בלאט 1 פון 2
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:18 pm
דורך גוטע פינטעלך
ווי איז די בילד מיט די אויפשריפטען וועגן געטא?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
South Bronx
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:43 pm
דורך גוטע פינטעלך
איך האב געקלערט עס איז פאסיג פאר ווילאמסבורג, נאר וואס דען באנקסי האט זיך קודם דורך גערדט מיט יששכר כ"ץ ער האט עם מבטיח געווען אז די טויערן פון די געטא זענען שוין אויפגעבראכען, מער וועט קיינער נישט זיין 'סטאוק' דארטען....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
נישט צו גלייבן, אין October 13 דהאי שתא האט דער בחור ארויסגעשטעלט זיינע סחורה צו פארקויפן אין די איסט זייט פונעם סענטרל פארק אויף א טישל ציווישן אלע art טישלעך בתוך הבאים פאר א נישטיגע $60 א שטיקל. עולם גולם נישט וואוסענדיג פון וואס דער מדובר איז (און נישט כאפנדיג א בליק אויף די חתימה) שפאצירט דורך אין די מאסן און לאזט די מצב לויפן. סוף טאג, שוין נאכן אראפהאנדלען, לייזט ער א ס"ה פון $420 . אויף זיין וועבסייט לאזט ער מעלדן די חסידים אז דער טיש איז שוין פערטיג, נישטא וואו צו לויפן.
דערמאנט מיר די מעשה מיט
Joshua Bell אין די וואשינגטאן די.סי. metro station[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zX54DIpacNE[/youtube]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:16 pm
דורך איך אויך
איך וואלט יא געכאפט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:03 pm
דורך דייטל
ווי גיבסט דאס אז מען זאל אים נישט אויפכאפן ? אפשר האבן די פאליציי געמאכט א יד אחת מיט זיינע געשעפטן ? כ'טראכט נאר..
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:15 pm
דורך [NAMELESS]
דייטל האט געשריבן:ווי גיבסט דאס אז מען זאל אים נישט אויפכאפן ? אפשר האבן די פאליציי געמאכט א יד אחת מיט זיינע געשעפטן ? כ'טראכט נאר..
דא האסטו
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
ועוד אחת
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:55 pm
דורך דייטל
פיין כעלעמער
איך כאפ שוין, ער ארבעט מיט סטענסילס,סאו די גאנצע מעשה נעמט אים אפאר סעקונדעס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:03 pm
דורך הוגה
[justify]א גוטע ידיד האט רעקאמענדירט די דאקומענטרי פילם
Exit through the gift shop, איבער סטריט ארטיסטן בכלליות און בפרט באנקסי. ער איז אויך די פראדוצירער פון די פילם. די פילם צייגט די ארבייט און ווערק פון אפאר באקאנטע סטריט ארטיסטן. עס איז אינטערעסאנט און גאנץ פאני.
די פילם טוט אויך ברייט דעקן די סטריט ארטיסט פון לאס אנדזשעלעס
Thierry Guetta - a. k. a. Mr. Brainwash.. ער איז געווארן א סטריט ארטיסט נאכן זיך דרייען און פילמען פאר לאנגע יארן די גרויסע סטריט ארטיסטן. ער האט אנגעהויבן מיטן אנפירקלן די ווענט מיט א סטענסיל-סטייל בילד פון זיך. ער האט געמאכט א ריזיגע גאלעריע עפענונג אין 2008 וואו ער האט געלייזט א מיליאן דאלער אין די ערשטע פאר טעג דורכן פארקויפן זיינע קרעפ (אין מיין אפיניאן).
א טייל פון זיין ארט איז פשוט נעמען א בילד און צולייגן עפעס א קלייניגקייט ווי לדוגמא א שווארצע פינטל. וואס איך האב ארויס גענומען פון דעם איז אז ארט איז נישט דוקא שיין ביי קאנצענזוס, נאר עס גייט ביי דעם אויך אן די כלל פון beauty is in the eyes of the beholder. עס איז נישט דא קיין כללים דערביי אזוי ווי אנדערע חכמות. א נער'ישע ווינט קען מאכן א שטיקל פלעסטיק בעג מיט דריי סטיקערס דערויף ווערד א מיליאן דאלער. והיינו טעמא ד'מאדערן ארט.
.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
ווידעראמאל איז "באנקסי"
אין די נייעס, דאס מאל צוריק אין לאנדאן. א באנקסי גראפיטי אויף א בילדונג אין עססעקס לאנדאן האט ארויסגערופן בייז בלוט ביי טייל וואס פארשטייען נישט קיין חכמות און געזען דעם שטיקל קונסטווערק אלס ראסיסטיש און באוואויגן די שטאט טאטעס פטור צו ווערן פון איר איבערנאכט. אינדערערפרי ווען די טעלעפאנען האבן אנגעהויבן צו טרומפייטערן אין די לאקאלע שטאטראט אפיסעס האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישטאמאל האבן זיי, די באהיטער פון די שטאט געהאט אן אנונג אז דא רעדט זיך נישט ווייניגער פון א "באנקסי". זייער אנטווארט צו די רעפארטער? "ס'גייט אונז אן אין די לינקע פיאטע ווער באנקסי איז, ראסיזם האט דא נישט קיין פלאץ". גיי זיי מסביר קונסט פאר א שטאטישע ארבייטער. "אויב שמעקט אים", זאגן זיי, "זאל ער צוריקומען און אויפצייכענען עפעס וואס אונז פארשטייען אז ס'פאסט זיך".
Banksy
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:14 am
דורך פידלער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:22 am
דורך איך אויך
חח ביסט אויך
געפאלן פאר די
הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:32 am
דורך פידלער
איך אויך האט געשריבן:חח ביסט אויך
געפאלן פאר די
הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.
Yes. I didn't realize it was a hoax.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:35 am
דורך איך אויך
איך האב געליינט ביז די פיסקא אז מען האט ביין עם געטראפן טויזענטער פאלשע דאלארן ,יעדער מיט א טראפ שכל פארשטייט אז א ארטיסט וואס דרייט מיליאנען מאכט זיך נישט שמוציג די הענט מיט פאלשע וואלטן צו מאכן נאך אפאר פרוטות.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:37 am
דורך פידלער
איך אויך האט געשריבן:חח ביסט אויך
געפאלן פאר די
הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.
I see that one of the commentors is saying that the hoax is a hoax. According to this commentor, Banksy's lawyer is putting out these "hoax" articles trying to regain some of Banksy's mystery. Now who to believe?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:43 am
דורך רויטע וואנצעס
באנסקי פארשטייט צו PR פונקט אזוי גוט ווי צו ארט. די מער ער איז די נייעס די מער וועליו זיין ברענד איז ווערד.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:43 am
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:איך האב געליינט ביז די פיסקא אז מען האט ביין עם געטראפן טויזענטער פאלשע דאלארן ,יעדער מיט א טראפ שכל פארשטייט אז א ארטיסט וואס דרייט מיליאנען מאכט זיך נישט שמוציג די הענט מיט פאלשע וואלטן צו מאכן נאך אפאר פרוטות.
זיי פארענפערן שפעטער אז דאס איז זיכער אויך געווען ארט שטיקער, נישט געמאכט פארן געלט באנוץ. (מיר איז די אוטענטישקייט פון די נייעס געווען פארדעכטיגט גלייך פון אנפאנג, זעהנדיג אויפן קעפל א בילד פון טעד קרוז..)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:49 am
דורך ישראל קאפקע
באנקסי טראגט אייך אויף א קורצע (2 מינוט) עקסקלוסיוו ווידיאו טאור!
http://www.banksy.co.uk/index5.asp
אין "עזה" אפירגעקומען, דער באנסקי!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:26 pm
דורך בן נריהו
א פיינע אנטיסעמיט, דער באנסקי,
שיינט ער צו זיין.
26artsbeat-banksy2-articleLarge.jpg
באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:23 am
דורך נופת צופים
דא האסטו זיין ווידיא וואס ער האט געמאכט וועגן עזה. ער טענה'ט ער איז אנגעקומען דארט דורך די טונעלן פון עגיפטן. יא, אן אנטיסעמיט שיינט ער צו זייןyoutube]http://youtu.be/3e2dShY8jIo[/youtube] .o]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:54 am
דורך פידלער