בלאט 1 פון 2
וקרא שמו בישראל... וועלכע נאמען זאל איך געבן?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 1:53 pm
דורך אפטעמיסט
סאיז מיר געבוירען געווארן א אינגעלע בשטומ"צ און אנשטאט זיך פרייען מיט א רוהיגקייט דריי איך מיך ארום פארלוירן, נישט קענענדיג אויפקומען מיט א שיין פאסיגע נאמען פארן רך הנולד. די ברית איז ממשמש ובא, ואני אנה אני בא.
'נעמען געבן' איז א פראבלעם וואס פלאגט א גרויס חלק פון כלל ישראל. ביי די גוים איז נישט דא אזא פראבלעם וויבאלד סאיז נישט איינגעפירט צו 'דייקא' געבן א נאמען נאך א זיידע, רבי וכדומה, אזוי אויך פרוכטבארען זיי זיך נישט אזוי פיל ווי אונז תורה טרייע אידן און ברויכען סך הכל געבן צוויי (אדער זעלטן אביסל מער) נעמען.
אונז אידעלעך פלאגט אבער דער פראבלעם זייער. ממילא דער ערשטער קינד, נו, הולכין אחר האם. דער צווייטער דריטער און אפילו פערדער איז אויך נישט שווער צו טרעפען זיידעס און באבעס אדער רביס צי ראשעשיבעס נאך וועם צו געבן. אבער וואס טוט מען ווייטער ווען מען לויפט פשוט אויס פון נעמען?! סתם געבן א נאמען א קיין 'נאך וועמען' קען שאטן פאר שידוכים, געבן נאך די אבות הקדושים סטעמפעלט אייך אפ אלס גר. איז וואס ברויך מען טוען? אפשר זאל איך רופן דאס קינד 'פעסימיסט'?!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 2:16 pm
דורך דער (פינטעל) איד
סדא וואס געבן נאך צדיקים וואס די יאר צייט געפאלט און טאג פון געבורט אדער טאג פונעם ברית. אדער אפילו פון פרשה פון די וואך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 2:51 pm
דורך חבקוק הנביא
קודם מזל טוב, דער באשעפער זאל העלפען דאס קינד זאל וואקסען אן ערליכער איד,
לגבי א נאמען, געב א נאמען וואס די האסט ליב, ס'מיז נישט זיין דוקא נאך איינעם, האסט א נאמען וואס געפעלט דיר, געב עס, ס'שאדט נישט פאר שידוכים.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 3:20 pm
דורך אפטעמיסט
ברוכים תהיה, חבקוק.
לגבי דיין הצעה, דו ווייסט דאך יא אז אין אונזערע קרייזן טרעפט מען נישט אז איינער זאל געבן א נאמען אן קיין פארוואס; יעדער גיבט נאך איינעם. גראדע, דו פון אלע דארפן דאס צו וויסען די בעסטע- כמיין, נאך וועמען הייסן די אלע חבקוק'ס אויב נישט נאך אייך, חבקוק הנביא?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 3:30 pm
דורך חבקוק הנביא
איך האב א חבר וואס געבט א נאמען וואס ער וויל, נאכדעם זיכט ער אויף א זיידע,
באמת, פין וואס האסטע מורא, געב וועלכע נאמען די ווילסט אין פארטיג, טאמער איינער פרעגט נאך וועלכע זיידע ענפער אז די קינד איז אליינס די זיידע, קיינער גייט דיר נישט פארשטיינערען, אדער טרעף עפעס א צדיק וואס הייסט אזוי ווי די נאמען וואס די ווילסט געבען אין שוין קענסטע זאגען אז די קינד הייסט נאך אים, פראבלעם געלייזט,
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 3:46 pm
דורך דייטל
געבן נאך זיידע א נאמען זאגט שינאווער רב איז א סגולה פאר אריכות ימים.
חוץ מזה איז עס בכלל מצות כיבוד אב ואם ווייל זיי פרייען זיך אז מ'איז מכבד זייערע עלטערן מיט רופן א נאמען (ווען וועסט זוכה זיין און זיין אן אלטער איד וועסטו פארשטיין די קורת רוח דערפון).
און פון זיידעס לויפט מען נישט אזוי שנעל אויס, דו האסט צוויי זיידעס פיר עלטערזיידעס אכט עלטערעלטערזיידעס זעכצן עלטערעלטערעלטערזיידעס מיט באבעס האלסטו שוין ביי 32, צוזאמען מיט דיין ווייבס זייט האלסטו שוין ביי 64, און דאס איז נאר דריי דורות העכער דיין זיידע...
געווען אויך גוטע אידן וואס ווען מ'האאט זיי געפרעגט האבן זיי געעפנט א חומש און געקוקט פרשת השבוע. די וואך איז דא יעקב מיט די שבטים היבש א גרויסער אויסוואל - ווידעראום איז געווען וואס האבן געזאגט אז פארקערט מ'זאל נישט געבן נאך גאר פריערדיגע נאר נאך לעצטערע צדיקים, ס'א סוגי' ארוכה יעדער לויט זיין דרך .
אז מ'גיבט נאך א זיידע גייט מען נישט Wראנג
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 4:08 pm
דורך אפטעמיסט
כבין סתם אזוי נייגעריג ווען סהאט זיך אנגעהויבען די נעמען געגעבאכטס נאך זיידעס און צדיקים. אין די תורה זעהט מען נישט אזא זאך.
פארוואס גיבט מען נישט קיין נעמען אזוי ווי אמאל, צום ביישפיל, 'סיסעק'- "כי ב-סיסעקשין משיתיהו"?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 8:49 pm
דורך איך אויך
מז"ט!
אויב דו מיט דיין ווייב זענען מסכים צו געבן די נאמען סיסעק אפטימיסט/אפטימיסט סיסעק ווער לאזט דיר נישט?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:37 pm
דורך berlbalaguleh
אפטימיסט: דעיס אליין (אז זו ביסט צוטראגן) ווייזט אז דו האסט נישט דעם ריכטיגן נאמען. אן אפטימיסט איז מלא שמחה און ער האט נישט קיין דאגה אין די וועלט. נאר אזוי ווי דער מצב איז איצט וועט מען דיין זון אויפרופן "יעמוד פעסימיסט בן אפטימיסט". ווען דו געסט איהם אויכעט א נאמען "אפטימיסט", דאמאלס וואלט מען חושד געוועין אז ר'איז א גר. שטעל דיך פאר, "יעמוד אפטימיסט בן אפטימיסט" דאס איז פונקט אזוי ווי מ'זאל זאגן "אברהם בן אברהם".
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 10:44 pm
דורך elter-zeide
בדידי הוא עיבדא, ביי מיין יונגסטן זין ווען כאב עם א נאמען געגעבן האב איך עם געגעבן נאך א איד וואס כאב זייער געוואלט אז מיין א קינד זאל נאך עם הייסען, ביי דע פריריגע קינדער האט זיך עס נישט איינגעגבן, אדער איז געווען א מיידל אדער האט מיין טאטי עדער מאמע געהאט דין קדימא, אבער ביי דעם זין האב איך שוין קיינעם נישט געפרעגט (א חוץ מיין פרוי) דע משפחה האט געהאט טענות אבער איך האב מיך געהאלטן ביי מיינס, וואס זאל איך אייך זאגען? דע משפחה איז ב"ה שטאלץ מיט דעם זין, ק"ה ער איז דער געלאנגענסטער אין דע גאנטצע משפחה, צי וועגן נאמען איז ער אזוי? ווייס איך נישט, אבער געשאט האט עס ב"ה נישט,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:44 am
דורך אפטעמיסט
דייטל האט געשריבן:פון זיידעס לויפט מען נישט אזוי שנעל אויס, דו האסט צוויי זיידעס פיר עלטערזיידעס אכט עלטערעלטערזיידעס זעכצן עלטערעלטערעלטערזיידעס מיט באבעס האלסטו שוין ביי 32, צוזאמען מיט דיין ווייבס זייט האלסטו שוין ביי 64, און דאס איז נאר דריי דורות העכער דיין זיידע...
דאס גופא מאכט טאקע אן דעם פראבלעם. יעדע צווייטע נאמען וואס איך וויל געבן, קען איך נישט ווייל עפעס א זיידע הייסט אזוי. יתכן אז איר זענט פון די עדת המזרח, אבער ביי אונז ווייס הויטיגע פירט מען זיך נישט צו געבן נעמען וואס לעבעדיגע זיידעס טראגן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:48 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:01 am
דורך אפטעמיסט
נישט ממש. נאר די פאר זיידעס הייסען אויך נאך זייערע זיידעס, בלייבט איבער א גאר קליינע אויסוואל פון נעמען. עניוועי, די ברית איז אט אט דא און איך האב נישט מושג פון וואו די ישועה וועט קומען. אנא ה' הושיעה נא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:29 am
דורך berlbalaguleh
אנא ה' הצליחה נא! אנא ה' עננו ביום קראנו!!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 4:55 am
דורך דער (פינטעל) איד
זעהסט אויס אזוי פארלוירן איך האב מורא ביים ברית ווען דע בעל תוקע וועט זאגן ויקרא שמו בישראל וועסטע שרייען אנא ה הושיעה נא און מוועט געבן דעם נאמען יהושע אדער הושע. וויאזוי זאל נאר זיין זאלסטע האבן אסאך נחת
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 9:56 am
דורך אפטעמיסט
כמעט יעדער עצה'ט מיר צו געבן דעם אלעמען באקאנטע 'יואל'. איך וואלט שוין איינגעגאנגן דערויף, אבער איצט קומט מיין בעסערע האלב און טענה'ט אז סוועט זיין שווער ביי שידוכים וויבאלד די דור פריער (ד"ה מיין גענעראציע) איז פארפלייצט מיט 'יואל'ס, און מוועט האבן א הארד טיים מיטן געפונען א שווער וואס הייסט עפעס אנדערש ווי 'יואל'. איזהו חכם הרואה את הנולד.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 11:33 am
דורך דער (פינטעל) איד
איזהו חכם הרואה את הנולד ? וואלט איך נישט גענוצט פאר דיר אז דו האסט נישט געטראכט פון א נאמען דע לעצטע 9 חדשים און זיך דערמאנט ווען סאיז שוין רואה א הולד...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:21 pm
דורך דייטל
דייטל האט געשריבן:געבן נאך זיידע א נאמען זאגט שינאווער רב איז א סגולה פאר אריכות ימים.
אפטעמיסט האט געשריבן:נישט ממש. נאר די פאר זיידעס הייסען אויך נאך זייערע זיידעס, בלייבט איבער א גאר קליינע אויסוואל פון נעמען. עניוועי, די ברית איז אט אט דא און איך האב נישט מושג פון וואו די ישועה וועט קומען. אנא ה' הושיעה נא.
חדא מתורצת בחבירתה, ווייל די זיידעס הייסן נאך זיידעס האבן זיי אריכות נשים.ודו"ק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:22 pm
דורך דייטל
אפטעמיסט האט געשריבן:כמעט יעדער עצה'ט מיר צו געבן דעם אלעמען באקאנטע 'יואל'. איך וואלט שוין איינגעגאנגן דערויף, אבער איצט קומט מיין בעסערע האלב און טענה'ט אז סוועט זיין שווער ביי שידוכים וויבאלד די דור פריער (ד"ה מיין גענעראציע) איז פארפלייצט מיט 'יואל'ס, און מוועט האבן א הארד טיים מיטן געפונען א שווער וואס הייסט עפעס אנדערש ווי 'יואל'. איזהו חכם הרואה את הנולד.
וועט ער נישט זיין א איידעם ביי א סאטמארער.. מה כל הרעש?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:05 pm
דורך איך אויך
עס זענען פארהאן אנטשטענדיגע סאטמארע אויך.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:48 pm
דורך אפטעמיסט
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איזהו חכם הרואה את הנולד ? וואלט איך נישט גענוצט פאר דיר אז דו האסט נישט געטראכט פון א נאמען דע לעצטע 9 חדשים און זיך דערמאנט ווען סאיז שוין רואה א הולד...
כהאב געקלערט אז אפאר זיידעס וועלן שוין זיין אינעם עולם האמת און כוועל האבן א גרעסערע אויסווייל. אדערווייל לעבן זיי און לאכן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:38 pm
דורך [NAMELESS]
how about Mmi She'omroi? might be a good idea. don't you think?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
אז דו הערסט אויף ניצן דעם ניק קען מען טאקע טוען אזוי ווייל מ'געט נישט נאך לעבעדיגע.