בלאט 1 פון 19

אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:37 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).

כ'שטעל דא ארויף דעם היינטיגן חסידות-מינוט אין א פרייער אידישער איבערזעצונג.

די שפיל פון לעבן

א מענטש וואס איז א fan פון א ספעציפישן ספארטס-טים -- לאמיר זאגן די "רעד סאקס" -- זוכט נישט אונטערצוברענגען דעם צד-שכנגד טים, ווייל הגם ער וויל זיין טים זאל געווינען, פארשטייט ער אז מען קען נישט געווינען אן קיין פארמעסט. און בכדי ס'זאל זיין א פארמעסט, מוז זיין א צד שכנגד. אנדערש איז נישטא קיין געים.

ווען דער "ויתרוצצו" האט זיך אפגעשפילט ביי רבקה'ן אין בויך, איז זי געווען באזארגט: וואס איז פשט פון דער "ביי-פאולער" אויפפירונג פונעם עיבור? פארוואס ציט אים בכלל צו דער נעגאטיווער זייט? האט דער אויבערשטער זי געזאגט: דעטס לייף! עס זענען אין דער וועלט פאראן צוויי כוחות, וואס זענען קעגנערס בטבעם. דער געראנגל צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית איז נישט קיין פראבלעם, קיין קאפ-ווייטאג, קיין "שונא" פאר'ן מענטש. פארקערט: מען דארף דעם געראנגל אויפנעמען מיט אפענע הענט, מיט שמחה! ווייל דער דאזיגער געראנגל איז די זאך וואס פארזיסט די שפיל וואס מיר רופן לעבן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:55 pm
דורך יואליש
איז מעגליך צו לינקן צום אודיאו זעלבסט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:03 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
גערן. וואו און ווי לאדן איך עס ארויף?

אן אויסוועג לדורות (חסידות-ווארט פון היינט אינדערפרי)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:23 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
וואס האט יצחק אבינו פארדינט מיט'ן ליב-האבן עשיו?

זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:33 am
דורך יידל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:גערן. וואו און ווי לאדן איך עס ארויף?

דראפבאקס, גוגל דרייוו אדער יוטוב

ביי דראפבאקס דארפסטו האבן א דראפבאקס אקאונט, און אין גוגל דרייוו און יוטוב דארפסטו האבן א גוגל אקאונט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:37 am
דורך דער (פינטעל) איד
Or copy.com
No account needed

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:41 am
דורך זאל_זיין
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).

כ'שטעל דא ארויף דעם היינטיגן חסידות-מינוט אין א פרייער אידישער איבערזעצונג.

די שפיל פון לעבן

א מענטש וואס איז א fan פון א ספעציפישן ספארטס-טים -- לאמיר זאגן די "רעד סאקס" -- זוכט נישט אונטערצוברענגען דעם צד-שכנגד טים, ווייל הגם ער וויל זיין טים זאל געווינען, פארשטייט ער אז מען קען נישט געווינען אן קיין פארמעסט. און בכדי ס'זאל זיין א פארמעסט, מוז זיין א צד שכנגד. אנדערש איז נישטא קיין געים.



ווען דער "ויתרוצצו" האט זיך אפגעשפילט ביי רבקה'ן אין בויך, איז זי געווען באזארגט: וואס איז פשט פון דער "ביי-פאולער" אויפפירונג פונעם עיבור? פארוואס ציט אים בכלל צו דער נעגאטיווער זייט? האט דער אויבערשטער זי געזאגט: דעטס לייף! עס זענען אין דער וועלט פאראן צוויי כוחות, וואס זענען קעגנערס בטבעם. דער געראנגל צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית איז נישט קיין פראבלעם, קיין קאפ-ווייטאג, קיין "שונא" פאר'ן מענטש. פארקערט: מען דארף דעם געראנגל אויפנעמען מיט אפענע הענט, מיט שמחה! ווייל דער דאזיגער געראנגל איז די זאך וואס פארזיסט די שפיל וואס מיר רופן לעבן.


.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:55 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
שקויעך [tag]יידל[/tag] און [tag]דער (פינטעל) איד[/tag]

ענד היער ווהי גאו: https://next-d.copy.com/yML8zTelEHFC

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:57 am
דורך הירשל ציג
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שקויעך [tag]יידל[/tag] און [tag]דער (פינטעל) איד[/tag]

ענד היער ווהי גאו: https://next-d.copy.com/yML8zTelEHFC


היער ווהי גאו גארנישט! מ'זעהט גאאארנישט!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:00 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
אן אומגעדולדיגע ציג! קליק (מיט דער פאדערשטער פאדעשווע) אויפ'ן לינק, און לאדן אראפ דעם קליפ.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:15 pm
דורך הירשל ציג
כ'האב געלאדענט, מער ווי איין מאל!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:16 pm
דורך הירשל ציג
איר האט מסתמא נישט געסעיווט די פייל ווי עס ברויך צו זיין, וויילע מ'זעהט אז ס'דארף זין 33 סעקונדעס פון פילם, אבער זעהען זעהט מען גארנישט, נאר אזעלכע געלע קעסטעלעאך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:00 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
סארי. דארף איך זען וואס כ'האב נישט גוט געטאן. אינדערצווישן, קענט איר מיר אישי'ן אייער אימעיל אדרעס און כ'וועל עס שיקן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:11 am
דורך זאל_זיין
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:וואס האט יצחק אבינו פארדינט מיט'ן ליב-האבן עשיו?

זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.


"פועל דמיוני"
ערגעץ ווי האב איך געזען אז די זעלבע מאטיוו איז געווען פארוואס אברהם אבינו איז געגאנגען מקריב זיין יצחק אן קיין קשיות אזוי אז דער אייבישטער זאל מוחל זיין אן קיין קשיות
כוועל עס פאוסטען ווען כ'טרעף עס

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:29 am
דורך קאווע טרינקער
ס'האט געהאלפען?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:54 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
וואס האט?

פיל מיט יענעם, נישט גיב עצות

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:00 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/qOEWGi9oBiE

ווען יעקב אבינו האט זיך אריינגעשלייכט אין הויז צו גנב'ענען די ברכות, האט רבקה אים אנגעטאן האריגע קליידער כדי פארווישן די שפירן פון יעקב'ס גלאטער הויט. פריער, ווען רבקה האט צוערשט פארגעשלאגן פאר יעקב צו אויסכאפן די ברכות און יעקב האט זיך געזארגט אז יצחק וועט אים גאר שעלטן, האט רבקה אים געזאגט: זארג נישט; "עלי קללתך בני." פארוואזשע האט אים רבקה נישט באלד דעמאלט געגעבן די עצה וואס זי האט למעשה געטאן?

ווייל ווען עמיצער קומט צו דיר זיך אויסרעדן אויף א פראבלעם אדער צרה, גיב אים נישט קיין עצות, נאר טייל זיין ווייטאג; סימפאטיזיר און וויין מיט אים. ווען יעקב איז דערשראקן געווארן און זיך געזארגט, האט רבקה אויסגעדריקט מיטלייד, גענומען אויף זיך זיין צרה. הערשט ווען ס'איז געקומען לידי מעשה, דעמאלט האט זי אים געהאלפן מיט עפעס פראקטיש, ממשות'דיג.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:35 pm
דורך חד גדיא
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:http://youtu.be/qOEWGi9oBiE


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qOEWGi9oBiE[/youtube]

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:39 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שקויעך :)

דער ג-טליכער עלעוועיטאר איז צעבראכן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 12:59 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ocaq0qsjXLc[/youtube]

מיר לערנען אין דער פרשה וועגן יעקב אבינו'ס חלום, אין וועלכן ער האט געזען מלאכים ארויפקריכן און אראפקומען די טרעפ פון א לייטער. מלאכים קענען דאך פליען: וואס איז פשט פון דער לייטער-קלעטעריי?

נאר די מלאכים קומען אונז לערנען די וויכטיגסטע לעקציע אין לעבן: נישטא קיין עלעוועיטאר צו ג-טליכקייט (און אויב איז יא פאראן, איז ער צעבראכן). מ'קען נישט ארויפפליען קיין מדריגות. דער איינציגער וועג ארויף פאר א בשר ודם איז דורך גיין שטאפלווייז, א טריט אויפאמאל.

לאמירזשע היינט נעמען איין אזא קליינעם טראט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:42 pm
דורך הירשל ציג
מורא'דיג אין די וועלט!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:45 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
נו, אפשר שטעלט איר אים, סעמפ'ן, אריין אין געצעלט אייערן, מכוח דעם חיוב פון "ויפוצו"?

מחשבות פירן צו מלאכים אדער שלינגענדע קי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 12:32 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/yWXfMej_xCw


חלומות זענען די שלוחים, וואס דעקן פאר אונז אויף ווער מיר זענען באמת; פון וואס די עסענץ פון אונזער וועזן באשטייט.

רבי מאיר'ל פרימישלאנער האט באמערקט: ס'איז תלוי אינעם מענטש, פון וואס זיינע חלומות זאלן באשטיין. שטרעבן פאר העכערס, פאר דביקות אינעם אויבערשטן, פירט צו חלומות וועגן קלעטערנדע מלאכים. אויב איז דער קאפ פארנומען מיט עסן און רייכטום, חלומ'ט זיך משונה'דיגע זאכן וועגן מאגערע קי וואס שלינגען איין לעבעדיגערהייט זייערע פעטע פריינט.

לאמירזשע היינט אנהייבן טראכטן און לעבן מיט ספיריטואליזם.