בלאט 1 פון 3
קינדערישע שאלות און חכמה'לעך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:35 pm
דורך קאווע טרינקער
קעניינע הארע. קליינע קינדער קענען אמאל פרעגן גוטע קשיות, אדער מחדש זיין דברים נפלאים.
זאל די אשכול זיין מיוחד פאר דעם.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:36 pm
דורך קאווע טרינקער
1) טאטי: פארוואס שטייט אין פסוק ויתרוצצו הבנים, און נאכדעם שטייט זיי זענען געבוירען געווארן. ס'וואלט קודם געדארפט שטיין אז זייי זענען געבוירען געווארן, און נאכדעם אז זיי האבן זיך געשלאגן ?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:37 pm
דורך חד גדיא
מיין ווייב האט גע'מוסר'ט מיין 4 יעריגע טאכטער פארוואס זי האט געגעסן א קענדי פון נישט א היימישע הכשר.
א פאר מינוט שפעטער קומט זי קאמפלעינען "אוי איך פיל אז מיין קאפ איז פארשטאפט"...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:39 pm
דורך קאווע טרינקער
די לייק פאר דיין קינד, נישט פאר דיין ווייב.....

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:52 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:1) טאטי: פארוואס שטייט אין פסוק ויתרוצצו הבנים, און נאכדעם שטייט זיי זענען געבוירען געווארן. ס'וואלט קודם געדארפט שטיין אז זייי זענען געבוירען געווארן, און נאכדעם אז זיי האבן זיך געשלאגן ?
זאג אים, אין מוקדם ומאוחר בתורה.
אדער נאך א פשט, זיי זענען געווען ווי נולד מאוחר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 8:31 pm
דורך קאווע טרינקער
3) טאטי, כ'האב געשניטן די נעגל פון מיין "פיס", כ'דארף וואשן מיין "הענט"?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:18 pm
דורך זאל_זיין
מיין קינד פרעגט זיין מאמע אראפקומענדיג פון די באס "האסט א סורפרייז פאר מיך עפעס אנדערש ווי טאטי אדער א קיש?"
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:40 pm
דורך שמעקעדיג
יעקב האט געלערנט 14 יאר אין ישיבת שם ועבר. מיין יונגל פרעגט מיר ווי אזוי איז מעגליך אז שם (בן נח) ועבר האבן אויפגעשטעלט א ישיבה בעפאר מתן תורה? מילא די אבות האבן משיג געווען די תורה אפילו עירובי תחומין, אבער וואס האט מען געלערנט אין יענע ישיבות פאר קבלת התורה?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:15 am
דורך דעת תורה
זעהט אויס פרשת נח האט דיין אינגל נישט צוגעלייגט קאפ צו די רש"י מכאן שלמד נח תורה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:07 pm
דורך הוגה
מיין יונגל פרעגט מיר דעם שבת, "ווי אזוי האט יעקב געקענט אזוי פארשעמען לאה און זאגן מה זאת עשית לי הלא ברחל עבדתיך וגו'?" זיין הערצעלע איז נעבעך אויסגעגאנגן פאר לאה.
שפעטער פארציילט ער מיר אז ער האט געפרעגט זיין רבי היתכן ביי זלפה שטייט נישט ותהר נאר עס שטייט גראד "ותלד זלפה"? די רבי האט אים געענטפערט אז היות זלפה איז נאר געווען א שפחה איז זי נישט געווען גענוג חשוב פארדעם שרייבט נישט די תורה ביי איר ותהר. יעצט אבער, לערנענדיג מיט מיר האט ער באמערקט אז ביי בלהה שטייט יא ותהר, איז דאך הדרה קושיא לדוכתה?
(די רביס מיינען טאקע אז מען קען בולשיטן קינדער?)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:00 pm
דורך ודי למבין
הוגה, דאס באלאנגט אין אן אשכול איבער די "חכמות" פון די מלמדים....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:02 pm
דורך דייטל
הוגה האט געשריבן:מיין יונגל פרעגט מיר דעם שבת, "ווי אזוי האט יעקב געקענט אזוי פארשעמען לאה און זאגן מה זאת עשית לי הלא ברחל עבדתיך וגו'?" זיין הערצעלע איז נעבעך אויסגעגאנגן פאר לאה.
שפעטער פארציילט ער מיר אז ער האט געפרעגט זיין רבי היתכן ביי זלפה שטייט נישט ותהר נאר עס שטייט גראד "ותלד זלפה"? די רבי האט אים געענטפערט אז היות זלפה איז נאר געווען א שפחה איז זי נישט געווען גענוג חשוב פארדעם שרייבט נישט די תורה ביי איר ותהר. יעצט אבער, לערנענדיג מיט מיר האט ער באמערקט אז ביי בלהה שטייט יא ותהר, איז דאך הדרה קושיא לדוכתה?
(די רביס מיינען טאקע אז מען קען בולשיטן קינדער?)
פארוואס האט ער נישט געענטפערט דעם אמת אז זי איז געווען קליין ? [און וועגן דעם אויטאמאטיש נישט חשוב.. בלא בלא בלא] משא"כ בלהה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:09 pm
דורך הוגה
דייטל האט געשריבן:פארוואס האט ער נישט געענטפערט דעם אמת אז זי איז געווען קליין ? [און וועגן דעם אויטאמאטיש נישט חשוב.. בלא בלא בלא] משא"כ בלהה.
ווייל דאס איז אויך נישט דעם אמת. איך האב פשוט געלערנט מיט מיין זון די רש"י וואו עס שטייט דעם אמת'דיגע תירוץ אז איר הריון האט זיך נישט אנגעזעהן. For God's sake, וועלכע יונגל ווייסט נישט אז א מאמע איז טראגעדיג פאר זי האט א בעיבי?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:57 pm
דורך דייטל
הוגה האט געשריבן:דייטל האט געשריבן:פארוואס האט ער נישט געענטפערט דעם אמת אז זי איז געווען קליין ? [און וועגן דעם אויטאמאטיש נישט חשוב.. בלא בלא בלא] משא"כ בלהה.
ווייל דאס איז אויך נישט דעם אמת. איך האב פשוט געלערנט מיט מיין זון די רש"י וואו עס שטייט דעם אמת'דיגע תירוץ אז איר הריון האט זיך נישט אנגעזעהן. For God's sake, וועלכע יונגל ווייסט נישט אז א מאמע איז טראגעדיג פאר זי האט א בעיבי?
רש"י איז מסביר אז ווייל זי איז געווען קליין קרי אינג האט זיך די הריון נישט אנגעזען. משא"כ בלהה איז געווען גרעסער און עלטער האט זיך עס יא אנגעזען.
סאו זאג איך, אז ער איז א נאר ווייל ער קען זאגן דעם אמת אז די סיבה איז איר קליינקייט, און נאכדעם זאל ער צולייגן וואסערע פירוש ער וויל...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:55 am
דורך קאווע טרינקער
כ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...
"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:09 am
דורך שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...
"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......
איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזא קלוגע יונגערמאן ווי דיך זאל וואזען זיין קינד לכתחילה א מוזיק ווידיאו, טאמער האט ער דיך געפאקט וואטשען עפעס אין ער וויל וויסען וואס די וואטשסט האסטו שנעל געמישט אין דאס איז געווען די איינסיגסטע האלב נארמאל זאך, שוין... אבער לכתחילה??????
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:14 am
דורך יואב
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...
"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......
איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזא קלוגע יונגערמאן ווי דיך זאל וואזען זיין קינד לכתחילה א מוזיק ווידיאו, טאמער האט ער דיך געפאקט וואטשען עפעס אין ער וויל וויסען וואס די וואטשסט האסטו שנעל געמישט אין דאס איז געווען די איינסיגסטע האלב נארמאל זאך, שוין... אבער לכתחילה??????
זיי דיך בעסער מסביר ביטע. וואס איז די פראבלעם מתחילה? ס'איז דא פרויען דארט?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:21 am
דורך שטילע אינגערמאן
איך בין אויפגעוואקסען אין א היים ווי גרוביס סי די איז געווען מותר, איין נאכט האט מיין טאטע ארויס געווארפען די אלע סי די, כמיין איך קען רואיג זאגען אז סע מיך געווען לייכטער צו לערנען אין תלמוד תורה נאך א נאכט וואס כהאב געשפילט מנאפעלי ווי איידער וואטשען אויפן קאמפיוטער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 8:48 am
דורך קאווע טרינקער
איך בין אויפגעוואקסען אין א שטוב ווי אפילו צו די באבובע פלעיס האט מען נישט געמעגט גיין. ממילא, ווי דער רמב"ם זאגט, כדי דאס מתקן צו זיין מוז מען דאס אויסבייגן אויף להיפוך ממש, האפענטלעך וועלן די אייניקלעך שוין זיין נארמאל...
אויב ווילסטו טאקע וויסן פארוואס כ'האב דאס אויפגעשפילט, נאדיר, פרייטאג צו נאכטס ביים סעודה האמיר פראבירט צו אראפלייגן דעם "ויהיו רחמיך" ולא עלתה בידינו, ע"כ האב איך דאס אויפגעשפילט כדי לשבת הבאה זאל דאס ראקן...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:08 am
דורך שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך בין אויפגעוואקסען אין א שטוב ווי אפילו צו די באבובע פלעיס האט מען נישט געמעגט גיין. ממילא, ווי דער רמב"ם זאגט, כדי דאס מתקן צו זיין מוז מען דאס אויסבייגן אויף להיפוך ממש, האפענטלעך וועלן די אייניקלעך שוין זיין נארמאל...
אויב ווילסטו טאקע וויסן פארוואס כ'האב דאס אויפגעשפילט, נאדיר, פרייטאג צו נאכטס ביים סעודה האמיר פראבירט צו אראפלייגן דעם "ויהיו רחמיך" ולא עלתה בידינו, ע"כ האב איך דאס אויפגעשפילט כדי לשבת הבאה זאל דאס ראקן...
זייט נישט בייז אבער איך מיין די טאטע דיינע טוט קלוגער ווי די, נישט גיין צו די באבובער פלעיס איז טאקע עקסטרעים, אבער בעסער אזוי ווי פארקערט,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:11 am
דורך קאווע טרינקער
זעהסט דאך אז ס'איז אים נישט געלונגען!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:52 pm
דורך קאווע טרינקער
איך חזר אזוי מיט מיין אינגעל די ברכת יעקב.
ידך בעורף אויביך... אין דער גענאק...
ער פרעגט מיר צו גענאק האט עפעס מיט knockout?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיין יונגעל (7) זאגט מיר א תורה וואס ער האט געזאגט אין קלאס. פארוואס האט יעקב געזאגט, המלאך הגואל אותי יברך וכו' יוסף איז געקומען נעמען יעקב'ס ברכה נישט דעם המלאך הגואל'ס ברכה? נאר ס'שטייט אויבן אין רש"י אז נסתלקה שכינה פון יעקב, ממילא האט ער געדארפט די מלאך הגואל זאל בענטשען.