בלאט 1 פון 2
בארימטע כופר וועט היטן איין שבת פאר צדקה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:29 pm
דורך הציץ ונפגע
דא אויף קאווע שטיבל איז אין דעם עבר געווען באריכטעט איבער ארי מאנדל (המכונה רחמנא ליצלן) און זיין שטיק צו פארקויפן זיין חלק לעולם הבא אויף איבעי. דער שטיק האט אים דאן געברענגט אינטערנאציאנאלער רום, ווען די מעשה איז באריכטעט געווארן אין צייטונגען איבער דער וועלט, און האט אפילו געברענגט נאך א ספר לאור עולם איבער דאס ענין פון מכירת חלק לעוה"ב ע"פ הלכה.
דער זעלבער ארי מאנדל האט לעצטנס באשלאסן צו לויפן אויף א מאראטאן אין ירושלים לטובת די חרדישע ארגעניזאציע "חי לייפליין" וועלכע העלפן אידישע קינדער מיט קענסער. צו קענען לויפן אין דעם מאראטאן האט מען געדארפט אויפטרייבן פיר טויזענט דאלער און צדקה, און מאנדל האט פרובירט אויפצוטרייבן געלט צווישן זיינע אט"ד חבירים אויף פעיסבוק. זעענדיג אז עס גייט שווערליך און ער גרייכט נישט צום סכום, האט מאנדל צוגעזאגט צו "היטן אפילו שבת" אויב איינער זאגט צו געלט. א איד מיט א ווארעם הארץ האט אים געכאפט ביים ווארט און צוגעזאגט די סכום פון טויזענט דאלער אויב מאנדל היט איין שבת מרישא ועד גמירא! מאנדל, וועלכער האט געזען אז פון זיין וויץ איז געווארן אן ערנסטער זאך, האט אנגענומען דעם אנבאט בחפץ לב, און וויצלנדיג צוגעלייגט אז פאר נאך טויזענט וועט ער אפילו איבערזאגן א דבר תורה אין שול. ווי מאנדל האט איצט געמאלדן האט אן אנאנימער נדבן אנגעבאטן $500 אויב מאנדל וועט זאגן א דבר תורה איבער חסידות, און אז ער האט אנגענומען דעם אנבאט און וועט שבת נאכמיטאג זאגן דעם דבר תורה אין שול.
אף רשעים שבך מלאים מצוות כרימון!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:32 pm
דורך הציץ ונפגע
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:46 pm
דורך אפטעמיסט
גאנץ גוט. אויב וועט ער היטן א שבת וועט זיין עולם הבא ארויפגיין אין פרייז.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:23 am
דורך קאווע טרינקער
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:27 am
דורך עמוס
איך בין בטוח אז ער איז נישט דער איינציגסטער כופר וואס היט שבת, לכל הפחות לפנים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:18 am
דורך הוגה
ממנו ילמדו! ווער נאך נעמט זיך פאר ריכטיג צו היטן איין שבת?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:35 am
דורך רויטע וואנצעס
אמר ר' חייא בר אבא א"ר יוחנן כל המשמר שבת כהלכתו אפי' עובד ע"ז [כדור] אנוש מוחלין לו שנאמר (ישעיהו נו) אשרי אנוש יעשה זאת וגו' מחללו אל תקרי מחללו אלא מחול לו (שבת קיח)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:45 am
דורך דער (פינטעל) איד
וואס איז מיט גוי ששבת חייב ?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:58 am
דורך יואליש
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס איז מיט גוי ששבת חייב ?
כ'פארשטיי נישט, ער איז דאך א איד.
אבער בדרך צחות קען מען זאגן אז וויבאלד די געלט גייט פאר די קענסער פאציענטן איז עס א בחינה פון מוטב שיחלל שבת אחת כדי שישמור שבתות הרבה...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:06 am
דורך פאריז
איין מצווה ברענגט דאס צווייטע מצווה, ער האט טוט א מצווה מיט העלפן קראנקע קינדער האט עס געברענגט נאך א מצווה פון היטען שבת, לאמיר אים וואנטשען אז עס זאל ברענגן א קייט רעקציע צו ווערן א פולשטענדיגער שותו״צ.
Hay you never know דאס פינטעלע איד קען זיך אנצינדען אין אים צירוקברענגען.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:14 am
דורך יואליש
איז מעגליך אז עשיו האט אויך פארקויפט די בכורה צו רעיזן די פאנדן פאר חי לייפליין? ער האט תיכף אריבערגעטראגן די הייסע פרישע לינזן זופ צו מעמאריעל האספיטעל און מחיה געווען אן אויסגעדארטע אומשולדיגע קראנקע קינד.
ער קען זאגן א דבר תורה אויף די וואכעדיגע סדרה איבער ויבז עשיו את בכורה, ומדה טובה מרובה ווען מ'קויפט א מצוה אנשטאט זיך פטר'ן פון א מצוה, איז עס די היפך פון בזיון. איי ארי מאנדעל קושט נישט די מזוזה, נו, שטייט דאך בפירוש אז "וילך" און עשיו האט נישט געקושט די מזוזה. איי וילך משה?
און נאכדעם קען ער אריבערשפרינגן צו די שמועס אין די ראשונים איבער די מכירת הבכורה און די פראבלעם פון דבר שלא בא לעולם און פון דארט מאכן א סיכום איבער די חלות פון א מכירת עולם הבא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:19 am
דורך מאטי
שטייט דאך "הלעטינו נא" . קען זיין ס'מייינט פאק מיר דאס איין.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:27 am
דורך יואליש
moti107 האט געשריבן:שטייט דאך "הלעטינו נא" . קען זיין ס'מייינט פאק מיר דאס איין.
אריין אין מלמדים-וואקעבולערי-טייטשן שמועס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:21 pm
דורך שמעקעדיג
אין "א הילף פארן קינד" שטייט בפירוש א בילד ווי יעקב פיטערט עשו'ן מיט א שעפ לעפל בשעת דער לעצטער ליגט אפרקדן אויפן בעט מיט די הענט אין די הויזן טאש רח"ל, עיי"ש ותמצא נחת.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:25 pm
דורך שמעקעדיג
אצינד זעה איך אז זיין הענט זענען נישט אין טאש, וטעות לעולם חוזר...
-
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:29 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז א שטארקע מוסר השכל לענ"ד, דער בן עוה"ב אונזערער איז געלונגען מחיה צו זיין צובראכענע חולים על ערש דוי ל"ע מיט איין שמירת שבת. וויפיל קראנקע קינדלעך וואלטן מיר געקענט אויפרעכטן ווען מיר וואלטן ווען נאר געהיטן שבת for the right price...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:40 pm
דורך פאריז
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ס'איז א שטארקע מוסר השכל לענ"ד, דער בן עוה"ב אונזערער איז געלונגען מחיה צו זיין צובראכענע חולים על ערש דוי ל"ע מיט איין שמירת שבת. וויפיל קראנקע קינדלעך וואלטן מיר געקענט אויפרעכטן ווען מיר וואלטן ווען נאר געהיטן שבת for the right price...
איך פארשטיי נישט דיין מוסר השכל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:42 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
פאריז האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דיין מוסר השכל.
feel free to understand it however way you want, i had them all in mind
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:06 pm
דורך הוגה
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת
די באשעפער האט עס דיר אליין געזאגט? ווייל מיר האט ער נעכטן געזאגט אז ער דארף נישט דיינס. איך פארשטיי נישט פארוואס, איך גיב נאר איבער די מעסעדזש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דוד המלך האט עס געזאגט. ער איז מיר מער בגלייבט ווי דיר מיט דיינע קארניע פארדראשענע לצנות
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:12 pm
דורך פאריז
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת
לאמיר נישט אריינמישען די געפילן אינעם מעשה ווייל יעדער פארשטייט אז מען רעדט נישט דא פון קיין מצוות ביקור חולים אדער שמירת שבת,
בסך הכל זיכט דא א עבר ושנה'ניק אביסל סיפוק און אטענשען, ב"ה אז ער האט עס געטראפן דורוך היטען מצוות און נישט פארקערט דורוך שטויסען אידן אזוי ווי אנדערע און זיין גאטונג טיען, מעגליך און האפענטליך אז די שלא לשמה וועט האבן א שטיקעל השפעה אויף ווייטער.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:21 pm
דורך גאנצל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת
ווער זאגט דיין שבת דארף ער יא?
ביסט אזוי זיכער אין דיר?