדי דברו בו, ביים אשכול פון ר' בנציון באבוב'ער זצ"ל בעל קדושת ציון
זכור אזכרנו פון זייער א קאנטעווערסיאל'ע נושא, דאס איז די ביטערע קאלטקייט (ריין גערעדט. שנאה גראב געזאגט) צווישן אים מיט זיין שוואגער דער עצי חיים מסיגוט זצ"ל.
פאר איך וואס איך האב געהערט פון אידן סיי תלמידים וחסידים פונ'עם עצי חיים וועלכע זענען נאכ'ן קריג געווארן סאטמאר'ע חסידים; סיי פון באבוב'ער חסידים
ווייסט איינער עפעס איבער דעםץ
איין זאך איז קלאר, א גראב שטיק היסטאריע איז אריין אין דער ערד צוזאמען מיט די זעקס מיליאן קדושים, ווי א סאך אנדערע מחלוקת פאר'ן קריג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:26 pm
דורך פאריז
וואס? רבי׳שע משפחות האבן זיך נישט ליעב געהאט
?? עס קען נישט זיין..! ווי און ווען האט מען געהערט אזוינס?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:03 pm
דורך אחד העם
דאס איז דאך די הייליגע מהלך פון די אלע קרעפ'עס און קרעפ'ישע קינדער,
איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע דיון, דער עצי איז דאך געווען נישט קיין קליינער ת''ח,.און דער קדושת.ציון איז דאך.געווען נישט קיין קליינער עם הארץ... איך.בין נישט קיין סיגוט'ער פארשטייער, אבער vs. קדושת ציון פארשטיי איך נישט קיין שאלות און ספיקות, דער פאקט אז דער קדושת איז שוין א פארשטארבענער.מאכט אים נישט געלונגען און זאכען וואס בחייו האט אפילו נישט מעיז.געווען.זיך אהערשטעלן אז ער קען..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:19 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
אחד העם האט געשריבן:דאס איז דאך די הייליגע מהלך פון די אלע קרעפ'עס און קרעפ'ישע קינדער,
איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע דיון, דער עצי איז דאך געווען נישט קיין קליינער ת''ח,.און דער קדושת.ציון איז דאך.געווען נישט קיין קליינער עם הארץ... איך.בין נישט קיין סיגוט'ער פארשטייער, אבער vs. קדושת ציון פארשטיי איך נישט קיין שאלות און ספיקות, דער פאקט אז דער קדושת איז שוין א פארשטארבענער.מאכט אים נישט געלונגען און זאכען וואס בחייו האט אפילו נישט מעיז.געווען.זיך אהערשטעלן אז ער קען..
צו מיר האט א באבוב'ער איד גערעדט אויפ'ן עצי חיים ארגער ווי דירעדסט אויף אותו האיש
ער האט מיר נאך צוגעלייגט אז "דער הייליגער קדושת ציון האט אים אוועקגעלייגט"
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:27 am
דורך דעת תורה
האט די א.ג. "מאדערנקייט" פונעם קדושת ציון'ס הנהגה געשפילט א ראלע אין דעם?
גראדע הייסט עס אז דער ברך משה האט געדארפט ווערן א חתן ביים קדושת ציון, עפעסנא מעשה איז דא איבער דעם, על כל פנים זעהט אטיס אז לאחר פטירת העצי חיים איז דאס שוין נישט געווען קיין אישו, א זאך וואס מאכט נישט קיין סענס אויב איז עס ממש געווען א ביטערע שנאה צווישן די הויפן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:34 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
דעת תורה האט געשריבן:האט די א.ג. "מאדערנקייט" פונעם קדושת ציון'ס הנהגה געשפילט א ראלע אין דעם?
גראדע הייסט עס אז דער ברך משה האט געדארפט ווערן א חתן ביים קדושת ציון, עפעסנא מעשה איז דא איבער דעם, על כל פנים זעהט אטיס אז לאחר פטירת העצי חיים איז דאס שוין נישט געווען קיין אישו, א זאך וואס מאכט נישט קיין סענס אויב איז עס ממש געווען א ביטערע שנאה צווישן די הויפן.
פיהר אויס די מעשה פארוואס איז דער ברך נישט געווארן קיין חתן ביי אים "דא ליגט באהאלטן א סאך"
גאו ענד טשעק איט אואט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:00 am
דורך שרייבער
איך ליג א טראפקעלע אין היסטאריע, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז עפעס זאל האבן געווען צווישן די צוויי, אבער אויב יא איז מן הסתם געווען א קאלטקייט צוליב זיין מאדערנקייט, וכידוע דאס איז די סיבה וואס די שידוך מיטן ברך משה איז נישט געווארן
ביטע זיך האלטן אין די ראמען ווען מען רעדט פון רבנים שוכני עפר, איר דארפט נישט אלע אייערע געפילן אויסגיסן דא
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:40 pm
דורך סאו וואט
דער סאטמאר רב הדברי יואל ז"ל ער האט אפגערעד דו סיגוט'ער רב הברך משה נישט צו טוען דער שידוך. אלס מאדערענע שטוב.
איך פארשטיי נישט בכלל דער קשר פונעם עצי חיים און ר' בנציון באבוב'ער, איינער האט געוואוינט און סיגוט מארמאראש, און איינער און באבוב גאליצע,
איבער וואס האט מען זיך געקריגט, אויב זיי האבן זיך אפי' קיינמאל געטראפען אדער געזעהן?
הגם כנראה לי אז גלייך נאכ'ן חתונה האט דער קדושת ציון יא געוואוינט און אונגארן לעבן זיין שווער, אבער דעמאלס איז ער נאך נישט געוועהן מאדערן.
איז איבער וואס פונקטליך איז געוועהן דער מחלוקה?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:50 pm
דורך חבקוק הנביא
לויט ווי איך פארשטיי די סוטואציע איז דער קדושת ציון בכלל נישט געווען מאדערן, ער איז געווען זייער א ארטיסטישע אין פאדאנטער סארט מענטש, ער איז געווען זייער טאלאנטפול, געקענט שיין מאלען, שיין זינגען, א הערליכער קאמפאוזער, ער איז געווען זייער א געלונגענער מענטש, אין א זייער איידעלער אין סענסעטיווער נפש,
קען זיין אז געוויסע האבען עס אנגעקוקט ווי מאדערענקייט, ווייל אין יענע צייט צווישען די צוויי מלחמות, איז זיך מאדערענעזירען געווען א מכת מדינה, אין ס'איז ליידער געפאלען שטיקער פין דעם ערליכען ציבור,
אבער למעשה אין דער קדושת ציון געווען דער וואס האט געראטעוועט אסאך פין די יוגענט אין גאליציע מיט זיין אייגענארטיגען דרך,
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:50 pm
דורך בעריש
שרייבער האט געשריבן:איך ליג א טראפקעלע אין היסטאריע, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז עפעס זאל האבן געווען צווישן די צוויי, אבער אויב יא איז מן הסתם געווען א קאלטקייט צוליב זיין מאדערנקייט, וכידוע דאס איז די סיבה וואס די שידוך מיטן ברך משה איז נישט געווארן
כנ"ל, האב איך ביז היינט נישט געהערט אז עס זאל האבן געווען אן אזויגעריפענע קנאה און שנאה צווישען די צוויי שוואגערס, און ווי געזאגט איז אויבן אויף נישטא א נארמאלע סיבה וואס זאל האבן ציגעברענגט דערצי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:33 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
@חבקוק הנביא
ביי דע וועי דער קדושת ציון איז געוועהן גאר א שארפער איד
ס'איז דא מעשה מיט בנו האדמו"ר מבאבוב וואס ער האט דערציילט ווי ווייט זייןשארפקייט איז געגאנגען
למעשה דאס אויפטוה פנ'עם קדושת ציון אין גאליציע איז אין לשער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:54 am
דורך [NAMELESS]
דאס האט געהאט א שייכות מיט די באבוב-גארליץ מחלוקה. רבי שלום אליעזר זצ"ל איז געווען שטארק גענויגט לטובת גורליץ און עס האט זייער וויי געטוהן פאר'ן קדושת ציון, און נאכמער האט אים וויי געטוהן אז דעם איידעם העצי חיים האט זיך שטארק אנגענומען לטובת בית גארליץ זייענדיג א נעפיו פונעם גארליצער רב (ער איז געווען אן איידעם ביים ייטב לב). דאס איז געווען די רוגזה בכלליות. און ער האט אים געדענקט לטובה ווייל ביים קדושת יו"ט מחלוקה מיט'ן קאלבאסובער רב, האט זיך דער גארליצער אנגענומען פאר זיין טאטע, דער קדושת יו"ט.
עד כאן הדברים בקיצור.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:23 pm
דורך אביגדור
ממי_שאמרו האט געשריבן:דאס האט געהאט א שייכות מיט די באבוב-גארליץ מחלוקה. רבי שלום אליעזר זצ"ל איז געווען שטארק גענויגט לטובת גורליץ און עס האט זייער וויי געטוהן פאר'ן קדושת ציון, און נאכמער האט אים וויי געטוהן אז דעם איידעם העצי חיים האט זיך שטארק אנגענומען לטובת בית גארליץ זייענדיג א נעפיו פונעם גארליצער רב (ער איז געווען אן איידעם ביים ייטב לב). דאס איז געווען די רוגזה בכלליות. און ער האט אים געדענקט לטובה ווייל ביים קדושת יו"ט מחלוקה מיט'ן קאלבאסובער רב, האט זיך דער גארליצער אנגענומען פאר זיין טאטע, דער קדושת יו"ט.
עד כאן הדברים בקיצור.
אינטרעסאנט די שיינע מעשיות מ'דערציילט ביי אונזערע שכנים די אונגארישע. ווען נישט אזא ניק נכבד ווי @ממי_שאמרו קאמענטירט אויף דעם וואלט עס נישט ווערד געוועהן קיין תגובה. דער גרעסטע מקרב פון אידישע נשמות, דער ווארעמסטע שופך שיח פאר'ן בורא כל עולמים, דער מקים עולה של תורה אין איבער 40 שטעטלעך לענגאויס גאליציע, דער איז געוועהן "מאדערן"? און "דערפאר" האט איהם דער עצי חיים פיינט געהאט?...
אגב, איך האב קיינמאהל נישט באמערקט א רוגזה צווישן דער רב ז"ל רבינו שלמה בן רבינו בן ציון מיט דער סאטמארער רב ז"ל רבינו משה בן רבינו העצי חיים. זיי האבן זיך אפילו משדך געוועהן (הרה"צ ר'
חיים שלום בן רבינו שליט"א איז אן איידעם ביי הגה"צ אב"ד סאמאר בארא פארק).
אבער ממי_שאמרו, איך וואלט געוואלט מער האלטן פון דער גארליצער רב און דער עצי חיים מיט זייערע פאליטישע חשבונות, ווי סתם שמור לי ואשמור לך אידן.
מעולם לא שמעתי איבער דעם מכלומרשטען רוגזא, און אינעם נייע ביך פון מערכת בית צדיקים איבער דער קדושת ציון שטייט גארנישט דערוועגן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:20 pm
דורך סאו וואט
אזוי ווי כ'האב געשריבען אויבען מעולם לא שמעתי אז ס'זאל עפעס א רוגזה צווישען דו צוויי שוואגערס. עפעס א מקור צודעם ביטע?
הגם, ס'יא דא געוויסע מעשיות וואס דער חברותא'ס פון מהר"א ט"ב מסאטמאר פארציילען וואס זיי האבען געהערט פון אים אלס בחור.
ווי ער פלעגט פויקען וואס ער האט געהערט אונדערהיים וועגן דו גרויסע "התקשרות און אהבה" צווישען הברך משה מיט הכרם שלמה.
ס'איז גראדע יא אונטרעסאנט צו באמערקן, אז דער ברך משה איז נישט געקומען מיט א שטריימל ווען דער באבוב'ער רב מהר"ש ז"ל
האט חתונה געמאכט, אפילו זיי זענען געוועהן ערשטע קאזינ'ס. קאן זיין, ווייל דעמאלס איז דער שטריימל ביזנעסס נאך נישט געוועהן און סטייל, כולי האי ואולי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:23 pm
דורך אביגדור
סאו וואט האט געשריבן:דער ברך משה איז נישט געקומען מיט א שטריימל ווען דער באבוב'ער רב מהר"ש ז"ל האט חתונה געמאכט
א בילד, ביטע?
אה, כ'האב אזוי געטראכט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:55 pm
דורך אדם הראשון
מעולם לא שמעתי איבער דעם מכלומרשטען רוגזא
דיין לעצטע זאץ האט מיר געקאסט א אויספלאץ,
פונקט האלט איך אינמיטען ליינען דעם בוך, ס'דא דארט אסאך שיינע זאכען, אבער ס'איז א פעלערהאפטע בוך פין א היסטאריע שטאנדפונקט,
כ'גיי נישט אריין צי די אויבען דערמאנטע איז אמת צי נישט, אבער אפגעזעהן די אמת דערפון וואלטען זיי עס נישט אריינגעשריבען דארט, פונקט ווי עס שטייט נישט דארט וועגען די ערשטע זיווג פינעם קדושת ציון, פלעין אויסגעמעקט פין די היסטאריע, אין אזוי ווייטער פין די פריקשען מיט בעלזא פארען קריג האב איך דערווייל גארנישט געזעהן דארט שטיין, נאר אדרבא ס'לאזט זיך פארשטיין פין דארט אז באבוב מיט בעלזא זענען געווען גאר גוטע ידידים,
עכ"פ, היסטאריע ברויך מען צי שרייבען וויזוי ס'איז, אין לאזען פארען ליינער צי מאכען אייגענע החלטות, נישט אויסמעקען היסטאריע, אין שרייבען נאר וואס מ'וויל,
טאקע א שיינע בוך מיט שיינע בילדער, אבער גארנישט ווערד צי ברענגען א ראיה דערפין...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
סאו וואט האט געשריבן:ס'איז גראדע יא אונטרעסאנט צו באמערקן, אז דער ברך משה איז נישט געקומען מיט א שטריימל ווען דער באבוב'ער רב מהר"ש ז"ל
האט חתונה געמאכט, אפילו זיי זענען געוועהן ערשטע קאזינ'ס. קאן זיין, ווייל דעמאלס איז דער שטריימל ביזנעסס נאך נישט געוועהן און סטייל, כולי האי ואולי.
אינטערסאנט. א בילד וואלט שיין געוועהן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:36 pm
דורך [NAMELESS]
א יישר כוח פאר די קאמפלימענט.
עס איז נישט קיין אשמור לי ואשמור לך, די מחלוקה צווישן גארליץ און באבוב פארשטיי איך יא? ביידע זענען געווען גערעכט. וואס ווייס איך וואס דארט איז געווען?
איך האב נאר נאכעגעברענגט די קורות הדברים.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:46 pm
דורך סאו וואט
ס'פאסט נישט פאר דיר, דו ווייסט דאך אלעס. ניין כ'האב נישט פלעין פשוט אזוי געטראכט, איים סאו סארי, ס'איז א מציאות.
קוק דער באקאנטער בילד ביי ר' חיים יענקל'ס הדו"מצ חתונה, האט ער נישט קיין שטריימל.
כמדומה לי איז דא נאך א חתונה וואס ער איז נישט געקומען מיט א שטריימל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:18 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
חבל על דאבדין האט געשריבן: אבער ממי_שאמרו, איך וואלט געוואלט מער האלטן פון דער גארליצער רב און דער עצי חיים מיט זייערע פאליטישע חשבונות, ווי סתם שמור לי ואשמור לך אידן.
בקיצור סאבטאטאל דער גארליצ'ער רב מיטן עצי חיים האבן געהאט פאליטישע חשבונות...
זאלסט מיר מוחל זיין די רעדסט ווי א פערד...
מעגסט האלטן וואס די וואולסט אבער ביסט נאר ווילד געווארן ווייל מען האט גערעדט אויף רבי'ן א האלבן ווארט... אז דער עצי חיים איז זיך מיט אים נישט אדורכגעקומען
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 5:37 am
דורך הדד בן בדד
פרוכטקוועטשער איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, איך זעה דא אין דעם אשכול בלויז פערדעריי.
עס איז דאך א קלארער זאך אז עס איז נישט געווען קיין אפענע מחלוקה אדער אפילו א רייבעריי, אפילו ווי למשל בעלז-באבוב, ס"ה רעדט מען דא פון השערות, מיט עפעס א האלבע מעשה פון א שידוך וואס האט אדער יא אדער נישט געדארפט ווערן, און סאטמאר רב האט אדער יא אדער נישט געזאגט. און אפאר נארישע כווייסנישוואסעס זענען ביזי דא איבער ווי "מאדערן" דער קדושת ציון איז געווען.
האלא, ווי מען האט שוין דא דערמאנט, האט "קיין איינער" נישט געטון אזויפיל צו ראטעווען אידישע קינדער מרדת שחת, אין די ימי הרס עולם, די שוידערליכע רוחניות'דיגע חורבן וועלכע איז אריבער אויף יהדות אייראפע, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען עס איז געווען א מצב פון ותרד פלאים, און ער אליינס האט מיט אומבאשרייבליכע מסירות נפש (אן קיין גוזמא) געראטעוועט טויזענטער בחורים, און געמאכט פון כמה פון זיי ריכטיגע בני עליה, קומסטו מיר זאגן ער איז געווען מאדערן!!!
קומסט מיר פאר ווי עפעס א סאטמאר'ער אינגערמאנטשיקל, וואס האט מיך אמאל געהערט נאכזאגן א ווארט פון ר' שמשון רפאל הירש זצוק"ל, פרעגט מיר דער חכם, ווער איז דאס געווען? האב איך אים פארציילט, ענטפערט ער מיר: נו, אין דייטשלאנד, איז ער דאך זיכער געווען מאדערן, איז ער דאך נישט פאר אונזער עולם...
און דוקא ווייס איך פון כמה אידן פון גאליציע, נישט דוקא באבוב'ער, אז דער קדושת ציון איז דוקא געווען גאר ווייט פון מאדערן. אין כמה עניינים וואלט דער קאלאשיצער רב אדער דער ציעשינוב'ער רב זיך געקאנט ביי אים צולערנען.
דער גאנצער אשכול דא איז סתם געהאקט אין קאפ אריין, איך האב שוין לאנג נישט געזעהן אזא נאריש אשכול דא אין שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:09 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
הדד בן בדד האט געשריבן:פרוכטקוועטשער איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, איך זעה דא אין דעם אשכול בלויז פערדעריי.
עס איז דאך א קלארער זאך אז עס איז נישט געווען קיין אפענע מחלוקה אדער אפילו א רייבעריי, אפילו ווי למשל בעלז-באבוב, ס"ה רעדט מען דא פון השערות, מיט עפעס א האלבע מעשה פון א שידוך וואס האט אדער יא אדער נישט געדארפט ווערן, און סאטמאר רב האט אדער יא אדער נישט געזאגט. און אפאר נארישע כווייסנישוואסעס זענען ביזי דא איבער ווי "מאדערן" דער קדושת ציון איז געווען.
האלא, ווי מען האט שוין דא דערמאנט, האט "קיין איינער" נישט געטון אזויפיל צו ראטעווען אידישע קינדער מרדת שחת, אין די ימי הרס עולם, די שוידערליכע רוחניות'דיגע חורבן וועלכע איז אריבער אויף יהדות אייראפע, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען עס איז געווען א מצב פון ותרד פלאים, און ער אליינס האט מיט אומבאשרייבליכע מסירות נפש (אן קיין גוזמא) געראטעוועט טויזענטער בחורים, און געמאכט פון כמה פון זיי ריכטיגע בני עליה, קומסטו מיר זאגן ער איז געווען מאדערן!!!
קומסט מיר פאר ווי עפעס א סאטמאר'ער אינגערמאנטשיקל, וואס האט מיך אמאל געהערט נאכזאגן א ווארט פון ר' שמשון רפאל הירש זצוק"ל, פרעגט מיר דער חכם, ווער איז דאס געווען? האב איך אים פארציילט, ענטפערט ער מיר: נו, אין דייטשלאנד, איז ער דאך זיכער געווען מאדערן, איז ער דאך נישט פאר אונזער עולם...
און דוקא ווייס איך פון כמה אידן פון גאליציע, נישט דוקא באבוב'ער, אז דער קדושת ציון איז דוקא געווען גאר ווייט פון מאדערן. אין כמה עניינים וואלט דער קאלאשיצער רב אדער דער ציעשינוב'ער רב זיך געקאנט ביי אים צולערנען.
דער גאנצער אשכול דא איז סתם געהאקט אין קאפ אריין, איך האב שוין לאנג נישט געזעהן אזא נאריש אשכול דא אין שטיבל.
קודם כל איך האב בכלל נישט דן געוועהן צו דער קדושת ציון איז געוועהן מאדערן!
נאך א זאך מיין אינפארמאציע קומט פון אידן תלמידים וחסידים פון די ביידע דהיינו דער עצי חיים אין דער קדושת ציון
לכאורה וואלט יעדן היסטאריקער געדארפט עגבערן די שאלה, פארוואס איז נישט דא פארצייכנט "קיין איין" איינציג מעשה צווישן די צוויי שוואגער'ס, א שמועס א שיח צדיקים בדרך ווערטל, א שותפות'דיגער סיפור ביים גרויסן שווער, אאז"וו
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:38 pm
דורך סאו וואט
דער תירוץ איז פשוט. זיי האבן געוואוינט און צוויי אנדערע מדינות, און זיך קיינמאל געטראפן.
וואס דארפט איר מער פון דעם, אז מהר"ש השני מבאבוב האט אייביג אנגעקוקט זיין זיידע
רבי שלום אליעזר'ל מראצפערד זצ"ל פאר אן אונגארישע באטשי, ביז ער האט געוואגלט און
געפליכטעט ביים מלחמה קיין אונגארן, און בעיקר נאכן מלחמה ווען ער האט געהערט פון
אונגארישע מיט וועלעכע מין הערצה זיי האבן גע'רעד פון אים, הערשט דעמאלסט האט ער
געזאגט און געקלאגט חבל חבל, פארוואס ער האט אים נישט זוכה געוועהן צו קענען בעסער
פון דער נאנט.
דער נייעס איז אנגעקומען שפעטער, און מ'האט נישט געוויסט צופיל און גאליציע וואס טוט זיך און אונגארן.
שמעתי בשם הרה"ח ר' משה יהושע צאנגער ז"ל אז און באבוב אונדערהיים ווען מ'האט גע'רעד פון סאטמאר
רב האט עס געמיינט רבי חיים הלברשטאם ז"ל בן רבי שלום אליעזר מראצפערד זצ"ל מ'האט נישט געוויסט
דארט פון קיין אנדערע...
עכ"פ הדרן לענינינינו, זיי האבן קיינאל נישט געהאט בכלל א משפחה רילעישעשיפ, און גארנישט געהאט צו טועט מיט מחלוקת.