בלאט 1 פון 1

האלאווין זכרונות

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:10 pm
דורך חד גדיא
היינט איז האלאווין א שיינע כאגע ווען די גוים פארשטעלן זיך. ווען מיר זענען געווען קליין האט מען גע-צי-טערט!

איך געדענק נאך אנטיסעמיטישע אטאקעס. נאכשרייען. ווארפן אייער.

די מאמעס האבן אויפגעפיקט די קינדער פון חדר אויס מורא זיין זאלן וואקן אליינס.

היינט נאכט איז האלאווין און מ'האט שוין גארנישט מורא...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 7:14 pm
דורך הירשל ציג
יא יא, מ'האט מורא געהאט צו גיין אויף די גאס, אפילו אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:02 pm
דורך [NAMELESS]
די טאג נאך האלאווין זענען אלע גאסען געוועהן אנגע'איי'ערט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:10 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינער שיקט מיר אין אימעיל א אידישע פאמפקין. כשר פאר שהחיינו?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:16 pm
דורך סאשי פיש
Bmm לכבוד האליווין!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
חד גדיא: וואסי. ס'איז אכשר דרא. די גויים (ימ"ש) :?: :!: האבן שוין תשובה געטון? זיי זענען פלוצלינג געווארן אוהבי ישראל? :roll:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:57 pm
דורך שמעקעדיג
נישט ממש... נאר בזמנינו נתקטנו הביצים, כידוע.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:10 am
דורך מ גפני
קען איינער פון אונזערע געלונגענע שרייבער/היסטאריקער/חקרנים אפשרייבן אין קורצן ולשמחה מה זו עושה וואס איז די גאנצע חגא ווי מען פארהייליגט די אלע שדים ורוחות

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:28 pm
דורך קעניגרייך
חד גדיא האט געשריבן:היינט איז האלאווין א שיינע כאגע ווען די גוים פארשטעלן זיך.

בין איך דא אין א קריסטליכע בלאג, אדער אין א אידישער פארום?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:40 pm
דורך חד גדיא
א קריסטליכע בלאג. ס'איז משמע אז דו ביסט א איד. סאו ביטע טראג אפ פון דא.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:32 pm
דורך געפילטע פיש
גראדע, אויף די קריסטישע שפראך הייסט די סייט א פארום, אדער באורד, נישט א בלאג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:59 am
דורך zurich
איך האב באמערקט אין קאווע שטיבל אסאך מאל איינער איז עפעס מוחה זאל עס זיין א קלייניגקייט אין די עולם ווערט אויפגעברויזט!!

למה?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:03 am
דורך רויטע וואנצעס
די עולם דא איז פון די דור וואס האט שוין געהערט גענוג קריטיק אין די אינגע יארן... ערענסט גערעדט ס'האט צוטוען ווי אזוי מ'קריטיקירט, דער קעניג אויבן האט מוחה געווען סארקאסטיש האט מען גענטפערט אין זיין שפראך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:15 am
דורך דייטל
א שיינע כאגע ... חחחחח וואס נאך זאגסטו?


איך האב געהאט די זכי' צו כאפן אפאר אייער אלס קינד... ב"ה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
מ גפני האט געשריבן:קען איינער פון אונזערע געלונגענע שרייבער/היסטאריקער/חקרנים אפשרייבן אין קורצן ולשמחה מה זו עושה וואס איז די גאנצע חגא ווי מען פארהייליגט די אלע שדים ורוחות

דא
אדער אין ענגליש

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:08 pm
דורך berlbalaguleh
הירשל ציג האט געשריבן:יא יא, מ'האט מורא געהאט צו גיין אויף די גאס, אפילו אין בארא פארק

דאס דערמאנט מיך א מעשה. פארנדיג מיט'ן באס אין די בארא פארקער גאסן ארום זייער האלאווין חגא, האב איך אלעמאל אבזערווירט וואו ס'שטייט א גרופע שקצים מיט אייער באקסעס אין די טריפה'נע ידיים ידי עשו, גרייט צו ווארפן (נאר) אויף אידישע דורכגייער און באסעס. ספעציעל ביי א רויטע לייט וואו מ'דארף ווארטן. האב איך זיי מקדים געווען און אראפגעלאפן פונ'ם באס מיט א בהלה ביז זיי האבן זיך דערשראקן און אנטלאפן. און אמאל אויך אראפגעלאזט די אייער אויפ'ן פלאץ. איינמאל, שטייענדיג ביי א רויטע לייט האביך באמערקט אט אזא גרופע שקצים. נאר אזוי ווי איך האב אויפגעמאכט די טיר פונ'ם באס האב איך געכאפט א פלייץ פון אייער אין פנים... ס'זעהט אויס אז זיי האבן מיך דאס מאל מקדים געוועין... :lol: :lol: