(קעפל געטוישט) נייע קהילה: "קהילת ישרי לב"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אדם הראשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 7:49 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

(קעפל געטוישט) נייע קהילה: "קהילת ישרי לב"

שליחה דורך אדם הראשון »

אזוי ווי כ'פלאן אפשער צי ווערען א רבי, ווילעך קודם זעהן מי ומי ההולכים,

די פלאן איז צי זיין א רביסטווע ציגעפאסט צים דור, אין אריינלייגען אין די יונגווארג תורה מיט יראת שמים מיט געשמאק אין ליבליכקייט,

די רעביסטווע וועט ווערען געפירט אויף א אופן פין היימישקייט אין ברודערליכקייט, נישט מיט קיין דיקטאטורשאפט, און אוואדאי נישט קיין קולט,

די ציל וועט זיין צי אויפשטעלען ערליכע יונגעלייט אין בעלי בתים, צי גאט אין צי לייט, סיי ברחניות אין סיי בגשמיות,

דערווייל ווערט אנגענומען נאר א באגרעניצטע צאל חסידים אין תלמידים, אין לויט די הצלחה וועט מען זעהן וויזוי צי גיין ווייטער,

די פלאן אין צי אויפשטעלען קליינע שטיבלעך אויף די לענג אין די ברייט פין אמעריקע, צי דרייסיג פערציג אינגעלייט פער שטיבל, זאל אפילו זיין צען שטיבלעך אין א שטאט, זאל עס אבער זיין קליינע שטיבלעך,

יעדע שטיבל וועט זיך פיהרען לויט די גייסט פין די דארטיגע אינגעלייט, אין נישט אז איין שטיבעל וועט זיין א קאפי פינעם צווייטען,

אין א אטמאטפער פין א קליינע שטיבל וועט קענען בעסער ארויס קומען די כשרונות פין די אינגעלייט,

די בחורים וועלען אויך לערנען אין די שטיבלעך, אין ס'וועט נישט זיין קיין ישיבות,

עקסטער וועט מען זיך אפגעבען צי לערנען א אומנות מיטען יונגען דור יעדער לויט זיינע טאלאנטען, כדי זיי זאלען גרינגער קענען ציקומען צי א פרנסה קלה ונקיה,

די ציגאנג צי די חינוך פין די מיידלעך איז דערווייל נאך נישט באשטימט,

ווער ס'איז אינטערעסירט זיך צי איינשרייבען אין די נייע קהלה קען עס טוהן דא אין דעם אשכול,

אזוי אויך עצות אין הצעות קען דא געשריבען ווערען,

הצלחה רבה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אדם הראשון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר