די עתיד פון אונזער קינדער אין די היינטיגע עולם הישיבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

די עתיד פון אונזער קינדער אין די היינטיגע עולם הישיבות

שליחה דורך ראש הישיבה »

אלס ראש הישיבה דא אין קאווע שטיבל, פיל איך אן אחריות אדורך צו שמועסן א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע פאר די עתיד פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, און פאר גאנץ כלל ישראל.

היסטאריע:
לדעתי אמאהליגע צייטן האט נאר געלערנט אין ישיבה איינער וואס האט געוואלט לערנען. על פי רוב האט מען געלערנט אין חדר מיט די מלמד ביז בערך די בר מצוה, דערנאך האט מען זיך געלערנט א פאך. אזוי אויך האט מען געהאלפן די פאטער אין די סטאלעריי/שניידעריי/בעקעריי וכדומה. יעדער ערליכע בחור האט זיך געדרייט אין א שטיבל ווי חברה תהלים אדער חברה ש"ס, דארט האט ער פארברענגט פארטאגס ביז נאך שחרית, און דארט האר ער פארברענגט ביינאכט מנחה מעריב עין יעקב שיעור, וכו'

א בחור וואס האט געהאלטן ביים לערנען האט מקיים געוועהן הוי גולה למקום תורה, געפארן לערנען אין א ישיבה, זיך געוואלגערט פון איין אכסניא צו די צווייטע, געגעסן אזוי-גערופענע 'טעג' וכו'. דער בחור האט על פי רוב אנגעפילט רוב שעות היום מיט תורה ותפלה. א בחור וואס האט געלערנט ווייניגער ווי 12 שעה האט נישט באלאנגט אין ישיבה. יעדער ישיבה האט געהאט עטליכע 18נערס, דאס מיינט בחורים וואס האבן געלערנט 18 שעה א מעת לעת.

ווען עס איז געקומען צו שידוכים, א מתמיד עצום האט געקענט טרעפן א שידוך ווייל אדער דער רב/דיין/שוחט האט אים גענומען, און גלייך פארזארגט א פאסטן, אדער דער גביר האט אים גענומען אויף קעסט. ווידער דער ארבעטארער בחור איז געוועהן עובר לסוחר, יעדער האט זיך געכאפט מיט אים ווייל ער איז א בחור מיט א פרנסה (איך געדענק מיין באבע האט אמאהל געהערט פון א בחור וואס האט געהאט א גוטע דזשאב, האט זי עס אנגעטראגן פאר מיין שוועגערין. ווען מיין שוויגער האט עס נישט געוואלט - ווייל ער לערנט נישט אין א ישיבה, האט זי געפרעגט פארוואס נישט, ער האט דאך א פרנסה?).

די בינונים פון די ישיבה'ס האבן זיך זייער געמוטשעט מיט שידוכים, ווייל וואס קען ער טוהן, קיין פאך האט ער נישט, און קיין פאסטן אין די קהילה האט ער אויך נישט, קיין רב גייט ער קיינמאהל נישט ווערן, פון ווי גייט ער האבן פרנסה.

דאס אלעס קען מען זעהן פון די היסטאריע ביז די ערשטע וועלט מלחמה.

נאך די ערשטע וועלט מלחמה האט זיך געטוהן צרות מיט יוגענט, אין די חסידישע אימפעריע'ס האבן געמאכט א דרייוו אז בחורים זאלן לערנען אין חסיד'ישע שטיבלעך/ישיבות. אזוי האט געטוהן גער בעלז באבוב. דער רש"ב האט מייסד געוועהן זיין ישיבה תומכי תמימים פאר די ערשטע וועלט מלחמה, דאכט זיך אז נאך די מלחמה האט עס גענומען א גרויסע עקספאנשאן. די ראדאמסקער רעבבע וואס איז געוועהן א גרויסע גביר האט אויך געמאכט פיל מיט ישיבות אין פוילנד. די זעלבע איז מיט אלע אנדערע חסידות'ן האבן געהאט לכה"פ איין ישיבה. איך וועל כאפן א משל פון סטיטשון וואס איז געוועהן א קלענערע חסידות אין פוילנד האט עס געהאט דאכט זיך 5 ישיבות אין גאליציע.

די מציאות:
דאס אלעס האט געמאכט א מצב אז ווען היטלער ימ"ש איז פערטיג געווארן, האבן די גדולי ישראל צוזאמען מיט די נארמאלער פארשטאנד סובקאנטשעסלי אפגעמאכט א גזירה אז יעדער בחור ביז די חתונה מוז לערנען אין א ישיבה. צו ער האלט ביים לערנען איז נישט נוגע, צו ער פארשטייט לערנען איז נישט נוגע, דער עיקר לערן אין ישיבה. אז דו לערנסט נישט, מאך זיכער ווי ווייניגער צו שטערן די וואס לערנען. פרוביר נישט צו נערוועז מאכן די מגידשיעור/מנהל/משגיח/ מענעדשער וכדומה. ווייל אויב דער בחור גייט ארויס, אדער ווערט ארויסגעווארפן אדער פאלט ארויס פון די ישיבה סיסטעם איז אחת דתו. ווער רעדט נאך אז ער וועט נישט זוכה זיין צו קיין שום שידוך חוץ פון א מעדזשער בעל מום.

דער פראבלעם:
יעדער ווייסט אז חז"ל זאגן אלף נכנסין ואחד יוצא להוראה, בעסיקלי צווישן יעדער טויזנט בחורים איז נאר דא איין סוקסעס און 999 דורכפעלער!!!

די מציאות איז אז די סדר הלימודים איז על פי רוב אין די עולם הישיבות אויף די זעלבע וועג, עיון פארמיטאג, נאכמיטאג בקיאות ביינאכט חזרה אדער הלכה. לדעתי די זאך גייט פלאצן ווייל יעדער האט זיך זיין טעיסט וואס ער האט ליב. אין מען מאכט נישט די לימודים גענוג קאלירפאל.

ביז יעצט איז די סיסטעם געוועהן זייער שטארק, אין דאס האט געקאווערט פאר די פראבלעם, אבער אזויווי די נאמבערס בחורים וואס גייען אריין אין ישיבה האלט אין איין וואקסן, מיט דעם וואקסן די נאמבער פון דורכפעלער.

איך קען ווייזן א משל, לעבן סאטמאר אין מאנסי איז דא א ברענד נעים ישיבה, פאר 7 יאהר צוריק האסטו קיינמאל נישט געטראפן א בחור פון יענע ישיבה דאווענען שפעט אין סאטמאר, ווייל אפילו אז ער האט נישט געהאלטן ביים לערנען האט ער געהאט א איגוי. היינט איז סאטמאר פול מיט בחורים פון יענע ישיבה, ווייל די בחורים זענען נישט צופרידן פון זייער מצב, זיי פילן מען טראכט נישט פאר זייער טובה. (כאטש יענע ישיבה איז נאך אלץ א ברענד נעים ישיבה)

די קינדער קענען נישט לערנען לדורות עולם לימודים וואס איז זיי נישט נוגע ברוחניות אין בגשמיות. עס וואלט געדארפט זיין א פאר מיני ישיבות, ווי למשל א עיון ישיבה, א מעהר בקיאות ישיבה, א פארט טיים ישיבה. אזוי אויך די בחורים וואס זעהן נישט זייער עתיד אין תורה, זאלן האבן א ישיבה ווי מען איז מחנך ערליכע קומענדיגע בעת בתים. אין די זעלבע צייט דארף זיי זיך גרייטן אויף פרנסה. מען דארף האבן אסאך אפציעס אז ווען דער בחור גייט אריין אין ישיבה גדולה זאל ער קענען זיך וועהלן באיזה דרך לילך.

די שאלה איז וויאזוי מאכט מען דעם אריבערגאנג? וויאזוי מאכט מען אז דער עולם זאל וועלן זיין רעאליסטיש, און ריכטיג אפשאצן יעדע קינד און לייגן ווי ער באלאנגט? ווי אזוי מאכט מען אז דער עולם זאל זוכן איידעמער וואס האבן שוין א פרנסה?

דרך אגב, אינדערהיים פלעגט מען זאגן אז דריי זאכן זוכט א מענטש און וויל עס נישט טרעפן: 1 חמץ ביי בדיקת חמץ, 2 שמוץ אויף אשר יצר פאפיר, 3 א איידעם א תלמוד חכם.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שלום עליכם ראש הישיבה דקאווע שטיבעל, בנשיאות שמעקעדיג בראשות ראשעקאול
קודם כל מאכט שלום מיטן מצב ווייל איך זעה נישט קיין וועג ארויס פון דעים פלאנטע
שנית כל א ישיבה האט אויך זייער אסאך מעלות וואס די האסט נישט אראפ געברענגט אין דיין שיין ארטיקעל
נ.ב. די דריי זאכען וואס מען פלעגט זאגען אין די אלטע היים אז מ'זוכט אין מ'וויל נישט טרעפען האב איך געהערט אביסען א אנדערע גירסא,
1. חמץ ליל בדיקת חמץ. 2. אז מען גייט ארויס אינמיטען די נאכט פאר מען זעצט זיך אנידער טאפט מען אן די גאנצע ברעטל צו זעהן אז סאיז נישט איבער געלאסט געווארן נאס. 3. טאקע א חתן א תלמוד חכם
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך וויל נישט 'חס ושלום' מינערין פון די מעלות וואס מען איז קונה אין עולם הישיבות.
איך בין מעורר אז די one size fits all קען נישט מעהר אהנגיין.
די שאלה איז"
1. ווי אוי מאכט מען די טויש?
2. וויאזוי מאכט מען אז עלטערן אין צוקומפדיגער שווער'ס/שוויגער'ס/ווייבער זאלן עס אהננעמן אפילו לפנים?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ראש ישיבה, האסט גוט ארויסגעברענגט א פראבלעם וואס מיר אלע ווייסן אז די יעצטיגע א. ג. סיסטעם פארמאגט, נאר מיר זענען עס נישט גרייט צו פעיסען ווייל מיר זענען נישט גרייט צו נעמען די נויטיגע שריט. די יסוד הפראבלעם איז שידוכים. די סיסטעם זאגט אז קינדער דארפן הייראטן ביי אכצן ניינצן, און אז מען קען נאר נעמען א חתן היושב בישיבה. אויב וועלן זיין אפאר נחשונים וואס זענען שוין יא גרייט צו טוישן די ישיבה סיסטעם זענען זיי אבער נישט גרייט צו זיין די קרבנות פון די שידוכים סיסטעם. וואס געשעהט איז, אז נאר די וואס האבן נישט קיין ברירות (בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבה) זענען גרייט צו טוישן צו א פאך ישיבה, און דאס מאכט אז די סטעמפעל פון אזעלכע ישיבות זאלן פארשמירט ווערן.

אלזא, דו האסט אזוי שיין אראפ געלייגט די פראבלעם, מיר האפן אז דו האסט א גוטע סיסטעמאטישע סאלושאן וואס זאל קענען אימפלעמענטירט ווערן בהצלחה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

הוגה, איך בעט דיך! נישט קיין סיסטעמאטישן סעלאשען, ווייל דאן הדרא קושיא לדוכתיה!
די סיסטעם דארף ווערן איינמאל פאר אלעמאל אז עס איז נישט דא קיין סיסטעם! יעדער טוט ווי ער פילט ער וועט קענען קומען נענטער צו זיין תכלית דא אויף די וועלט. צו עס איז חתונה האבן ביי די 20 אדער די 25. זיין אין א ישבה ווי מ'לערענט גמרא, הלכה אדער קוויק באקס און מעט.
די סיסטעם מוז זיך סטאפען! זאפארט!
פארשפארט