דער טעכנאלאגישער לא-זכו
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 6:36 pm
די גמרא אין סנהדרין זאגט אויפ'ן פסוק אין ישעי' "אני ה' בעתה אחישנה": "זכו אחישנה; לא זכו -- בעתה." אויב דער דור וועט דערצו זוכה זיין, וועט דער רבונו של עולם צואיילן די גאולה און זי ברענגען פריער ווי די געפלאנטע צייט.
ס'איז נישט קלאר פון חז"ל וויאזוי די פאסט-גאולה וועלט גייט אויסזען. ס'איז אבער מסתבר (און ס'איז א גאנגבארער מאטיוו אין דער חסידישער ליטעראטור) אז דער עיקר משמעות פון גאולה איז אז דער מענטש וועט באפרייט ווערן פון די פסיכישע, פיזישע, און מאטעריאליסטישע קייטן. אין חסידות געפינען מיר א סך רעדן וועגן "גאולה פרטית", דער באפרייאונג פונעם יחיד. מיר געפינען אפילו דער געדאנק, אז די גאולה כללית איז בעצם דער סיום פון אלע גאולות פרטית פון אלע מענטשן. ס'איז די קולמינאציע פון אלע אויסלייזונגען פון אלע מענטשן.
די מורא'דיגע פארשריט וואס די טעכנאלאגיע האט געמאכט אין די לעצטיגע יארצענדליגער איז קלאר א חלק פון יענעם גרויסן גאולה-פראצעס. דער אינטערנעט איז מסתמא דער אנהייב פונעם סוף; דער אלוועלטליכער געוועב איז בעצם נישט קיין מחדש, נאר א נעץ פון מענטשן און זייערע קאמפיוטערס. דער אינטערנעט ברענגט צוזאמען די אינפארמאציע פון יחידים, אזוי, אז יעדער וואס איז אנגעשלאסן אין דער נעץ האט צוטריט צו דער גאנצער אינפארמאציע פון אלע אנדערע אנגעשלאסענע. ס'איז ווי א גרויסע גרופע מענטשן וואלטן זיך צוזאמגעזעצט און אויסגעלייגט אויפ'ן טיש אלעס וואס זיי ווייסן. דער אינטערנעט איז גענוי דאס, נאר די "גרופע" באשטייט פון דער גאנצער וועלט, די אינפארמאציע איז די גאנצע אינפארמאציע וואס איז פאראן, און קיינער דארף נישט רעדן: אלעס איז אייניג און גראד צוטריטליך פאר יעדן אויפאמאל.
רוב פסיכישע און גייסטיגע יסורים וואס עגבערן און פייניגן מענטשן, זענען באמת דמיונות. א שטעכווארט פאר דיר איז א קאמפלימענט, צי בלויז א ווערטל, פאר א צווייטן. רחבות דא מיינט צמצום דארט, און דאס זעלבע פארקערט. שמחה און אנטוישונגען זענען רעאקציעס צו דעם מענטש'ס דערווארטונגען. עס זענען פאראן זייער ווייניג אמת-אביעקטיווע הרגשים און פסיכישע מצבים. כמעט אלע זענען תלוי בדעת אחרים אדער אינעם מענטש'ס סביבה, וועלט-אויסקוק, און וועג פון טראכטן.
דער מצב מיט'ן מאטעריאליסטישן צושטאנד פון לעבן איז זייער ענליך. רוב-רובם מענטשן אין דער פרייער וועלט פארמאגן אלעס זיי מוזן האבן אנצוגיין מיט'ן לעבן רואיג און באקוועם. יעדער אן אויסנאם האט צוטריט צו עסן גענוג צו דער זעט, און דאס זעלבע מיט אלע מינימאלע געברויכן וואס פעלן אויס צו קענען פשוט לעבן און פונקציאנירן. די זאכן וואס פעלן אונז יא, זענען שוואוילטאג, אויסברענגעריי, און צוגעהערן וואס די סביבה האט באשטימט אלץ "נארמאל".
פיזישע קרענק און פראקטישע פראבלעמען ווערן אלץ ווייניגער. די מעדיצין-וויסנשאפט מאכט פארשריט מיט עוג-מלך-הבשן טריט, און די טעכנאלאגיע אין אלגעמיין מארשירט - ניין, פליט פאראויס שנעלער ווי דאס אויג איז ביכולת נאכפאלגן.
איך גלייב זייער שטארק, אז דער אינטערנעט וועט קעיר נעמען פון די ערשטע צוויי קאטעגאריעס פראבלעמען. מיר וועלן אויף אזויפיל קלוגער ווערן אין די קומענדיגע יארן, ביז'ן זיך אויפוועקן פון דעם יאר-טויזנטער לאנגען דמיון-שלאף. די באפעלקערונג וואס באוואוינט דעם קליינעם דערפל וואס הייסט "וועלט" וועט זיך אזוי נאענט קעגנזייטיג באקענען, ביז אלע וועלן זיך כאפן אז דאס גאנצע עסק איז איין גרויסע שפיל, און די שפילערס זענען אזוי חוזק, אז ס'איז צייט זיך אויפצושטעלן, אפשטויבן, גוט אויסלאכן די גאנצע זאך, און אנהייבן לעבן פשוט און גליקליך, מיט א שלוות הנפש און צופרידנקייט וואס קומט פון פשוט און פראסט זיין/עקזיסטירן. די מתיקות'דיגע רואיגקייט און שלווה פארמאגט יעדער אין זיך נאטירליך. ס'איז טייל פונעם מענטשליכן וועזן, וואס ווערט צעפלאנטערט און פארלוירן אין דעם געמויזעכץ פון מענטשליכע שוואכקייטן. און ווי שלמה המלך האט עס אויסגעדריקט: "אלוקים ברא את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים."
וואס שייך מחלות און אנדערע "אמת'ע" פיזישע און רעאליסטישע פראבלעמען, אויף דעם וועט די טעכנאלאגיע, מעדיצינישע און אנדערע, געפינען אן עצה. מיר לעבן אלץ געזונטער, מיט אלץ מער ידיעות וויאזוי צו פארהיטן קרענק, און טרעפן אלץ פרישע און בעסערע רפואות פאר די עקזיסטירנדע מיחושים.
ס'איז נאר מסתמא א מצב פון "לא זכו" און מיר זענען נישט גרייט אויף אן "אחישנה", אז דער פארשריט אין אלע תחומים זאל זיין כל-כולו פאזיטיוו און קאנסטרוקטיוו. ווען אלע חידושים אין דער וועלט וואלטן געווען כולו-טוב, וואלטן זיי געברענגט בלויז גוטס. אזא חידוש ווי דעם אינטערנעט, וואס וואלט אין זיין ריינער פארעם געקענט צוזאמברענגען מענטשן, אויסגלייכן חילוקים, און אויפהייבן יעדן אויפאמאל צו משונה'דיגע הויכן, אנטפלעקט זיך אין א "קליפת נוגה" פארעם: א געמיש פון אלעם וואס איז פאראן. טעכנאלאגיע ברענגט אזויפיל נוצן, אבער דערמיט אינאיינעם, אזויפיל צעשטערערישע מעגליכקייטן. אמבעסטן קען מען די נקודה אילוסטרירן דערמיט, וואס א סך פון די ערפינדונגען וואס מאכן דאס לעבן אזויפיל גרינגער און געשמאקער, קומען ביסודם פונעם פענטאגאן, וואס ווערט געטריבן פון דעסטרוקטיווע כוחות (אפילו אויב מיט גוטע כוונות).