בלאט 1 פון 1

תענוג ווי די תוצאה פון דביקות באותיות

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:58 pm
דורך לולקע-ציבעך
דער "תולדות" ברענגט פונעם בעש"ט, אז רבי נחוני' בן הקנה האט געקענט אלע כוונות התפילה, אבער מיט דעם אלעם ווען ער האט מתפלל געווען צום אויבערשטן האט ער עס געטאן אויף אן אופן ווי א קליין קינד וואס בעט עפעס פון זיין טאטן. דער תולדות פירט אויף דעם ארויף אויס מיט א ווארט בשם דעם בעש"ט אז די צוויי בחינות, דאווענען מיט הויכע כוונות און מיט'ן פשטות פון א קינד, זענען קעגן די צוויי בחינות פון "שמאל דוחה" און "ימין מקרבת".

בפשטות רעדט דער בעש"ט פון צוויי מצבים אין וועלכע א מענטש קען זיך טרעפן. ווען עמיצער געפינט זיך אין א מצב פון גדלות המוחין, דאוונט ער נאטירליך מיט טיפע כוונות. ווען ער געפינט זיך אויף א נידעריג פלאץ, בקטנות המוחין, דארף ער משתדל זיין און בעטן אויף דעם אליין, אז ער זאל באקומען די מעגליכקייט פון דאווענען מיט די ריכטיגע כוונות. מען קען אבער אפשר זאגן, אז די צוויי לכאורה-עקסטרעמען זענען ביסודם איין און די זעלבע זאך. און בכדי צו פארשטיין, לאמיר נעמען אלס משל א הרגש וואס כמעט יעדער מענטש קען: אהבה. עס זענען פאראן מערערליי ליבעס. דאס קעגנזייטיגע ליבשאפט פון עלטער און קינדער איז אנדערש ווי דעם ליבשאפט פון חבר צו חבר און מאן צו פרוי. אפילו דאס ליבשאפט פון א קינד צו דער מאמע'ן קען אננעמען מער ווי איין פארמאט. דער זעלבער מענטש האט אנדערש ליב זיין מאמע'ן אלס פיצל קינד ווי שפעטער, נאכ'ן ווערן א דערוואקסענער. דאס ליבשאפט איז אנדערש און דריקט זיך אויס אויף אנדערע (אפילו אויב ענליכע) אופנים.

הגם די צוויי ליבשאפטן טראגן אנדערע כאראקטערס, זענען זיי באמת די זעלבע זאך. דער חילוק איז נאר וויאזוי דער אוהב, דער ליבהאבער, באנעמט און דריקט די ליבשאפט אויס. די בריאה פון "אהבה" איז באשאפן געווארן אין בלויז איין עקזאמפלאר. דאס וואס מיר האבן זי אין מערערע וואריענטן האט צוטאן מיט דער השגה פונעם מענטש אין וועמען דאס געפיל זיצט. די סיבה פארוואס א קינד פילט און דריקט די אהבה אויס אנדערש ווי א דערוואקסענער איז, ווייל זיינע השגות זענען אנדערש. די איין-איינציגע אוניווערסאלע אהבה איז גרעסער און טיפער ווי סיי וועלכן מענטש וואס באזיצט זי און ווי סיי וועלכן מצב אויף וועלכן זי ווערט אנגעווענדט. דער הרגש פאסט זיך נאר צו, אזוי צו זאגן, צו דער "פארעם" פון דער השגה פונעם מענטש אין וועמען זי זיצט יעצט. דאס זעלבע איז אמת מיט די אנדערע אופנים ווי מיר פילן און ווייזן ליבשאפט: ס'איז דאס זעלבע געפיל, אין אן אנדערער כלי - אין א מענטש אונטער אנדערע אומשטענדן, מיט אנדערע השגות, רצוניות און חשקות.

דער ציל פונעם מענטש אויף דער וועלט איז צו פילן תענוג, און ווי עס דריקט עס אויס דער ספר דרך השם: "האדם לא נברא אלא להתענג על השם." דאווענען איז איין מיטל, מיט וועלכן אנצוקומען אהין, צו פילן דעם דאזיגן תענוג. אמאל געלונגט עס, אז דער מענטש "פאלט אריין" אינעם דאווענען און דערגרייכט באלד דעם שטאפל ביי וועלכן ער פילט דעם תענוג. אין אנדערע פאלן קומט עס אן נאך אביסל זיך פארטיפן אין די ווערטער און אריינארבעטן אינעם דאווענען. דאס רופט זיך "עבודת התפילה".

דער בעש"ט רעדט פון "התדבקות באותיות" - זיך פאראייניגן מיט די אותיות. דאס לשון וואס דער בעש"ט האט גענוצט אין אידיש איז: דער מענטש "זאל זיך בעטן צו די אותיות." דער בעש"ט מיינט דאס פשוטו-כמשמעו, אויף א פשוט-גשמיות'דיגן שטאפל ווי מיר פארשטייען די ווערטער כפשוטם: מען זאל זיך "פארלירן" אין די אותיות, באזייטיגן יעדעס ביסל פלאץ און זאך צווישן דעם זאגער און דעם געזאגטן, אז זיי זאלן פארוואנדלט ווערן אין איינס. ווען דאס געשעט, קומט תענוג.

ווי געזאגט, דער דאזיגער צונויפגיס פון מענטש און אות געשעט אמאל ממש ווי פון זיך, און אמאל דורך אריינארבעטן ביז מען טרעפט זיך אויף דעם פלאץ. אין ביידע פאלן אבער קומט דער מענטש אן צו שפירן דעם זעלבן תענוג-געפיל. ס'איז פאראן בלויז איין תענוג-בריאה און אפגעזען פונעם אופן וויאזוי מען איז דערצו אנגעקומען, פילט מען די זעלבע זאך. דער חילוק ליגט נאר אינעם מענטש - אינעם אופן און דעם לענג וויאזוי און ווילאנג ס'האט אים געדויערט אנצוקומען דערצו. תענוג איז א שטאפל נאך ביטול. איינמאל דאס ישות פונעם מענטש ווי א באזונדערע זאך פאר זיך ווערט אויס, קען ער זיך צונויפגיסן מיט די אותיות אלס איין וועזן. אין דער וועלט פון הרגש דריקט אזא מצב זיך אויס אין "תענוג".

תענוג בעצם איז א נאש פון אן "עולם שכולו טוב ויום שכולו ארוך," וואס איז במהותו תענוג - א מצב אן גרעניצן, אן הגבלות און הגדרות, נאר פון בלויז "זיין". אין יענעם עולם זיצן צדיקים און זענען "נהנים מזיו השכינה." דאס נהנה זיין מזיו השכינה איז נישט עפעס וואס מען טוט אין יענעם פלאץ, וואס איז "כולו טוב וכולו ארוך," נאר אן אנדער אספעקט פון דער זעלבער זאך: אזא מצב *איז* הנאה בלי גבול.

אויף דער וועלט איז נישט פאראן אזא זאך ווי בלתי גבול. עס זענען אבער אויף דער וועלט פאראן מציאות'ן, וואס דינען כמו בריק אריבער צו אזא מצב בלי גבולים. אותיות שטעלט מיט זיך פאר איין אזא מיטל. אן אות איז בעצם גארנישט; ס'האט קיין שום ממשות. דער ציור וואס מיר האבן אים געגעבן און די קולות וואס מיר מאכן ביים אים ארויסזאגן זענען פאטענטן וואס מיר נוצן איבערצוגעבן דעם מעסעדזש שבו פאר א צווייטן. היות מיר דער מענטש איז נישט באשאפן געווארן מיט דער אייגנשאפט פון לייענען מחשבות, מוזן מיר קאמוניקירן מיט די מיטלען וואס אונזערע חושים שטעלן אונז יא צו. לייענען און הערן זענען צוויי דערפון; האבן מיר זיך געמאכט פאטענטן צו אקאמאדירן די דאזיגע חושים. ווען עמיצער איז זיך מדבק אין די אותיות, מוז זיין "איך" בטל ווערן (אפילו אויב נאר פאר א רגע) בתנאי תחילה. אויב איז ער א ישות, איז ער דאך מוגבל און א מוגבל האט קיין צוטריט צו א בלתי-גבול.

דביקות באותיות, ובכן, פירט צו תענוג - וואס איז איין און די זעלבע, אפגעזען פונעם וועג ביז אהין. ווייל תענוג קומט נאך ביטול הגבולים, און דארט איז נישט צו אפילו רעדן פון הגבלות.

(באזירט אויף א שטיקל אין ספר "אור שבעת הימים", אות תשמ"ח.)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:58 pm
דורך גוטע פינטעלך
הערליך.

עס ווערט געברענגט אין ליקו"מ (קמא תורה ט') אז נישט נאר עס איז תענוג, נאר אויך איז דאס דער עיקר 'חיות' פון א מענטש, מעגליך אז היינו הך 'תענוג' ברענגט 'חיות' לפי חושי הרגשים שלי. וז"ל בקיצור: כִּי עִקַּר הַחִיּוּת מְקַבְּלִין מֵהַתְּפִלָּה, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב (תְּהִלִּים מ"ב): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי" כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל בְּכָל כּחוֹ וּמַכְנִיס כּחוֹ בְּאוֹתִיּוֹת הַתְּפִלָּה, אֲזַי נִתְחַדֵּשׁ כּחוֹ שָׁם...

איך מיין אז די צווייטע בחינה פון קטנות איז אביסל אנדערש ווי די האסט עס אפגעלערנט, וז"ל רבי נחמן בהמשך שם: אֲבָל כְּשֶׁאָדָם עוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל, אֲזַי בָּאִים מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת וּקְלִפּוֹת וּמְסַבְּבִין אוֹתוֹ, וְנִשְׁאָר בַּחשֶׁךְ וְאֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל, ..., וְדַע, שֶׁיֵּשׁ פְּתָחִים הַרְבֵּה בַּחשֶׁךְ הַזֶּה לָצֵאת מִשָּׁם, כְּמוֹ שֶׁאָמְרוּ חֲכָמֵינוּ, זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (יוֹמָא לח:): 'הַבָּא לִטָּמֵּא, פּוֹתְחִין לוֹ-יֵשׁ לוֹ פְּתָחִים הַרְבֵּה' (עיין תו' שבת ק"ד נִמְצָא, שֶׁיֵּשׁ פְּתָחִים הַרְבֵּה בַּחשֶׁךְ גַּם לָצֵאת מִשָּׁם אֲבָל הָאָדָם הוּא עִוֵּר וְאֵין יוֹדֵעַ לִמְצא הַפֶּתַח.

נו אבער וויאזוי גייט מען יא ארויס פון דארט: וְדַע, שֶׁעַל-יְדֵי אֱמֶת זוֹכֶה לִמְצא הַפֶּתַח, כִּי עִקַּר אוֹר הַמֵּאִיר הוּא הַקָּדוֹשׁ- בָּרוּךְ-הוּא, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב (תְּהִלִּים כ"ז): "ה' אוֹרִי וְיִשְׁעִי"; ..., אֲבָל עַל-יְדֵי אֱמֶת, הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ- הוּא שׁוֹכֵן עִמּוֹ, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב (תְּהִלִּים קמ"ה): "קָרוֹב ה' לְכָל קוֹרְאָיו לְכל" וְכוּ'; וּכְשֶׁהַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ-הוּא עִמּוֹ, הוּא מֵאִיר לוֹ אֵיךְ לֵיצֵא מֵהַחשֶׁךְ הַמּוֹנֵעַ אוֹתוֹ בִּתְפִלָּתוֹ.

וואס קומט אריין 'אמת' אינמיטען דאווענען? הַיְנוּ שֶׁתִּרְאֶה שֶׁיֵּצְאוּ הַדִּבּוּרִים מִפִּיךָ בֶּאֱמֶת, וְאָז יִשְׁתּוֹקֵק הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ-הוּא מִלְמַעְלָה לִשְׁכּן אֶצְלְךָ; וּכְשֶׁיִּשְׁכּן אֶצְלְךָ, הוּא יָאִיר לְךָ.

היוצא מכל זה אז ווען איינער איז אין א מצב פון קטנות ער איז נישט אין די ווערטער, דארף ער זיך משתדל זיין צו רעדען די ווערטער פון תפלה מיט א פשטות און מיט א אמת אזוי ווי א קליין קינד בעט "טאטי!! מיין קלאפ טוט מיר וויי, הייל מיך אויס", אדער "מאמי!! איך בין הונגעריג, געב מיר צו עסען", דער קינד האט נישט קיין שום חשבונות ווען ער זאגט די ווערטער נאר די ווערטער אליינס 'געב מיר די זאך', דאס מיינט אן אמת'דיג ווארט, אזוי דארף א מענטש בעטען ווען ער איז במוחין דקטנות בפשיטות ממש כוונת הדברים שיוצא מפיו, דאס ברענגט צו אז די ווערטער זאלען אנהייבען צו שיינען און לייכטען און מען זאל זיך קענען אריינטוהן אין די ווערטער בדביקות, און דאס איז אויך גורם ממילא אז אלע מחשבות זרות וצרות וואס זענען מסבב דעם מוח המתפלל זאלען נעלם ווערן איז עס ווערט 'שמאל דוחה' אזוי ווי דער תולדות זאגט. [לאפוקי מה שמשמע מדבריך אז עס פעלט אויס 'אריינארבעטען' וכו' וואס לכאורה מיינט דאס שרייען הויך שאקלען וכדומה, דאס ברענגט נישט די ריכטיגע רעזולטאטען, נאר פארקערט, דער עיקר איז מען זאל זיך אביסל ברואיגען און זאגען די ווערטער מיט א געלאסיינקייט און אמת, אזוי ווער איז זיך ממילא צופלאמען].

לפענ"ד איז דאס כונת הבעש"ט אז מען דאווענט מיטן פשטות פון א קינד ווערט שמאל דוחה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:23 pm
דורך ונבנתה העיר
אינטערעסאנט אז דו ברענגסט עס פון תולדות בשם הבעש”ט, דער צמח צדק אין שורש מצות התפלה ברענגט עס בשם תשובות הריב”ש בשם הר”ש מקינון.

אפשר האט דא איינער מחליף געווען ריב”ש בריב”ש?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:37 pm
דורך לולקע-ציבעך
[tag]גוטע פינטעלך[/tag], קען זיין, אבער אפשר קען מען מחלק זיין אז דער "קטנות" פון וואס יענער שטיקל רעדט איז ווען דער מענטש דארף זיך שלאגן מיט "מחשבות זרות" - מיט אקטיווע שטערערס און שטערונגען. אן אנדערע בחינה אין קטנות איז ווען מען איז פשוט אין א downer.

[tag]ונבנתה העיר[/tag], דער תולדות ברענגט עס אין פרשת בלק. ווי געווענליך, הייבט ער אן מיט "שמעתי ממורי." מעגליך אז דער בעש"ט האט עס נאכגעזאגט פונעם תשובות הריב"ש. (אגב: דער ריב"ש אינעם לינק וואס דו האסט צוגעשטעלט זאגט טאקע די בחינה, נאר ער נוצט די מידות פון חסד און גבורה.)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:47 pm
דורך נולד מאוחר
וואס עפעס זאגסט אז תענוג איז די מצב פון ביטל?
ווען כהאב תענוג ביים פארייכערען א [tag]לולקע-ציבעך[/tag] ווי זעסטו דערט ביטל?

ועוד ווען סדא עכט ביטל למשל עולם הבא ווער שפיערט תענוג? נישט 'איך' נא וואס קער איך פאר תענוג וואס איז נישט פאר מיר?
ווער גלוסט פאר תענוג דער ישת? קומסטו און געבסט עס פאר דער א צווייטען.
מיר האבן ביטל אז בוסט ציריק

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:03 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
#איןמשיביןעלהדרוש :)