בלאט 1 פון 1

חינוך אין א תקופה פון קלוגע קינדער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 3:32 pm
דורך לולקע-ציבעך
א סך מענטשן, נישט דווקא אין אונזער לאגער, האבן א פונדאמענטאלן טעות אינעם משמעות פון די טיטלען "עלטערן און מחנכים". מיר קוקן אן אונזער אויפגאבע פון אויפציען אונזערע קינדער ווי אזא פאזיציע, א סטאטוס אין לעבן: עלטערן זענען מחנכים, און דער תפקיד פון א מחנך איז, אויפצוציען די קינדער.

ס'איז אבער נישט אינגאנצן ריכטיג. דאס זיין א "טאטע" איז נישט עפעס א סטאטוס אין לעבן, נאר מער אן אויפגאבע. סטאטוס-טאטע און תפקיד-טאטע הערן זיך היפש ענליך; עס זענען אבער פאראן שטארקע חילוקים צווישן די צוויי. א סטאטוס-טאטע וועט זיך געווענליך נעמען צו ערנסט, און וועט אנקוקן זיין שייכות מיט'ן קינד ווי עפעס אזא סטאטוס-געשעפט: איך בין דא אויבן, און דו, קינד מיינס, ביזט דארט ערגעץ ווייט אראפצו אויפ'ן לייטער. תפקיד-טאטע זעט דאס אויפציען דאס קינד מער ווי א שליחות, און דער חילוק פון טאטן ביז קינד איז מער אזא פראקטישע זאך.

ס'איז שווער פון אויבנאויף אנצואווייזן וואו עס כאפט למעשה א גרויסע נפקא מינה. ביידע טאטעס טוען לכאורה די זעלבע זאכן און האבן די זעלבע צילן. אמת, ס'איז אבער פארט נישט די זעלבע זאך. די צוויי זענען אייגנטליך זייער פארשידנארטיג. חינוך באשטייט נישט בלויז פון זאגן און אנווייזן וואס איז יא ריכטיג צו טאן און וואס איז אן עוולה. חינוך איז אויך זיכער נישט א מיטל צו פארוואנדלען דאס קינד אין א נחת-פראדוצירנדער מאשין. ס'איז נישט קיין אינוועסטמענט-פראצעס, וואס ענדיגט זיך מיט דעם וואס דאס קינד וואקסט אויף א מענטש וואס ברענגט נחת פאר די עלטערן. דער עיקר ציל מיט חינוך איז צו נעמען א רוי, קליין, אומוויסנד מענטשעלע און דאס פלעגן, שפייזן, און אנווייזן וואס און וויאזוי - אלעס אז עס זאל עווענטועל קענען שטיין אויף די אייגענע פיס, ווי א מענטש און א איד, און קענען דורכמאכן די רייזע וואס הייסט לעבן אזוי גוט ווי נאר מעגליך.

יעדעס קינד ווערט געבוירן מיט פארשידענע כשרונות, אייגנשאפטן און נטיות. די אויפגאבע פון עלטערן איז צו העלפן דאס קינד זיך אנטוויקלען לויט זיין תכונת הנפש און מעגליכקייטן. נישט יעדער איז באשאפן געווארן אויסצואוואקסן א למדן און מתמיד, פונקט ווי נישט יעדעס קינד פארמאגט די אייגנשאפטן צו זיין אן עסקן און אנפירער. א טאטע וואס זעט זיין אויפגאבע פון חינוך ווי א ספעציעלן סטאטוס, וועט ענדערש מאכן דעם טעות פון זוכן איבערצומאכן דאס קינד, אז ס'זאל פון אים ווערן עפעס וואס ער איז נישט געמאכט געווארן צו זיין. א תפקיד-טאטע נעמט נישט דעם ענין אזוי שטרענג, און וועט מער פאקוסירן אויפ'ן קינד, ווי אויף זיך אליין - הגם ביידע האבן געווענליך אינזין די טובה פונעם קינד.

נאך א חילוק למעשה קומט ארויס לגבי אנטוויקלען אן אינטימען קשר מיט'ן קינד. א "טאטע"-טאטן וועט דאס אנטוויקלען אזא נאענטשאפט מיט'ן קינד אנקומען אביסל שווערער, ווייל דער "טאטע"-סטאטוס פארגרעסערט דעם מרחק צווישן אים און דעם קינד. א תפקיד-טאטע זעט זיך ווי דעם דערוואקסענעם, וואס ווייסט דאס וואס דאס קינד ווייסט נאכנישט, און אין וועמענס הענט די וואוילזיין פונעם קינד איז אנפארטרויט געווארן.

ווי מיט יעדן סארט קשר צווישן צוויי מענטשן, איז פאראן א סך צווישן זיי וואס שפילט זיך אפ הינטערן-באוואוסטזיין. א קשר קומט רוב מאל פון אייניגע אינטערעסן, אדער עפעס וואס אנטוויקלט זיך ברוב הימים. אין ביידע פאלן איז פאראן א סך וואס מען כאפט זיך אליין נישט. דאס זעלבע איז ביים טאטן-קינד קשר. קינדער זענען קלוג, און כאפן אויף די סובטילע, איידעלע געפילן פון די עלטערן. זיי שפירן אינסטינקטיוו ווען דער טאטע איז א "טאטע", און ווען דער טאטע איז א טאטע.

כ'האב געהאט אמאל א חבר, וואס האט געהאט דאס וואס אלץ קינד רופן מיר א "שטרענגע טאטע". דער דאזיגער טאטע איז נישט געווען קיין גרויסער תנא קמא; אייגנטליך איז ער (נאך היינט) א היפשער פויער. למעשה איז דער חבר מיינער אויסגעוואקסן א פיינער יונגערמאן און א געזונטער, סטאבילער מענטש, מיט ביידע פיס פעסט אויף דער ערד. מיין חבר פארמאגט נישט קיין באזונדערס-גוטן קאפ און אויך נישט קיין באזונדערע קוואליפיקאציעס. פארט איז ער א שיינער מוצלח אין לעבן און מענטשן גלייכן צו פארקערן מיט אים. איר ווייסט פארוואס? ווייל ער איז א געזונטער מענטש, זעלבסטזיכער, קלאר, ווייסט וואס ער וויל, מיט אנטוויקלטע צווישן-מענטשליכע באציאונגען.

שמועסנדיג אמאל מיט אים וועגן די בחור'ישע יארן, האט ער מיר מיטגעטיילט עטליכע שווערע פרשיות וואס ער איז דורכגעגאנגען, אזעלכע וואס לאזן זייער א סך מאל איבער דעם באטרעפנדן אידיש און אפילו פסיכיש געשעדיגט. ער איז אבער אין ביידע הינזיכטן אויפגעוואקסן געזונטער ווי דעם דורכשניט.

"דו ווייסט פארוואס איך האב זיך נישט דעמאלט אויסגעגליטשט," האט ער אויסגעפירט דעם שמועס. "ווייל מיין טאטע האט מיך עכט ליב."

דער חבר מיינער האט אליין נישט געקענט אנווייזן וואס ער מיינט דערמיט, וואו ער האט עס געזען, און מיט וואס זיין טאטע איז אנדערש ווי אנדערע טאטעס (אויסער דערמיט וואס אין בית המדרש הייסט ער א "פויער"). כ'גלייב אבער אז די נקודה איז דאס: זיין טאטע האט גענומען די אויפגאבע פון אויפציען אן "אדם" פונעם "פרא אדם יוולד" -- ערמעגליכן דאס קינד אויפצואוואקסן א געזונטע ווערסיע פון וואס ער איז בטבעו געבוירן געווארן.

אין אונזער תקופה, מיט'ן אינטערנעט און פרייער צוטריט צו אינפארמאציע, איז עס נאך וויכטיגער ווי סיי ווען פריער. מיר זענען בדרך כלל קלוגער ווי אונזערע עלטערן, און אונזערע קינדער וועלן לכאורה זיין קלוגער ווי מיר. די שפיל פון "א טאטע ווייסט בעסער" האט זיך געענדיגט. מיר שטייען יעצט ביי דער גרעניץ, ווייל קינדער און יוגנטליכע האבן נאכנישט קיין געהעריגע אינטערנעט-צוטריט. דאס וועט זיך אבער לכאורה טוישן אין די קומענדיגע פאר יאר, און ס'וועט זיין קלאר פאר יעדן אז א טאטע ווייסט נישט בעסער.

עס וועט דעמאלט נישט בלייבן קיין אנדערע ברירה ווי זיין א טאטע אין דעם ריינסטן משמעות פונעם ווארט: ליב האבן דאס קינד כמו שהוא, אן קיין חשבונות און ערווארטונגען, און אים אויפציען צו זיין א געזונטע, באלאנצירטע ווערסיע פון זיך אליין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 4:26 pm
דורך שרייבער
געוואלדיגע ווערטער, וכן התנהג עמי אבי מורי שליט"א

איך וואלט נאר גענומען דעם גאנצן ארטיקל און פארצייכנט ק/פ און געטוישט די ווערטער ווי ס'שטייט "טאטע" שרייבן "מגי"ש/מנהל" און ווי ס'שטייט "קינד" שרייבן "תלמיד/בחור"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 4:34 pm
דורך הוגה
ווי נאר איך האב געליינט די פאלגענדע שורה האב איך געלייקט.

חינוך איז אויך זיכער נישט א מיטל צו פארוואנדלען דאס קינד אין א נחת-פראדוצירנדער מאשין


געוואלדיג!!!!!

עס מוז נאר אין אכט נעמען אז נעמען חינוך אלץ א ״תפקיד״ קען אויך פארוואנדלען די מעשה אין א סואיסייד מישען פאר גאט׳ס וועגן. די תפקיד איז צו העלפן און טון און נישט אויפצוטון.

איך וועל מיטטיילן א דבר חכמה וואס איז מרגלא בפומא פון מיין אשת חיל. ווען איך טרעף א שטוב וואו אלע זענען אויפגעוואקסן חסידיש, אין די זעלבע חסידות פון די טאטע, די זעלבע סארט, ער און פרויען מיט די זעלבע לבוש וכו׳ ווייס איך קלאר אז דארט האט מען נישט מקיים געווען דעם חנוך לנער על פי דרכו. ווען איך זעה א שטוב וואס איין קינד איז בעלזא, די אנדערע ליובאביטש, די דריטע איז ברסלב, איין איידעם א מגיד שיעור, די צווייטע א פלאמבער, איין טאכטער מיט א לאנגע שייטל און די צווייטע מיט א שפיצל, דאן ווייס איך אז מען האט מחנך געווען א יעדעס קינד על פי דרכם. ודברי פי חכמת חן.


.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 8:38 pm
דורך ודי למבין
זייער גוט ארויס געברענגט לולקע. סעים גאוס אט הוגה...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:42 am
דורך דייטל
wow וואט עי שריפט. וואונדערבאר!
איך קען מיך נאכנישט מצמצם זיין צו לייענען דעם אינהאלט זייענדיג פארגאפט פונעם שיינקייט פון אייער שרייבן, קונסט-ווערק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:05 pm
דורך גאנצל
הוגה האט געשריבן:ווי נאר איך האב געליינט די פאלגענדע שורה האב איך געלייקט.

חינוך איז אויך זיכער נישט א מיטל צו פארוואנדלען דאס קינד אין א נחת-פראדוצירנדער מאשין


געוואלדיג!!!!!

עס מוז נאר אין אכט נעמען אז נעמען חינוך אלץ א ״תפקיד״ קען אויך פארוואנדלען די מעשה אין א סואיסייד מישען פאר גאט׳ס וועגן. די תפקיד איז צו העלפן און טון און נישט אויפצוטון.

איך וועל מיטטיילן א דבר חכמה וואס איז מרגלא בפומא פון מיין אשת חיל. ווען איך טרעף א שטוב וואו אלע זענען אויפגעוואקסן חסידיש, אין די זעלבע חסידות פון די טאטע, די זעלבע סארט, ער און פרויען מיט די זעלבע לבוש וכו׳ ווייס איך קלאר אז דארט האט מען נישט מקיים געווען דעם חנוך לנער על פי דרכו. ווען איך זעה א שטוב וואס איין קינד איז בעלזא, די אנדערע ליובאביטש, די דריטע איז ברסלב, איין איידעם א מגיד שיעור, די צווייטע א פלאמבער, איין טאכטער מיט א לאנגע שייטל און די צווייטע מיט א שפיצל, דאן ווייס איך אז מען האט מחנך געווען א יעדעס קינד על פי דרכם. ודברי פי חכמת חן.


.


כ'האב אייך געלייקט קודם ווייל ס'איז א גוט ווארט און נאכדעם ווייל ס'איז דא א שטיקל אמת אין דעם

אבער ביסוד בין איך מחולק ווייל א טאטע קען אויפציען אלע זיינע קינדער אויפ'ן זעלבען דרך ווען ער הייבט אן אינגערהייט ווען דער קינד ווייסט נאכנישט וואס ער וויל דעמאלס אז די טאטע גייט אויפ'ן ריכטיגן וועג קען ער אריין לייגן ליבשאפט און געשמאקייט און באטעמקייט אינעם קינד צו וועלן בוחר זיין די וועג ווי ער לערנט אים אדרבה אז א טאטע איז זוכה אז זיינע קינדער הערן אים צו אין זיי נעמען אן זיינע ווערטער מיט מתיקות און זיי ווילן וואס זייער טאטע וויל מיט אן אמת באהבה וברצון דעמאלס אשרי לו פאר אזא טאטע דאס מיינט דאך חינוך ווייז פאר דיין קינד וואס עס איז גוט אז ס'לוינט פאר אים בוחר צו זיין אין דעם וועג

אבער אז די טאטע האט געמיסט די בויט און דער איז אליין נתגדל געווארן און ער האט אליין מכיר געווען את בוראו אויף זיין וועג דעמאלס דארף די טאטע האבן שכל און מיטשטיין קצרתי מעט,מפני חוסר צייט