בלאט 1 פון 1

'פרום און שטעקן' - Frum and Stuck

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:40 pm
דורך הציץ ונפגע
די וואך האבן צוויי געוועזענע-חרדישע-און-איצט-מאדערנע ארטאדאקסישע רבנים געגרינדעט א נייער איניציאטיוו מיטן נאמען "פרום און שטעקן" (Frum and Stuck). יא, איך ווייס, דער נאמען קלעפט עפעס נישט, אבער דאס איז (האפענטליך נאר אויף דערווייל) דער נאמען פון די ארגעניזאציע וואס איז נארוואס געגרינדעט געווארן דורך הרב לוי בראקמאן און הרב יששכר כ"ץ. הרב בראקמאן איז א געוועזענער חב"ד'סקער שליח וועלכער איז געווארן מער מאדערניזירט און פארמאגט א מעסטערס פון אוניווערסיטי קאלדעזש אף לאנדאן בעת ער ארבעט אויף זיין פי-עיטש-די אין ערציאונג-פסיכאלאגיע, און הרב כ"ץ איז א געוועזענער חסידישער מגיד שיעור מיט סמיכה פון הרב יחזקאל ראטה וועלכער איז געווארן מער מאדערניזירט און פירט היינט אן די גמרא אפטיילונג אין ישיבת חובבי תורה.

אויף די וועבסייט פון דעם איניציאטיוו ערקלערן זיי אז זייער ציל איז צו העלפן מענטשן וועלכע ווילן פארבלייבן ארטאדאקסן אבער זיי זענען שטעקן אין א געזעלשאפט וועלכע איז נישט לויט זייערע אנשויאינגען. דער וועבסייט שטרייכט אונטער אז די גרינדער האבן נישט קיין שום אגענדע און ווילן גארנישט אפטון אדער אויפטון - בלויז דאס צו העלפן מענטשן וועלכע שפירן זיך שטיקן אין זייערע רעליעגעזען אדער געזעלשאפטליכן מצב און זיי העלפן מאכן טוישונגען אין זייערע לעבסנשטייגערן מיט די מינימאלסטע שוועריקייטן וואס שייך.

אויף זיין בלאג אין די טיימס אף איזראעל, האט בראקמאן געשריבן אז אין די ערשטע פאר טאג וואס די וועבסייט איז אקטיוו האט ער באקומען א מבול פון אימעילס סיי מיט אנבאטן צו וואלונטירן מיט וואס נויטיג און סיי מיט מענטשן וועלכע זוכן הילף וויבאלד זיי זענען "פרום און שטעקן".

אויפן וועבסייט איז מרומז אז די איניציאטיוו צו עפענען דעם ארגעניזאציע קומט פון די דבורה טאמבור טראגעדיע, ווי די צוויי קהילות פון פרומע און אטד'ס האבן אויסגעשטרעקט באשולדיגונג פינגער איינער צום צווייטן, יעדער טענה'נדיג אז ידיהם של אחרים שפכו את הדם הזה. ווי איך פארשטיי שטייט דאס איניציאטיוו, טיילווייז אין קעגנזאץ צו פוטסטעפס, וועלכע ווערט דורך פילע אין די פרומע לאגער ווי אן אניציאטיוו מיט אן אגענדע אפצופירן מענטשן פון פרומען דרך, און טיילווייז אין קעגנזאץ צו די עקסטרעמע פרומקייט וואס האלט אין איין שטייגן אין די חרדישע לאגערן דערביי אפרעמדנדיג אסאך פון דעם לעבנסשטייגער.

עס בלייבט מיר נאר איבער זיי צו וואונטשן אסאך הצלחה מיט זייערע וואוילטעטיגע טאטן, בו בזמן וואס איך וואונדער זיך צו זיי קענען עפעס אויפטון. עס איז פון די זאכן וואס נאר צייט קען זאגן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דיין מהלך פין שרייבן דא אין ק"ש קוקט מיר אויס ווי דו וואסלט זיי דאס ערשטע געדארפט קאלן . בלייבט מיר נאר איבער צו ווינטשן דיר א סמודן טראנזישען!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:00 pm
דורך הציץ ונפגע
עס זעט דיר אויס ווי כ'בין שטעקן? און אפשר גאר האב איך שוין געמאכט דער טראנזיציע? אין יעדנספאל, ייש"כ פאר דיין וואונטש פון הארצן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:02 am
דורך קאווע טרינקער
זיי וועלן קיינמאל נישט מצליח זיין.... ס'ווארט זיי אפ א מאסן מענטשן...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:07 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דיין מהלך פין שרייבן דא אין ק"ש קוקט מיר אויס ווי דו וואסלט זיי דאס ערשטע געדארפט קאלן . בלייבט מיר נאר איבער צו ווינטשן דיר א סמודן טראנזישען!

נו, ער זאגט דאך אליינס. ס'שטייט בפירוש אין זיין ניק.
דיס-קלעימער: איך נעם נישט קיין שטעלונג און זאג נישט קיין מיינונג איבער יענעם'ס רוחניות. :roll:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:04 pm
דורך ממרום שלח אש
עס איז איגנאראנט און אפילו עגאיסטיש פון די צוויי ראבייס צו אסומירן אז מענטשן ווערן אפיקורסים בלויז ווייל מען פירט זיך נישט אויף זייער שטייגער פון אידישקייט.

אגב, איז נישט ישכר קעטז די טאטע פונעם א.ט.ד. סעם קעטז? ווי דער גוטער בוך זאגט, דער שוסטער גייט מיט צעריסענע שוך.

חוץ מזה באעסטן זיי אז זיי האבן געמאכט דעם טראנזישאן און געבליבן מיט א סטאבילע משפחה לעבן, איז ישכר קעטז נישט קיין גרוש? זיינע קינדער גייען אויף זיינע דרכים?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:33 pm
דורך הוגה
ממרום שלח אש האט געשריבן:חוץ מזה באעסטן זיי אז זיי האבן געמאכט דעם טראנזישאן און געבליבן מיט א סטאבילע משפחה לעבן, איז ישכר קעטז נישט קיין גרוש? זיינע קינדער גייען אויף זיינע דרכים?


און א גרוש איז נישט סטאביל ווייל........? :shock: אגב ער האט פיין געהייראט, א גאר חשוב'ע שידוך.