צוריקהאלטן א בחור פון טוישן די לבוש
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:37 pm
א שטיקל הקדמה.
ס'האלט היינט ביי א מצב אז אסאך מענטשן זענען נישט תוכו כברו. ס'דרייען זיך ארום מענטשן צווישן אונז מיט אלע מיני מחשבות של כפירה ל"ע. און דאס זענען די וואס טראכטן. אבער נאך א גרעסערע חלק טראכטן בכלל נישט, עס דריייען זיך ארום הונדערטער און אפי' טויזענטער יונגעלייט וואס האבן גארנישט מיטן אייבירשטן און מיט זיין תורה איינגעלייגט, ממש משנה לשנה, און איך ווייס אפי' נישט צו איינמאל א יאר יא, זיי האבן נישט קיין מהלך אין רוחניות, קיין מורה דרך, קיין גארנישט.
פון אינדרויסן אבער קוקט ער אויס א נארמאלער חסידישער יוד ווען ער זיצט אויפן עראפלאן למשל וועט זיין שכן פון איטאלי אדער הוידענאנאש מיינען אז ער זיצט לעבן א געטליכען מאן, ער באקומט א כשרע מאלצייט, וויפיל שווערע כוחות האט דער האלי מען געדארפט אריינלייגען צו באקומען די ספעציהעלע הייליגע פוד... וכדו' יא מען היט די מצוות אבער בלויז ווייל מיר זענען צוגעוואיונט ס'קען דורך גיין פינעף יאר און א יונגעמאן זאל נישט עפענען א יודיש ספר, ס'אינטערסירט אים נישט גארנישט אחוץ זיינע פאר טאלער און זיין פעמילי און זיין אימעדש אביסל.
איי וועט איר פרעגען פארוואס טוישן מיר זיך נישט אויב האבן מיר נישט קיין געפיל צו די גאנצע ענין נאר ס'איז ממש מצות אנשים מלומדה פארוואס זוכען מיר נישט עפעס אנדערש איז דער תירוץ אויף דעם, אז ס'פעלט אונז ב"ה גארנישט, די סיסטעם איז גאנץ פיין, מיר זענען נישט מקנא דעם מוסולמענער און אויך נישט דעם קריסט און אוודאי נישט דעם מעקסיקאנער און אלעס איז מסודר, אויב וויל איך מיין זוהן זאל האבן א בעסערע עדיוקעישאן ווי איך האב באקומען, ווייס איך אויך וואס צו טאן. עכ"פ ס'איז נישטא היינט קיין סיבה פארוואס צו טוישן. און השי"ת זאל אפהיטן אויב וויל איינער גיין זינדיגען קען ער אויך מיטן יודישן לבוש. ויהי ערב ויהי בוקר און ער טוט תשובה און קיינער ווייסט נישט,
אבער ווען ס'קומט צום בחור'ל דארט איז שוין די מעשה עפעס אנדערש. איך וויל באמת פארשטיין פארוואס א קליינער בחור'ל וואס איז אביסל אנגעווייטאגט האט נישט קיין ערענסטן פראבלעם זיך אראפצונעמען דעם לבוש?וואס קענסטו נישט טאן מיט דעם לבוש דיינער, כ'פארשטיי נישט זעהסטו דען נישט די שוידערליכע צער וואס דיינע עלטערן גייען דורך, דיין מאמע וואס האט דיך געטראגן ניין חדשים און אויפגצויגען מיט ליבשאפט שטייט אצינד און וויינט זיך יעדען טאג אויס ווייל די זעהסט אזוי אויס, האלטסטו אז די פאנישמענט וואס די טוסט פאר דיינע נאנטע קען דשאסטיפייען די קריים?
וואס ווילסטו דא? ווילסטו איינעם שרעקלעך אפטאן? פילסטו אז נאר אזוי וועסטו ווערן עקסעפטעד ביי געוויסע חברים? ווילסט אויסקוקען בעסער? ווילסט ווערן א ליטפאק?
און נאכאמאל ווען דער מדובר איז איבער איינעם וואס האלט נישט ביים זיצן און לערנען ער וויל זיך פשוט גיין לערנען א ערענסטער פאך און דאס פארלאנגט זיך אריינצופיטן אין א ענווייראנמעט, וואלט איך עס אביסל פארשטאנען, אבער דא רעדט מען דאך נישט פון אזעלעכע. קוק וויאזוי בארא פארק קוקט נעבעך אויס מיט יונגע באמעס. נישט קיין תורה נישט קיין חכמה. גארנישט.
אויב האסטו אנדערע סטיגמע מחשבות. קוק אביסל די היסטאריע א יוד בלייבט א יוד קענסט דיך אויפן קאפ שטעלן מיט דעם לבוש אדער יענעם לבוש. היטלער האט סייווי אונז אלע געוואלט הרגנען אפי' די משומדים. די ציונים האבן שוין אלעס אראפגעווארפן פון זיך. ככל הגוים בית ישראל. און קוק ווי די גאנצע וועלט ממש וויל זיי איינשלינגען אלעס ווייל ביסט א יוד. דאס איז דער שנאה כבושה וואס דיין קורצע קאפל און רעקל גייט נישט טוישן.
אויב ל"ע האט דיך איינער אביוז. און ביסט שרעקליך אנגעוויטאגט און ווילסט עפענען א קאמפאני פון "סורווייווערס פאר דשאסטיס" אדער דשאסטיס פאר סורווייווערס" אדער עני אנדערע נאמען, קענסטו דאך עס אויך טאן מיט דרייסקייט אן דעם שריט פון ריבעליען, אדרבה ס'וועט נאך אסאך בעסער ארבעטן.
כאפ אויך א בליק אויף אנדערע בחורים וואס האבן שוין געטאן דעם ביליגען אקט און ער האט שוין באקומען די פינעף מינוט קאמפלימענטן. ווי שטייט ער אצינד? מיט וואס וועט ער זיך יעצט טרייסטן. די חברה פאלן נעבך אויף אלקעהאל און שעדליכע דראגס און קומען אן צו זערא.
וואס פעלט די אויס דאס ווערן א בעל עבירה יעצט, און שפעטער ביי די דרייסיג פערציג א בעל תשובה, בלייב נארמאל און טו וואס די ווילסט.
אפשר איז דא עפעס א סובסוטוט אים צו געבן ער זאל זיך אויסגעבן אויף יענע זאך אבער דעם לבוש לאז צורו. כ'ווייס נישט.
טייערע אידן כ'האב שוין אלעס פרובירט, דער ניסל לאזט זיך נישט. מיט וואס קען מען אפרעדן א בחור'ל נישט צו באגיין אזא נערישער שריט.