בלאט 1 פון 1

האט עס עפעס מיט מיר??

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל פארשטעלען דריי צענעס פון פאסירונגען און איך וויל הערען וואס די עולם האט צו זאגן איז די ריכטיגע זאך צו טוהן.
עס איז דא א גרופע פון צען נאנטע חברים: ראובן, שמעון, לוי, יהודה, יששכר, זבולין, דן, נפתלי, גד, אשר. זיי אלע האבן א אייגענע מנין, ווי מ'דאווענט צוזאמען יעדן טאג שחרית און אלע תפילות שבת.


1)
לוי און גד זענען איין טאג געוועהן אין א אנדערע שטאט, און דארטען איז געשעהן א מחלוקת צווישן זיי. לוי האט גע'טענה'ט אז גד האט אים פארשעמט ברבים, און גד האט גע'טענה'ט אז לוי האט אים ערשט פארשעמט. ביידע האבן געשריגן אז די אנדערער איז שולדיג.
די אנדערע אכט חברים הערן פון די מעשה, און די שאלה איז וואס דארפן זיי טוהן? איין צד איז, וויבאלד עס איז א קליינע גרופע פון חברים און צוויי פון זיי האבן טענות איינער אויפ'ן צווייטען איז דא א פליכט אויף יעדעם מברר צו זיין וואס דא איז געשעהן און זעהן ווער עס איז גערעכט, און זיך אננעמען פאר זייער חבר וואס איז גערעכט.
די אנדערע צד איז, די מחלוקת האט גארנישט מיט די גרופע, עס איז געשעהן אינגאנצן ערגעץ אנדערשט און איז א פריוואטע מחלוקת צווישן די צוויי. יעדער קען ווייטער זיין א חבר מיט ביידע, און קיינער איז נישט מחיוב זיך אריינצומישן. יעדער קען זאגן עס האט גארנישט מיט מיר.


2)
לוי און גד זענען איין טאג געוועהן אין א אנדערע שטאט, און דארטען האט לוי פארשעמט גד ברבים על לא עוול.
וואס דארפן די אנדערע אכט טוהן? איין צד איז, וויבאלד עס איז א קליינע גרופע פון חברים און עס איז קלאר אז איינער פון די גרופע, לוי, האט בא'עול'ט א אנדערער פון די גרופע, גד, איז דא א פליכט אויף יעדעם זיך אנצונעמען פאר זייער חבר וואס איז געווארן בא'עול'ט.
די אנדערע צד איז, עס איז טאקע אמת אז לוי האט בא'עול'ט גד, אבער למעשה איז עס געשעהן אין א אנדערע שטאט, און קיינער פון די גרופע איז נישט דארטען געוועהן. און ממילא האט עס גארנישט מיט קיינעם פון די גרופע, און יעדער פון די גרופע קען זאגן איך בין א חבר מיט ביידע, און איך דארף מיך נישט אריינמישן דערין.


3)
זיצענדיג אין די גרופע'ס אייגענע מנין איין שבת האט לוי פארשעמט גד על לא עוול.
וואס דארפן די אנדערע אכט טוהן? איין צד איז, עס איז געשעהן א עולה דא ביי אונז אין די גרופע, איינער האט דא אין אונזער מנין פארשעמט א צווייטן, דארף יעדער זיך אננעמען פאר דעם בא'עול'טן און אויסדרוקן פראטעסט קעגן די עולה.
די אנדערע צד איז, עס איז טאקע אמת אז לוי האט בא'עול'ט גד, און עס איז אמת אז עס איז געשעהן דא אין די גרופע. אבער עס איז נאך אלץ א זאך וואס איין מענטש (לוי) האט געטוהן קעגן א איינצעלע מענטש (גד), און עס האט גארנישט צוטוהן מיט די גאנצע גרופע. און יעדער פון די גרופע קען זאגן איך בין א חבר מיט ביידע, און איך דארף מיך נישט אריינמישן דערין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 5:58 pm
דורך קאווע טרינקער
איך, אלץ נפתלי, וואלט פארארבעט א שלום צווישן לוי און גד.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
אוודאי אזוי. אז איינער קען מאכן שלום דארף ער אייביג טרייען עס צו טוהן.

אבער דאס איז דאך נישט מיין שאלה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:18 pm
דורך אביגדור
מיין שאלה איז, וויאזוי קען איך מאכן א דאללער אויף זייער מחלוקה'לע?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:36 pm
דורך [NAMELESS]
פליז ענטפערן ערענסט. וואס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן אין אלע דריי פעלער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:43 pm
דורך נולד מאוחר
ווענט זיך וואס די קאנסיקווענסעס וועט זיין פאר די וואס דריקען אויס זייער פראטעסט.
אויב לוי איז א פארשטענדליכער מענטש איז כדי עם צי מעורר זיין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:58 pm
דורך סמארט פאון
@ראשעקאל, ערשטנס, וואו האסטו זיך בכלל אנגעקלאפט אין אזאלעכע עפיזאדן וואס די דערציילסט דא? איז עס בלויז א דראמאטישער חלום וואס די ווילסט -פאר סיי וועלכע סיבה- שפינען ווייטער? אדער ביסטו מעגליך part פין א גרופ ווי עס שפילט זיך אפ יעצט אזא סארט געשיכטע? צי האסטו אפשר מיטגעהאלטן אזא פאסירונג ערגעצוואו אין די ביסט סתם נייגעריג וויאזוי דער המון עם וואלט רעאגירט ווען מען טרעפט זיך אין אזא סיטואציע?... די דארפסט עט ליעסט ערקלערן פארוואס דאס זאל בכלל זיין אינטערסאנט צו ווערן דיסקוסירט... כ'מיין מען קען דאך נישט סתם טרינקען קאווע און מאלן וואסער.. עפעס תכלית.. (ביטע אנטשולדיג מיר אויב איך טשעפע דיר, נאך אלעם ביסטו דאך דער ראשעקאל....)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:55 pm
דורך שמעקעדיג
סמארטפאון... פארוואס ציטירן?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:49 am
דורך סמארט פאון
איך האב ציטירט ראשעקאל'ס ווערטער וויבאלד עס איז שוין געווען א גוטע פאר תגובות וואס האבן פרובירט צו פארענטפערן ראשעקאל'ס שווערע דילעמע... איז האב איך געוואלט צוריקקומען צו זיינע ווערטער אין נישט ווייטער פירן די דיסקוסיע ..אבער יעצט זע איך די ביסט גערעכט ס'האט נישט אויסגעפעלט צו ציטירן.. איז דא א וועג צוריקצוציען א ציטאט?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:53 am
דורך אפטעמיסט
פששש... א מין טיפקייט, א מין עמקות. דער אשכול געהער אין די 'תורה און מחשבה' אפטיילונג.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:55 am
דורך סמארט פאון
אראפגענומען...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:35 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך וואלט זיך צוריק געלייגט שלאפן אויף דער אנדערער זייט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 8:48 am
דורך זאל_זיין
מרעד נישט דא פון teen age מיידלעך רייט? ווייל ס'סאונד מער פאר זיי צו האבען אזעלעכע פראבלעמען

וואס זאגסטו? סהאט זיך שוין אריינגעכאפט און די "יונגעל קעמפ"? ווי אלט? מער ווי 17 יאר אלט? אוייייי

(:

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 1:13 pm
דורך sefish
נו וואס איז געבליבן?
נישט דא א דיין דא? מ'קען דאך נישט אנגיין אזוי
אזא געוואלדיגע טיפע שאלה

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 3:10 pm
דורך לית דין בר נש
שוין במקום שאין איש וועל איך נעמען די מיי"ק אין האנט
ביי 1. און 2. האט עס גארנישט מיט ענק מיינ"ד יא"ר אה"ן ביזנע"ס
ביי 3. אז ער איז אים מבזה בפניכם דארפן ענק זיך אהן נעמען פאר אים פארשטייט זיך אויף א נארמאלע אופן נישט סתם אויפפלאקערן א פייער