בלאט 1 פון 2

א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 6:42 pm
דורך chasid
טייערע אידן, איר האט זיכער באמערקט אז אונז האבן דא לעצטנס באקומען א חשובע גאסט, דער משמח אלוקים ואנשים הנקרא מנשה לוסטיג שליט''א
אונז האבן זיך אלע פארגעשטעלט אז ס'גייט זיך אנפאנגען צו גיסן זיינע וועלט בארימטע געשרייבעכצער, אז דער עולם וועט זיך קאטשען פאר געלעכטער אין די אויסגעגאסענע קאווע...
און למעשה, הערט מען אינגאנצען אנדערע זאכן.............

לכן וויל איך בעטן דעם עולם מען זאל מגיב זיין דא מיט עטליכע ווערטער צו אויסדריקן אונזער געבעט:
מנשה, גוטע סחורה ביטע!

אפשר וועט ער זיך צוהערן צום בקשת רבים

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 6:45 pm
דורך שמואל הלוי
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 6:55 pm
דורך אוי טאטי
עס איז נישט אזוי שלעכט כ׳מיין מען דארף דאך עים לאזן זיך אביסל אויסבלאזן וועגן דעים אויך!

אבער מנשהלע פארגין אונז אביסל פין דיינע זיסווארק אויך אביסל אונז ווארטן שוין אזוי לאנג דערויף! דעליווער אונז עפעס א קנאקעדיגס!
שכח!

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:20 pm
דורך ידען
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.

מנהלים

איינער האט זיך אריינגעכאפט און נוצט שמואל הלוי׳ס ניק שלא ברשות. איך קעניש גלייבן אז שמואל הלוי זאל אזוי שרייבן.

Whoever it is, ווען מע נוצט די ווארט ״אנדערע זאגן״ וויל מען אז מע זאל מיינען אז דא רעד זיך פון א גרויסער עולם, מוז אבער נישט זיין.

איך בין זיכער נישט פון דעי. איך האב הנאה פון מנשה׳עלע פון אלע זיינע זאכן, ווען ער מאכט די זיסע קליפס, און ווען ער שרייבט אזוי שיין, און יא, אויך ווען ער לייגט פאר די סקווירא זייט, און יעדער וואס וויל קען אים אפפרעגען, און שרייבן אנדערש.

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:43 pm
דורך פינטאו
דערווייל, האט מיר נאר זיין חתימה געמאכט שמייכלען. (כה דברי מנשה'לע לע לע לא לא קיש קיש.) האט ער לצערי דאס שוין אויך געטוישט.

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:48 am
דורך מנשה לוסטיג
גלייבט מיר, איך טוה חליש'ן יעדן טאג אנצוהייבן א נושא כדרכי וכטבעי, אבער כ'האב א נאטור זיך צו מתווכח זיין, ממילא שטופט דאס אוועק מיין נאטור פון פאנטאזיע און סאטירא מאמרים.
אבער ס'שטייט אויפן אגענדע, און אדרבה, לאמיר הערן רבותי וועלכע נושא נאך, קען מען באשרייבן, כ'האב אייגענע אבער כ'קען באשטיין צו הערן אפשר וועט מיר עס גיבן א אפעטייט.

אגב, איינע פון מיינע פוהלע סלאגאנען איז, 'ווען דו זאלסט וויסן ווי איך לאך, וואלסטו זיך נישט אזוי אויפגערעגט, און אפשר דווקא יא..

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:58 pm
דורך יידל
מנשה'לע ערפילט די פעטיציעס בקשה: viewtopic.php?p=8995#p8995

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:18 pm
דורך קרעקער
לייג ארויף דיינע קליפס איינס ביי איינס

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:20 pm
דורך קרעקער
אויכט וויל איך דיך אנטראגען צי מאכען א הימשך (SEASONS) פין די שבת טיש קליפ די האלטס נאך פאר קודיש קענסט מאכען די פיש דיפס און דערביי אנפראסקענען דו קינדער אוי וועלען מיר זיך ראולען פאר געלעגכטער

איך בון מקנא דיין עולם הבא פארען משמח זיין אזויפיל יודען

Re: א פעטיציע צו מנשה'לע

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 3:30 pm
דורך א איד
גם אני מצטרף לפעטיטציע הגדול

א איד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:12 pm
דורך מנשה לוסטיג
שרייבן מוז איך.. אז איר גלייכט נישט מיין גערעדעכץ דא, [אנדערע גלייכן עס יא] דאן זייט מגיב אויף מיינע מעמוארן, וועל איך זיך פארטון מיט יענס.. חח

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:38 pm
דורך ידען
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שרייבן מוז איך.. אז איר גלייכט נישט מיין גערעדעכץ דא, [אנדערע גלייכן עס יא] דאן זייט מגיב אויף מיינע מעמוארן, וועל איך זיך פארטון מיט יענס.. חח

וואס? ווער גלייכט נישט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:28 am
דורך מנשה לוסטיג
ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:21 am
דורך boxcover
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

ווען א חזיר ווערט א חכם, זענען זיינע מבינות פשוט טיפשות

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:02 pm
דורך מנשה לוסטיג
boxcover האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

ווען א חזיר ווערט א חכם, זענען זיינע מבינות פשוט טיפשות

פון ווי נעמסטו דאס? פון אייגענע ערפארונג?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:10 pm
דורך שעפטל
אוי ווי גוט האט [tag]שמואל הלוי[/tag] געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:15 pm
דורך טעפל
שעפטל האט געשריבן:אוי ווי גוט האט [tag]שמואל הלוי[/tag] געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

שעפטעלע נישט אזוי שארף!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:16 pm
דורך טעפל
בדרך אגב ווייסט איינער וואס איז פשט פונעם קליפ וואו מנשה'לע טאנצט און יענער אריין, מנשה'לע אנטלויפט, דאס איז קלאר אז מנשה'לע פוצט גלייך אפ, אבער וואו איז דאס??

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

כ'האב עס נישט געזען, שיק מיר די לינק

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:45 pm
דורך סאשי פיש
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מנשה נעני, אדורכליינעדיג דעם אשכול זעה איך גרויסע טענות אויףן סקווערע מהלך לגבי מאלעסטעשין בכלל, און מעשה-יוסי בפרט, דיינע תירוצים אויף די שאלות וואס מען פרעגט דיר איז שלא מן הענין לדוגמא 'געפילטע' פרעגט: ער האט זיך דאך פריוואט מודה געווען אויפן מעשה פארן בחור? ענפערסטו אז ווען איינער קומט אין קארט גלייבט מען אפילו עס איז נישט אמת וכו'.
לויט דעם שיג ושיח דא איז מיר איינגעפאלן א שיינע פרפראה: די וועלט פרעגט וואס איז פשט אין מנשה'ס אוואטאר קודם שטעקט אריין דעם קאפ אין די גרינע בושעס און נאכדעם שטעקט ארויס דעם קאפ וחוזר חלילה?
מנשה וועט אוודאי זאגן אז ער בייגט זיך אראפ דעם קאפ כדי נישט צו כאפן שטיינער און אייער פון די סאטמארע, אבער מיר זעט אויס אן אנדערע מהלך, קודם שטעקט מנשה ארויס דעם קאפ צו שיסן א סטעיטמענט, דערנאך בייגט ער זיך צוריק אריין און הערט נישט וואס מען ענטפערט, ואח"כ חוזר חלילה שטעקט זיך ארויס שיסט א פרישע מאמר, בייגט זיך נאכאמאל אראפ און הערט ווייטער נישט וואס מען רעדט צו אים, נו, א ווינדער אז נאכדעם זעט עס אויס ווי א שיח חרשים...

viewtopic.php?p=146870#p146870

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

כ'האב עס נישט געזען, שיק מיר די לינק


viewtopic.php?p=152654#p152654

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 4:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
שעפטל האט געשריבן:אוי ווי גוט האט [tag]שמואל הלוי[/tag] געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

I did not force you to laugh and I have a right to speak, if you are not prone to it, eat your heart, I do not mind 'at all'