פשט אין הפקרות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הערשל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

פשט אין הפקרות

שליחה דורך הערשל »

יעצט געהערט אז מען האט ארעסטירט א מאמע פארן איבערלאזן א קינד אן אויפזיכט.

איך האב נישט מער פרטים דערווייל און וואס איך ווייס יא, וויל איך נישט שרייבן ווייל מיין ציל איז נישט צו פארשעמען אט די ספעציפישער מוטער, נאר פרעגן בכלליות, וואס איז פשט פון דעם וואס מען לאזט אפט איבער די קינדער ממש הפקר.

ווער עס וויל מיט מיר ארומשפאצירן אין די היימישע געגנטער, וועל איך ווייזן וויפיל קינדער זענען אין די קערידזשעס אויף מער ווי גענוג צייט אז א קינדער כאפער זאל דערמיט אוועקשפאצירן.

פארלאזט מען זיך אויף די קאמעראס וואס זענען כמעט נישט דא אין די היימישע געגנט?

פארלאזט מען זיך אז א שכן וואס וועט דאס זען, וועט נישט צולאזן דאס כאפעניש?

און ווען די אינסטאנצן וועלן דערפון קעיר נעמען וועלן זיי אנגערופן ווערן מיט די מיאוס'טע נעמען און אידן פיינט.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר