בלאט 1 פון 1

אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:45 pm
דורך פעדער
(ניגון – תהלים'ל תהלים'ל)

1 אין גאס קאלאמוטנע. א סקרוך אין די ביינער
א ווינטעל עס בלאזט. מ'זעהט נישט קיינער
א רעגן א טריבע עס קלאפט פון די דעכער
די ווינטן בייזע, וואויען אלץ העכער
------------
1 די הימלען פארשחורה'ט די וואלקענעס וויינען
די זון שוין לאנג נישט, געטוהן ערשיינען
שווארצע געשטאלטן לויפן פאראומערט
א בליק טאן אויף מיר, קיינער קימערט
--------------
2 די טראפעלעך טאנצן.
אין די אויגן זיי גלאנצן
די ווידערקלאנג הערט זיך, אפ אין די נאכט
קאנאלן זיי פארמירן
די ביינער זיי פרירן
די אויגן פארלאשן, אינגאנצן פארשמאכט
--------------
2 פלוצלונג א שטראל א שיין
א האפענונג עס בלאזט אריין
אין בוזעם די הענט כ'שטעק איין
א ציגארעטל נעם ארויס
מיט די הענט מ'באשיצט פון ווינט
מיט א פעלעמעלע עם מ'צינד
א גוטן ציה מ'געט געשווינד
די רויעך מ'בלאזט אויס.
-------------------------
2 ציגארעטל ציגארעטל.
דו טוסט אונז דערווארעמען
אויף אונז דערבארעמען
יעדן טריט און שריט
רונדעס מיט רויעך
שלענגלט זיך הויעך
א ריח ניחוח
בארוהיגט די בלוט.
------------------------
2 ציגארעטל ציגארעטל
אביסל טאביק אין א בלעטל
ס'קומט דיר א גלעטל
דו ביסטאך מיין טרייסט
אין א שטיבל א לשכה
אויסרייכערן א פושקע
ס'דערווארימט די קושקע
ס'איז פארהויכט און פארגלייזט.
---------------------
1 די לונגעלעך אטעמען. די רויעך, ס'שפארט ארויף
אין שנייען אין רעגן. א וואלקן הייבט זיך אויף
די פייערל שטיל עס קנאקט
די מויל מיט רויעך אנגעפאקט
ער ציהט ביז ער קען נישט מער, טיף אריין ער סאַקט.

2 א קילע שטראם לופט, כאפט זיך מיט
אינזיך א וויילע האלטן, ער טוט.
דערנאך בלאזט ארויס גוט
געלאסן און סאליד
ס'שיסט ארויף א פארע
ס'איז מחזי כיוהרא
אוי איז דאס מגרי
אוי ווי דאס ציהט.

2 ציגארעטל ציגארעטל
אין אלע צייטן
ווען איך שמעק דיר נאר פונדערווייטן
גיי איך אויס פאר דיר
ווי טוט דיר נישט שטערן
מיינע טרערן
מיינע פארשווענדונגען
אהן א שיעור
---------
2 ציגארעטל ציגארעטל.
ס'איז מיר נישט נוח
אזויפיהל רויעך
אין מיר איינגעזאפט
די אלע בקשות
פון גוטע נפשות
געשנארעט, און געשוויצט פאר דיר
כ'זאל דיר האבן אין מיר
-----------------
2 ציגארעטל ציגארעטל
זומער און ווינטער
האלטסטו מיר אונטער
ביסט מיין בעסטע פריינד
מארלברוי, פארלאמענט
טיימ'ס, ווינסטאן, קאַמעל, און קענט.
כ'האב קיינמאל פון ענקערע הענט
זיך שיידן נישט געקענט