בלאט 1 פון 2
בית דין העדה החרדית פירט איין ספר יוחסין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:10 pm
דורך נאר,,פרייליך
לאור די גזירה וואס לויערט איבער התבוללות און אויסמישען חלילה די יודישע גאס מיט די אומות העולם איז דער בית דין העדה''ח ארויס מיט א כרוז איינצופירען א ספר יוחסין בכרם בית ד'
האפענטליך וועלן אלע קהילות און פראקציעס בקרב הקהילות והעדות בארה''ק טאן די זעלבער בכדי מונע צו זיין ערנסטע שאלות פון אויסמישונג צווישען אידען מיט די ע' אומות חלילה
לכ' לפי הנראה דארף ביים היצטיגער סוטיאציע ניש זיין קיין חילוקי דעות אינעם נושא דערנאך וואס אלע שותו''מ האבען אויסגעדריקט אנטריסונג בריש גלי קעגן די עוקרי הדת בארה''ק
קוראים “להנהיג ספרי יוחסין”
לאחר שמליאת הכנסת אישרה את “חוק צהר” לפתיחת אזורי רישום הנישואין, קוראים רבני העדה החרדית להנהיג ספר יוחסין בכל משפחה ומשפחה בכדי להתרחק מההתבוללות.נח הלפרין | 23:00 | כ״ט במרחשון תשע״ד
רבני העדה החרדית יצאו בקריאה מיוחדת, להנהיג ספר יוחסין, בכדי להתרחק מההתבוללות שיכולה לבוא בעקבות אישור “חוק צהר”.קרא עוד:שופטים ושוטרים תתן לך: ילדי ת”ת סאטמאר בי-ם בדין תורההעדה החרדית: כינוס רבנים לקראת שנת השמיטה הבעל”טהעדה החרדית: כנס חיזוק לבחורי הישיבות לקראת נסיונות הגיוסרבני העדה כותבים כי כל מטרת החוק היא כדי לבולל ולקלקל יחוס בני ישראל ח”ו. וזאת ע”י שכל אחד שחפץ להינשא, ויהדותו אינה כשרה, יוכל להינשא ביתר קלות אצל “רבנים” פחות מחמרים, ולא כפי שהיה עד לחקיקת החוק, שכל רישומי הנישואין היו מופקדים בידי רבנים מוסמכים.ההרס שהחוק יכול להביא, יתעצם עם אישור חוק הגיור, שיעלה מחר (א’) לחקיקה בפני ועדת השרים לחקיקה, שעל פיה יוגדל מערך הגיור הממלכתי ותפתח את נושא הגיור לתחרות.בקריאה שפורסמה תחת הכותרת “מי לה’ אלינו” נכתב בזה הלשון: “אמרו חז”ל אין לך יום שאין קללתו מרובה וכו’, והשלטון בארה”ק גוזר חדשים לבקרים גזרות על הדת והתוה”ק. והנה החוק שנתקבל ע”י השלטונות לפתוח אזורי רישום הנישואין הקרוי בשם “חוק צהר”, ומטרתו אחת לבולל ולקלקל יחוס בני ישראל, ח”ו”.“וחייבין כל ישראל למחות נגד המהרסים ומחריבים יחוס בני ישראל ושמכאן והלאה לא נדע מי הוא ישראל כשר ומיאינו יהודי או פסולי חיתון וכדו’”.“הביד”צ הח”מ ידונו בקרוב ויעיינו איך להנהיג ספרי יוחסין למשפחות כשרות בישראל”.ובמסגרת מיוחדת מדגשים הרבנים: “ואנו קוראים לרבנים יושבי על מדין וכל בני ישראל החרדים לדבר ה’ לפרסם להודיע ולהצטרף לדברינו למען המשך הדורות בכשרות ובטהרה”.“ומן השמים ירחמו עלינו להר ולהחיש גאלותינו ופדות נפשינו, וישב מצרף וטהר את בני ישראל כזהב וככסף בביאת גוא”צ בב”א”
.על הקריאה חתומים כל רבני הביד”צ של העדה.מרן הגר”ע יוסף זצ”ל כינה את החוק הזה “חוק שמד”, ואמר כי חייבים להתנגד בכל תוקף לחוק זה.כפי שדווח כאן בעת שעבר חוק בכנסת, הח”כים החרדים תקפו והטיחו ביקורת חריפה נגד חברי הכנסת של הבית היהודי בעקבות תמיכתם בחוק על אף התנגדותם המוצהרת של רבניהם.סגן יו”ר הכנסת, ח”כ הרב אורי מקלב, אמר לח”כים של הבית היהודי: “איפה כבוד הרבנים שלכם? רבני תקומה שלחו לכם מכתבים ברורים על התנגדותם לחוק, אבל אצלכם כאילו לא קרה כלום. אתם לוקחים חוק שמכרסם בהלכה היהודית ומציגים אותו כחוק טכני? הרי זו פגיעה של ממש בבירור היהדות. זה נזק לדורות. מדוע החוק מקבל דגל של ‘פריצת דרך’? איזו הקלה ביורוקרטית יש כאן? זה חוק שבא במטרה לפגוע בבירור יהדות והלכה ומעמד הנישואין כדת משה וישראל”.מקלב אמר כי הם בעצם פוגעים בציבור שהם אמורים לדאוג ליהדותו בישראל. ורק הם יפגעו מהחוק שהרי אלו שמקפידים על נישואין כדת משה וישראל ימשיכו לנהוג כך גם בעתיד וינהיגו ספרי יוחסין. אבל הציבור שלהם, הציבור הדתי לאומי, שסומך על הרבנות הציונית שישיא אותם כדת משה וישראל, הוא זה שייפגע מכך.בסיום בעימות הסוער על בכנסת במהלך אישור החוק, נקבע כי על אף פתיחת אזורי רישום הנישואין, רשמי הנישואין יחויבו לפרסם את בקשות רישום הנישואין על מנת שלשכות רישום הנישואין במקום מגורי הנרשמים יוכלו לברר את יהדותם של הנרשמים.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:38 pm
דורך דעת תורה
אין אנדערע פלעצער האט מען שוין געמאכט מטעמים פון דעם כרוז. עס שטעלט זיך ארויס, נישט מער און נישט ווייניגער, אז ביז היינט האט זיך די עדה החרדית ל"ע גענצליך פארלאזט אויף די גע'אסר'טע חמץ'דיגע טריפה'נע ראבינאט, אפילו נאך צען יאר וואס מיר האבן זוכה געווען צו דעם איינמאל אין פערציג יאריגן מנהיג..
דער המון עם פון די עדה החרדית איז יעצט זייער אויפגעברויזט: "ווער ווייסט מיט וואס נאך די א.ג. היימישע פרומע עדה רבנים נארן אונז אריין"? פרעגט מען מיט ווייטאג. עס טוט זיך יעצט א סומאטאכע און עס הייסט אז די נאר,,פרייליכע,,שוויצער'ס גייען אריבער קיין אוהל שרה לאור דעם סקאנדאל. סטעי טונד...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:05 am
דורך עוד מישהו
צו וואס פעלט עס אויס? כאילו איינער וואס געהערט צו די עדה, גייט חתונה האבן מיט א גר אדער גיורת פון צהר.
וואו ווייט איך ווייס, האבן עדה מענטשן זעלטן ווען חתונה געהאט מיט בעלי תשובה אדער גרים.
אין מיינע אויגן איז עס א שטורעם אין א גלאז וואסער, אדער וואו מ'זאגט אויף עברית "מאכן פון א פליג אן עלעפאנט".
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:04 am
דורך I'm back
ר' עמרם בלויא יוכיח...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 2:49 pm
דורך עוד מישהו
די עדה איז ארויס קעגן אים טאקע וועגן דעם, האט מען אים בכלל גערעכנט דעמאלסט אלס עדה מענטש? ווייל היינט איז נטורי חרתא אינדרויסן פון די עדה, איך קען נישט אזוי גוט זייער היסטאריע. עכ"פ די פאר וואס האבן יא חתונה מיט גרים/ב"ת איז זייער א קליינע ציפער, וואס מאכט די מציאות פון חתונה האבן מיט אזעלכע סארט מענטשן פאר א זעלטנהייט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:54 pm
דורך נאר,,פרייליך
ביז די סומאטוכע מיט'ן נעמען די גיורת איז רבי עמרם געווען פון די פירענדע אינערהאלב די עדה נאר די עקסטרעם רעכטע און לינקע האבען עס אויסגעניצט אלס א מיטעל צו צוטיילען די זאך די עקסטרעמע האבען גע'טענה'ט ווער ברויך אן עדה מיר קענען אליין און די מעסיגערע לינקע האבען געוואלט פטור ווערן פון רבי עמרם'ן ונתפרדה החבילה
סאטמאר רב זצ''ל האט אסאך עמל משקיע געווען צו אנהאלטען די זאך דערווייל זעהט מען ס'נאך היינט ע''ד אריבער פופציג יאר שפעטער נאך אלס פאראן די זעלבער ריס
ווער ס'קען מער די היסטאריע אדרבה טייל'ט מיט פאר אנדערע
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 6:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כנראה הערשט דא א גרויסען חוסר ידיעה איבער‘ן ירושלים‘ער ציבור. איינער וואס שטעלט זיך צו צו זייערע לעבען שטייגער קען חתונה האבען מיט‘ן שענסטע משפחות, צו ער איז א בעל תשובה א ספרדי א גר, אבי ער שטעלט זיך צו. בעיני ראיתי, און מ‘קען זיך אליינס איבערצייגען.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:43 pm
דורך berlbalaguleh
עוד מישהו האט געשריבן:די עדה איז ארויס קעגן אים טאקע וועגן דעם, האט מען אים בכלל גערעכנט דעמאלסט אלס עדה מענטש? ווייל היינט איז נטורי חרתא אינדרויסן פון די עדה, איך קען נישט אזוי גוט זייער היסטאריע. עכ"פ די פאר וואס האבן יא חתונה מיט גרים/ב"ת איז זייער א קליינע ציפער, וואס מאכט די מציאות פון חתונה האבן מיט אזעלכע סארט מענטשן פאר א זעלטנהייט.
און וואס טוטצעך אין די תולדות'ן (ביידע)

און ביי די באראלעך???!!! פון וועים באשטייען זייערע קהילות הקודש???!!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:51 pm
דורך [NAMELESS]
געווען זיכער אז עס איז שוין דא ערגעץ ווי בשריבן רבי עמרם בלוי מיט די גיורת פרשה. וועל מיר איה ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע מראה מקומות און מעגליך א קורצע ביאור אויך
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 1:14 pm
דורך עוד מישהו
berlbalaguleh האט געשריבן:עוד מישהו האט געשריבן:די עדה איז ארויס קעגן אים טאקע וועגן דעם, האט מען אים בכלל גערעכנט דעמאלסט אלס עדה מענטש? ווייל היינט איז נטורי חרתא אינדרויסן פון די עדה, איך קען נישט אזוי גוט זייער היסטאריע. עכ"פ די פאר וואס האבן יא חתונה מיט גרים/ב"ת איז זייער א קליינע ציפער, וואס מאכט די מציאות פון חתונה האבן מיט אזעלכע סארט מענטשן פאר א זעלטנהייט.
און וואס טוטצעך אין די תולדות'ן (ביידע)

און ביי די באראלעך???!!! פון וועים באשטייען זייערע קהילות הקודש???!!!
וואס הייסט פון וועם ס'באשטייט, פון אונגארישע אידן אדער רומענישע, מיט נאך אפשר פון אנדערע פלעצער, איך בין נישט זייער באקאנט אין דעם, די טאטע פון די תולדות'ן די אלטע תולדות אהרן רבי זצ"ל, איז געבוירן אין צפת, אריבער אין זיינע קינדער יארן קיין טראנסילוואניע, דארט האט ער געלערנט אין אונגארישע און אין רומענישע ישיבות.
זיין שווער די ערשטע שומרי אמונים רבי זצ"ל, איז געווען אן אונגארישער פון געבוירן.
די חסידים פון אנהייב זענען געווען פון אונגארן-רומעניע, שומרי אמונים רבי האט געוואינט אין פארשידענע פלעצער אין אייראפע איידער ער איז ארויף קיין א"י, אין סאטמאר און אין בערעגסאז. ער איז ארויף מיט א קבוצה פון די חבורה, וואס לכאורה זענען זיי די זיידעס פון די היינטיגע.
"באראלעך", איז א כינוי נאך אלע וואס גייען אין די אלטע שומרי אמונים רבי'ס דרך צו ת"א צו תוא"י און די היינטיגע שומרי אמונים.
אין די תולדות'ן זענען די שידוכים מער ווייניגער צווישן זיך, מן הסתם אמאל ווען ס'איז געווען קלענער האבן זיי חתונה געהאט מיט פרעמדע אבער היינט אין א"י זיכער בד"כ צווישן זיך.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 3:19 pm
דורך א שוויצער
ממי_שאמרו האט געשריבן:געווען זיכער אז עס איז שוין דא ערגעץ ווי בשריבן רבי עמרם בלוי מיט די גיורת פרשה. וועל מיר איה ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע מראה מקומות און מעגליך א קורצע ביאור אויך
אדרבה, די פרשה איז היבש נוגע יעצט ווען דער עדה שטייט אויך אויס ענליכע רייבערייען ווען די מער רעכטערע פראקציעס זענען מוכן אויסצושרייען עד הסוף דעם דע''ת אהן צו קוקען אז דער כבוד והעצת העדה קען כאפען א זעץ ומאידך גיסא זענען פאראייניגט די לינקע כוחות אינערהאלב די קהילות צו אהערשטעלן א שיין פנים פאר די גאס
ווי איך הער פון אידען וואס געדענקען יענע תקופה האט רבינו בעל ה'דברי יואל אין יענע תקופה שטארק פארארבעט צו מפייס זיין די גיורת אז זי זאל זיך אפלאזען פינעם קעיס בכדי די עדה זאל זיך צוזאמהאלטען און נישט קומען צו קיין טיילונג
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 3:34 pm
דורך דייטל
איך האב אמאל מיטגעהאלטן א גירות לחומרא פון א בן עכום בעפאר ער האט געהייראט, און מ'האט געדארפט האבן אינפארמאציע איבער זיינע עלטערן און אור-עלטערן, און יא ! די פרומע סאטמארע רבנים דאהי האבן זיך פארלאזט אויף די ראבינאט. וואס ווייסן זיי דען אויף א רוסיש אינגל מהיכן ירק זה חי ? די ראבינאט ווייסט זיי האלטן א דאטאבעיס .
דאס איז אמת וואס איינער שרייבט אז דארט איז מען זיך מער משדך מיט בעלי תשובה ספרדים, בפרט ווען איינער איז נישט אזוי איי איי איי. די קולטור און די שפראך איז נישט אזוי אנדערש סיי ווי. סאו עכט איז עס שטארק נוגע צו האבן אזא זאך, דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז זייער געפארפול אפצומאכן אז זהו זה, און טאמער וועט איינער אנקומען א וואוילער איד וואס האט זיך נישט איינגעשריבן אינעם סיסטעם וועט ער זיין אסור לבוא בקהל? אתממה, מ'עט מאכן נייע פסולי חיתון?
איך האב אמאל געלייענט אז אין תימן פלעגט זיין דער מנהל מיט הונדערטער יארן צוריק זיך חתמ'נן בשם אביו ואבי אביו אזוי ארויף ביז משה רבינו [א גוזמא..] ביז ס'איז געווען וואס האבן פארגעסן וכדומה, האבן די רבנים געמאכט א חרם אז קיינער טאר מער נישט אזוי חתמנ'ן שלא לבייש את מי שאין לו. און מ'האט געדארפט מבער זיין אלע אלטע אזעלכע חתימות, כך שמעתי איך נעם נישט אחריות.
תא חזי, מה בין רבנן דהשתא לרבנן דבקדמיתא.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 4:26 pm
דורך [NAMELESS]
א שוויצער האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:געווען זיכער אז עס איז שוין דא ערגעץ ווי בשריבן רבי עמרם בלוי מיט די גיורת פרשה. וועל מיר איה ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע מראה מקומות און מעגליך א קורצע ביאור אויך
אדרבה, די פרשה איז היבש נוגע יעצט ווען דער עדה שטייט אויך אויס ענליכע רייבערייען ווען די מער רעכטערע פראקציעס זענען מוכן אויסצושרייען עד הסוף דעם דע''ת אהן צו קוקען אז דער כבוד והעצת העדה קען כאפען א זעץ ומאידך גיסא זענען פאראייניגט די לינקע כוחות אינערהאלב די קהילות צו אהערשטעלן א שיין פנים פאר די גאס
ווי איך הער פון אידען וואס געדענקען יענע תקופה האט רבינו בעל ה'דברי יואל אין יענע תקופה שטארק פארארבעט צו מפייס זיין די גיורת אז זי זאל זיך אפלאזען פינעם קעיס בכדי די עדה זאל זיך צוזאמהאלטען און נישט קומען צו קיין טיילונג
פונקט פארקערט. די רבי איז שטארק געשטאנען לטובתה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
דא האסטו זייער שיין באשריבן די גאנצע פרשה. זייער שיין.
http://web.bgu.ac.il/NR/rdonlyres/AC761 ... 261/f1.pdf
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 4:33 pm
דורך [NAMELESS]
עטליכע אונטערעסאנטע ידיעות פון יענע צייט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
נאך. ועוד חזון למועד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 4:36 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז אן ארטיקל וואס דער באגאבטער שרייבער נוח זבולונו האט געשריבן, אבער ער האט דאס נישט מפרסם געווען בחייו. עס איז אן אונטערוואו מיט זיין ווייב- גיורת רות בלוי
http://www.ranaz.co.il/images/PDF/n19930616_1PDF.pdf
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 5:43 pm
דורך א שוויצער
ממי_שאמרו האט געשריבן:א שוויצער האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:געווען זיכער אז עס איז שוין דא ערגעץ ווי בשריבן רבי עמרם בלוי מיט די גיורת פרשה. וועל מיר איה ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע מראה מקומות און מעגליך א קורצע ביאור אויך
אדרבה, די פרשה איז היבש נוגע יעצט ווען דער עדה שטייט אויך אויס ענליכע רייבערייען ווען די מער רעכטערע פראקציעס זענען מוכן אויסצושרייען עד הסוף דעם דע''ת אהן צו קוקען אז דער כבוד והעצת העדה קען כאפען א זעץ ומאידך גיסא זענען פאראייניגט די לינקע כוחות אינערהאלב די קהילות צו אהערשטעלן א שיין פנים פאר די גאס
ווי איך הער פון אידען וואס געדענקען יענע תקופה האט רבינו בעל ה'דברי יואל אין יענע תקופה שטארק פארארבעט צו מפייס זיין די גיורת אז זי זאל זיך אפלאזען פינעם קעיס בכדי די עדה זאל זיך צוזאמהאלטען און נישט קומען צו קיין טיילונג
פונקט פארקערט. די רבי איז שטארק געשטאנען לטובתה
צו וואס איז דעמאלט'ס ענשטאנען א פירוד צווישען סאטמאר רב און הרב דומב ז''ל אויב נישט צוליב די ווילען איר צו איבערצייגען אז זי זאל זיך אפלאזען?
אדרבה איך וויל הערן מער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 6:22 pm
דורך דייטל
איך זע א חידוש אז רות שרייבט אין איר בוך אז הרה וגם הפילה מר' עמרם.
איך קויף עס נישט אזוי שנעל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 7:41 pm
דורך איך אויך
דאכט זיך עס איז נישט נאר געווען איר גיורת חלק , נאר וויל זי איז געווען א טאנצערין אין פאריזער קלאבס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז געווען איינע פון די לשון הרע אויף איר. זה האט דאס געלייקענט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 8:56 pm
דורך I'm back
דייטל האט געשריבן:איך זע א חידוש אז רות שרייבט אין איר בוך אז הרה וגם הפילה מר' עמרם.
איך קויף עס נישט אזוי שנעל
די האלטסט אז עס איז געווען פון א אנדערע?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 9:50 pm
דורך berlbalaguleh
א שוויצער האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:געווען זיכער אז עס איז שוין דא ערגעץ ווי בשריבן רבי עמרם בלוי מיט די גיורת פרשה. וועל מיר איה ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע מראה מקומות און מעגליך א קורצע ביאור אויך
אדרבה, די פרשה איז היבש נוגע יעצט ווען דער עדה שטייט אויך אויס ענליכע רייבערייען ווען די מער רעכטערע פראקציעס זענען מוכן אויסצושרייען עד הסוף דעם דע''ת אהן צו קוקען אז דער כבוד והעצת העדה קען כאפען א זעץ ומאידך גיסא זענען פאראייניגט די לינקע כוחות אינערהאלב די קהילות צו אהערשטעלן א שיין פנים פאר די גאס
ווי איך הער פון אידען וואס געדענקען יענע תקופה האט רבינו בעל ה'דברי יואל אין יענע תקופה שטארק פארארבעט צו מפייס זיין די גיורת אז זי זאל זיך אפלאזען פינעם קעיס בכדי די עדה זאל זיך צוזאמהאלטען און נישט קומען צו קיין טיילונג
אויב דו מיינסט צו זאגן "אפלאזן פון דעם קעיס" אפלאזן דעם שידוך. האב איך געהערט אינפארמאציע פונקט אינ'ם פארקערטן ריכטונג אז די רבי זי"ע האט בארואיגט און געזאגט אז מ'קען יא גיין ווייטער מיט דעם שידוך (צווישן ר' עמרם בלוי און די גיורת, רות בן דוד.) ווייל מ'האט זי חושד געווען אז זי ארבעט מיט'ן ש.ב. (אין יענע צייטן.) און דער מוסד. וואס איז נישט געווען ווייט פון אמת. דרך אגב. די גאנצע פרשה פון יאסאלע שוכמאכער, אין וועלכן זי האט געשפילט א הויפט ראלע איז נישט געווען בהסכמת רבינו זי"ע, וועלכער איז בכלל געוועין אקעיגן אויסטערלישע און ווילדע שטיק. נאר דער הרב קאצנעלנבויגן פון מאה שערים האט עס אנגעדרייט. ווען דער רבי זי"ע איז געוואויר געווארן אז דער אינגל יאסאלע שטייט איין ביי ר' זייוויל גערטנער און די עף.בי.איי. האט איהם געכאפט איז ער זייער בלאס געווארן ווייל ער האט פארשטאנען די קאנסעקווענצן און די נעגאטיווע פובליסיטי וואס דאס וועט ברענגעון.