בלאט 1 פון 1
וואָדי אַלען - יידישער קאמיקער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 3:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווי איך זע אינעם וויקי בלאט, לעבט ער נאך היינט דער באקאנטער וואָדי אַלען - יידישער קאמיקער
ובכן, ווער ס'האט עפעס צו פארציילן וועגן עהם, אדער מראה מקומות פון זיינע פרייליכע סחורה, ווערט פארבעטן בשם כל הקהל..
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 4:44 pm
דורך [NAMELESS]
און דער גרויסער חסידישער קאמיקער מנשה ליסטיג האט גארנישט צו דערציילען?????
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 6:09 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואדי אלען, איז מיר אביסל מאדנע, כאטש ער האט היבשט טיפע לאכעדיגע רעיונות, דאך זיין לעבנס שטייגער איז א פארקערטע באווייז אויף א שטיקל טיפש..
ממילא, כ'וויל הערן וויאזוי דער עולם שניפט עהם..
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 8:00 pm
דורך לעיקוואד
מיט וואס איז ער א יידישע קאמיקער חוץ פון דעם וואס זיין מאמע איז (געווען?) א אידענע?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 8:25 pm
דורך נהורא נפישא
לעיקוואד האט געשריבן:מיט וואס איז ער א יידישע קאמיקער חוץ פון דעם וואס זיין מאמע איז (געווען?) א אידענע?
און מיט וואס איז מילעך מילעכיג חוץ פון דעם וואס ס'איז געמעלקט געווארן פון א קוה ?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 8:32 pm
דורך לעיקוואד
איך מיין צו פרעגן אויב עס איז דא עפעס 'אידישלעך' וועגן זיינע פילמס. איך מיין גראדע די תשובה איז יא, כלומר זיין זיין א איד פיגורירט אין זיינע ווערק , איך זיך איינער זאל מסביר זיין וואס דאס איז און וויאזוי.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 8:49 pm
דורך נהורא נפישא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 9:02 pm
דורך ישבב הסופר
לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב עס איז דא עפעס 'אידישלעך' וועגן זיינע פילמס. איך מיין גראדע די תשובה איז יא, כלומר זיין זיין א איד פיגורירט אין זיינע ווערק , איך זיך איינער זאל מסביר זיין וואס דאס איז און וויאזוי.
בניגוד למנהגי שלא להגיב בדברים שאינני מבין בהם, אענה לשאלת ידידנו המלומד ממה שנראה לי לפענ"ד. יש מוטיב "יהודי" בפילמיו של וואודי אללן, אבל סוג של 'יהודיות' שאיננה זהה ל'יהודיות' שאנו מכירים וחשים. אבל הייתי מגדיר את זה כאופי היהודי המאופיין בספרי פיליפ ראטה.
שוין, כבר הארכתי יותר מדאי בדברים שאינני מבין בהם כמלוא נימה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 9:13 pm
דורך ישבב הסופר
ובצאתי אציין את הבדיחה שלו הכי אהובה עלי:
בסיום של מערכון בידור, הוא בא לקראת הסיום. ואומר:
"I would like to end with something positive..... ok, I have nothing positive to say. Would two negatives suffice?"
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:33 pm
דורך קרעמער1
אויף 770 האב איך עפעס געהערט ווי ער רעדט איבער עפעס רעיפ באשולדיגונגען אויף אים
איך האב עס נישט דורכגעטוען, אבער די היסטאריע ווייזט שוין אז מ'האט פאלש באשולדיגט פעימאס מענטשן כדי צו פרעסן געלט וכדו'
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:45 pm
דורך לעיקוואד
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:53 pm
דורך הוגה
סתם א בילבול אויף אן אומשולדיגע מענטש! עס קען נישט זיין אמת, ער אידאך אזא פיינער. ס'מאכט נישט סענס אויף אים...
נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 8:08 pm
דורך לעיקוואד
אין אן
אינטרעסאנטער אינטערוויו אין דער דעילי ביסט רעדט ר' וואדי ארום זיין נייער פילם "כישוף ביי די לבנה שטראל", ווי אויך וועגן זיין ליבשאפט פאר מדינת ישראל און זיין מיינונג איבער די היינטיגע קאנפליקט אין עזה צווישען די אראבער און די אידען.
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט
צו ליינען, אז דער דירעקטער, טראץ זיין א גענצליכער פרייער אטעאיסטישער איד, און קיינמאל האבען באזוכט אין ארץ ישראל, רעדט שטארק וועגן זיין אהבה פאר די אידישע מדינה דארט.
ער לייגט אראפ אז די אידען זענען אנגעקומען דארט נעבאך נאך א האלאקוסט, און די אראבער האבען כלשונו "זיך נישט אויפגעפירט שיין צו זיי". זיי וואלטען זיי ווען געמעגט מכבד זיין זאגען דא האט איר א שטיקל לאנד צו וואוינען לאמיר פראבירען צו לעבן בשלום. למעשה האבען זיי זיי נישט אנגענומען אין די משפחה פון מיטל מזרח לענדער, און זיך צושלאגען מיט די אידען.
וואדי זעהט נישט קיין גרויס האפענונג פאר שלום, ער פארציילט אז פון ווען ער איז צוואנציג יאר אלט פארציילט מען אלץ אז אט אט וועט קומען די שלום, אז די נעקסטער דור וועט שוין נישט פארמאגען אזא האס און וועט משלים זיין, אבער למעשה קומט דאס קיינמאל אן.
נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 8:31 pm
דורך קינד_אן_קייט
לעיקוואד האט געשריבן:אין דער דעילי ביסט רעדט ר' וואדי ארום זיין נייער פילם "כישוף ביי די לבנה שטראל"
[tag]לעיקוואד[/tag], Magic = כישוף?
נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 8:34 pm
דורך לעיקוואד
נאר וויאזוי ווילסטו איך זאל טייטשען?
נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 8:39 pm
דורך יאיר
כישוף איז דאך אמת. דארפסט שרייבן אחיזת עינים.
נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 8:41 pm
דורך קינד_אן_קייט
לעיקוואד האט געשריבן:נאר וויאזוי ווילסטו איך זאל טייטשען?
"
צויבער".
נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 8:43 pm
דורך לעיקוואד
אפשר. כ'האב נישט געקענט דער ווארט. איך מיין אז עס מיינט דא דווקא כישוף כפשוטו.
נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 8:57 pm
דורך קינד_אן_קייט
כ׳מיין אז דא איז עס תרתי משמע, צוויי אוחזי עינים (אדער שארלאטען) באצויבערן זיך איינער דעם צווייטן און ווערן פארליבט צום סוף.
אגב, ס׳איז טאקע א שווער ווארט צו פארטייטשן, בעיקר ווייל אויף ענגליש גופא קען עס האבן פארשידנארטיגע משמעות, דהיינו:
Magic = אחיזת עינים,
Magical = באצויבערט, פארגייפט, וכו׳.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:40 am
דורך קרעמער1
איך וואלט עס טאקע ענדערש גערופן אחיזת-עינים, צויבער אדער קונצן-מאכער ווי כישוף
כישוף האט עפעס א נעגאטיווע באדייט וואס קומט נישט דא אריין
אגב, אויף וויקי רופט ער עס יא כישוף
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9B%D7 ... 7%9B%D7%98
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
כישוף ווערט בדרך כלל גערופן אויף ענגליש "בלעק מעדזשיק". סתם דער ווארט "מעדזשיק" מיינט "באצויבערנד"/וואונדערבאר...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:20 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך מיין אז מען דארף דאנקען דעם באשעפער פאר איהם. ווייל מען האט דאך ג'אסרט "וואדי עלען" גלעזער. אויב נישט איהם, וואס וואלט מען ג'אסרט? מיכאל שניצלער גלעזער? ליפא גלעזער? עס האט נישט די זעלבע סאונד.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:04 am
דורך berlbalaguleh
ישבב הסופר האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב עס איז דא עפעס 'אידישלעך' וועגן זיינע פילמס. איך מיין גראדע די תשובה איז יא, כלומר זיין זיין א איד פיגורירט אין זיינע ווערק , איך זיך איינער זאל מסביר זיין וואס דאס איז און וויאזוי.
בניגוד למנהגי שלא להגיב בדברים שאינני מבין בהם, אענה לשאלת ידידנו המלומד ממה שנראה לי לפענ"ד. יש מוטיב "יהודי" בפילמיו של וואודי אללן, אבל סוג של 'יהודיות' שאיננה זהה ל'יהודיות' שאנו מכירים וחשים. אבל הייתי מגדיר את זה כאופי היהודי המאופיין בספרי פיליפ ראטה.
שוין, כבר הארכתי יותר מדאי בדברים שאינני מבין בהם כמלוא נימה.
ישבב הסופר: ביטע שרייב נאך א ביסל. וועט מען אויסגעפונען וואס דו ווייסט נאכאלץ נישט...!