בלאט 1 פון 3
כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:24 pm
דורך גוגל-הדור
ברעיקינג – כולל אינגערמאן פאר'חוב'ט זיך $170,000.00 צו באקומען לאטערי נומערן פון א מכשפה.
מארס דעם 30'סטן איז ווי באקאנט געשפילט געווארן די מעגא מיליאנס אויף דעם היסטארישן סכום פון 640 מיליאן דאללער. אין די פאר טעג פאר דעם לאטערי האט געשפילט, דרייט זיך ארום א כולל אינגערמאן נאכנישט פינף יאר נאך די חתונה, און בארגט פון אלע באקאנטע סכומים פון צען טויזענט דאללער מיט אן אויסרייד אז ער דארף געלט צייטווייליק אין זיין באנק קאנטע אלץ באווייז פאר א באנק הלואה. שטעלט זיך אויס אז דער געלט האט גע'פגר'ט.
דער אינגערמאן, לאמיר עם רופן ר' שאול, לערנט אין א היימישער באקאנטער כולל אין באראפארק, און איז עוסק בתורה ויראה און איז באמת אן אויסגערופענע מתמיד. געלערענט האט ער אין ישיבות וואס זענען נישט באקאנט פאר ארויסגעבן תמימים, און ווי ס'שיינט איז ער ביים לערנען טאקע א גרויסע למדן. ברם דא עקא, אז וואס ער לערנט איז ער מקבל מיט אן ערנסטקייט, און ווען ער איז צוגעקומען צום פסוק מעונן ומנחש ומכשף וחבר חבר ושואל אוב וידעוני ודורש אל המתים האט ער עכ"פ אזויפיל פארשטאנען אז די שאלה איז נאר צו מ'מעג, אבער ארבעטן ארבעט דאס זיכער...
א'כלל, שטעלט זיך א אינגערמאן מיט קינדער אין די שטוב וואס זענען באלד מער ווי די יארן וואס ער האט חתונה געהאט, און ער וואונדערט זיך איך יכנס כל הפשתן הזה? מ'מוז דעך מאכן השתדלות? עכ"פ מיט די לאטערי איז דאך שוין ביי די כולל אינגעלייט לאנג אנגענומען אז מיט דעם איז מען יוצא מצות השתדלות און די רעשט איז בלויז בטחון. אבער דאך, א'מרעדט פון אזוין איינמאליגע געלעגנהייט ווי געווינען 640 מיליאן, פארשטייט דעך יעדער בער דעת אז מ'דארף צולייגן עפעס אן השתדלות מער ווי געווענליך.
א'קיצור, ביי דעם אינגערמאן האט זיך דער איבריגע השתדלות אויסגעשטעלט אין פארעם פון זוכן די הילף פון זיינס א באקאנטן, נישט מער נישט ווייניגער נאר א פאלנער מכשפה! דער מכשפה האט שוין מער ווי איינמאל איבערצייגט דעם אינגערמאן אין אירע איבערמענטשליכע כוחות, און יעצט ווען מען רעדט פון אזוין פעטן פישעל, איז געקומען די צייט אויסצונוצן די כוחות פון אט די מכשפה צום צד הקדושה. אזויווי דער אינגערמאן האט נאר זיך אנגעבינדן צום מכשפה, האט זי עם מגלה געווען אז די שליסל פון דעם גרויסן גליקשיסל ליגט נאר ביי די מזלות. אבער, לדאבוננו, די איינציגע וועג צוצוקומען צו דעם שליסל, איז נאר דורך איינצאלן פאר זי א מאה, און אזוי אויך צושטעלן ריין גאלדענע בלעכן פאר דעם אומגעהויערן פרייז פון 70 טויזענט דאללער וואס דאס וועט ארויסשפייען די ריכטיגע נומערן אויסגעשטעלט לויט די אסטראלאגישע מזלות וואס אפילו אידן פאלן דערינטער.
ויהי היום – דער לאטערי שפילט, און ווי ס'שטעלט זיך אויס, איז אדער די גאלד נישט געווען ריין גענוק, אדער די מכשפה נישט שד גענוק, אבער די נומערן זענען געווען א צווייטנס, און די מזל איז פון דעם אינגערמאן אנטרינען.
כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל כעת... איז א משפחה אויף צרות.
אין דעם שוידערליכן געשיכטע האט זיך אריין געלייגט איין מלאך מיכאל און זוכט צו ראטעווען די אינג ווייבעלע מיט אירע עופ'עלעך פון אונטערגאנג פון שווערן אומזוסטן לאסט.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:28 pm
דורך זר זהב
אמת'ע מעשה ?
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:12 am
דורך פראפעסאר שפירא
כ'פארשטיי נישט, די מכשפה האט נישט געגעבען קיין גאראנטי ?
אין בכלל טאמער ווייס זי די נומערען וואלט זי עס נישט אוועק געגעבען אפילו פאר הונדערט מיליאן,
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:47 am
דורך שרייבער
א קשיא אויף א נאר
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:51 am
דורך שלמה_דיין
ה' ישמרנו. הגם אז חזקה על גוגל שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו... איז מיר שווער צו גלייבן די מעשה. אבער אויב איז דער מעשה אמת, איז דאס זיכער נאר אן עונש פאר זיך מטפל זיין מיט זאכן וואס ס'קען זיין אז די תורה אסר'ט.
בעיקר הדבר - ציווישן מענטשן גערעדט, זע איך בכלל נישט די נארישקייט פון דער אינגערמאן. ער האט אריין געלייגט געלט אין א זאך וואס האט זיכער געקענט מצליח זיין מיט מער מעגליכקייט אויף יא ווי אויף נישט בפרט אויב ס'איז איתמחי גברא (נשי) ואיתמחי קמיעי פון דעם מכשפה. מיט איין זאך האט ער זיך יא באנארישט, אז ער האט נישט געזאגט אמת פאר די מלוים. ער האט געקענט פונקט אזוי פארציילן די אמת פאר די מלוים אז ער דארף די געלט אויף צו געווינען די לאטערי, און די מלוים וואלטן זיכער עם פונקט אזוי געגעבן! יעצט אז ער האט נאר פארציילט אז ער דארף עס פאר א קורצע געלט דריידל, קענען זיי אפשר טענה'ן אז אדעתא דהכי וואלטן זיי נישט געבארגט. הגם אז איך האלט נישט אז זיי זענען גערעכט, קענען זיי אבער האבן א דין תורה דערויף.
אין די עצם שאלה פארוואס די מכשפה וואלט נישט פאר זיך אליין פארציילט די נומערן, האט איך אנגעפרעגט ביי א מומחה אין די זאך. יענער טענה'ט אז לכאורה האט זיך דער מכשפה דא באנוצט מיט אסטרולוגיה. די וועג וויאזוי דאס ארבעט האט אסאך צוטוהן מיט די פרטיות'דיגע מזל פון דעם מענטש אויף וועם די מכשפה 'עט זיך מעדיטעיטן, און דורך דעם טוט זי באצוואונגען די לאטערי ארויסצוגעבן די נומערן וואס דער אינגערמאן האט זיך געקליבן. ממילא קומט אויס אז דאס האט א שטארקע ברירה געהאט צו ארבעטן, אבער נאר מיט דעם אינגערמאן, נישט מיט א צווייטן.
בין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:08 am
דורך פריינדליך
שלמה_דיין האט געשריבן:בין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.
איך האב א פארקערטע מיינוג, מען דארף עס נישט אדורוך טיען און מען דארך נישט רעדן דערפון,
א אינגערמאן איז נעבעך אדורוך געפאלען מיט א שטות, מעגליך א עבירה, וואס איז דאס די וועלטס דאגה?
פארוואס פארדינט ער אז ער זאל זיין דא צושמירט? ער האט איינעם דא וויי געטיען? ער האט איינעם דא בא'עוולה'ט? האט ער נישט געונג פראבלעמען אז ער מוז צוקימען צו די בושות פון די סייט? זענענן דען די שרייבער דא אויסגעארבייטע מענטשן זיי מאכען נישט קיין טעותים?
לאזט אפ דעם אינגערמאן! ער האט פון קיינעם דא נישט געבעטן קיין טובה, ער האט קיינעם נישט דא שלעכטס געטיען! און ווער עס פגר'ט צו רעדן פון צרות ישראל, אדער פון דורוכפעלער, זאל אויספאקען זיין אייגענע,
אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:23 am
דורך דבילה
פריינדליך האט געשריבן:שלמה_דיין האט געשריבן:בין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.
איך האב א פארקערטע מיינוג, מען דארף עס נישט אדורוך טיען און מען דארך נישט רעדן דערפון,
א אינגערמאן איז נעבעך אדורוך געפאלען מיט א שטות, מעגליך א עבירה, וואס איז דאס די וועלטס דאגה?
פארוואס פארדינט ער אז ער זאל זיין דא צושמירט? ער האט איינעם דא וויי געטיען? ער האט איינעם דא בא'עוולה'ט? האט ער נישט געונג פראבלעמען אז ער מוז צוקימען צו די בושות פון די סייט? זענענן דען די שרייבער דא אויסגעארבייטע מענטשן זיי מאכען נישט קיין טעותים?
לאזט אפ דעם אינגערמאן! ער האט פון קיינעם דא נישט געבעטן קיין טובה, ער האט קיינעם נישט דא שלעכטס געטיען! און ווער עס פגר'ט צו רעדן פון צרות ישראל, אדער פון דורוכפעלער, זאל אויספאקען זיין אייגענע,
אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,
מיין מיינונג איז פארקערט. איך בין זיכער אז די מעשה איז נישט אמת, און גוגל האט אונז ס"ה צוגעשטעלט א שיינע דראמא זיך דערמיט צו באסמאקעווען. חוץ אויב פריינדליך האט מער פרטים און ווייסט זיכער אז די מעשה איז אמת...
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:12 pm
דורך קרעמער1
יא אמת נישט אמת, עס איז א גרויסע רחמנות אויף אזא יונגערמאן און לדעתי ברויך דער אשכול בלייבן אז מען זאל וויסן שלא תמות כדרך שמת פלוני
ווילאנג מען שרייבט נישט ארויס קיין פערזענליכע פרטים, פארשטייט זיך
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:31 pm
דורך פראפעסאר שפירא
כ'האב א פשוטע עצה, מען זאל זאגען פאר די מכשפה זי זאל צוריק געבען די געלט,
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:32 pm
דורך שמואל הלוי
קרעמער1 האט געשריבן:יא אמת נישט אמת, עס איז א גרויסע רחמנות אויף אזא יונגערמאן און לדעתי ברויך דער אשכול בלייבן אז מען זאל וויסן שלא תמות כדרך שמת פלוני
ווילאנג מען שרייבט נישט ארויס קיין פערזענליכע פרטים, פארשטייט זיך
"שלא תמות כדרך שמת פלוני" איז בכלל נישט שייך דא, ווייל א געווענדליכע נארמאלע מענטש וועט עס עניוועי נישט טוהן.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:32 pm
דורך שמואל הלוי
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:כ'האב א פשוטע עצה, מען זאל זאגען פאר די מכשפה זי זאל צוריק געבען די געלט,
אזא קאפשטיק איז מיר נישט בייגעפאלן

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:29 pm
דורך ברוין
יענקל האסט צוווארפן די בנין.
אויב די חובות האבן נישט מיט די לאטערי איז גאר מעגליך אז ער האט גארנישט מיט די מכשפה. איז דאס א פשוטע אינגערמאן וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין חובות און ער איז גארנישט אנדערש ווי האלב וויליאמסבורג און ב"פ וואס זיצן אין חובות און באצאלן נישט.
די מעשה איז א שיינע נאוועל געשיכטע אז מ'זאל וויסן זיך צו היטן פון מכשפות. אויב שוין אזוי, קען מען צוריק ברענגען די 'וויטש' פון מיסט קאסטן און האבן א פארטיגע מנחם מענדל שטיקל
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:00 pm
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,
ווילאנג קיין פריוואטער נאמען ווערט נישט דערמאנט איז נישט דא קיין שום סיבה צו מעקן אדער שפארן. לאז מיך אייך ציטירן פון די "ווארט צום נייעם מעמבער":
admin האט געשריבן:וויבאלד דער עיקר ציל פון "קאווע שטיבל" איז צו געבן א פלאטפארמע פאר יעדן אינדיווידועלן מענטש פון דעם אידיש-רעדנדן חרדי'שן ציבור און אז אלע זאלן זיך קענען היימיש צונויפשמועסן, אפגעזען די פערזענליכע מיינונגען פון אנדערע מיטגלידער אדער חברי ההנהלה, וועלן מיר נישט פירן קיין אקטיווע צענזור-אקטיוויטעטן. די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהל וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור, און אידישליך אויסגעהאלטן.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:34 pm
דורך איינער
שלמה_דיין האט געשריבן:בעיקר הדבר - ציווישן מענטשן גערעדט, זע איך בכלל נישט די נארישקייט פון דער אינגערמאן
די זעסט נישט די נארישקייט פון דעם אינגערמאן??!!
ער האט אריין געלייגט געלט אין א זאך וואס האט זיכער געקענט מצליח זיין
איך ליין גוט??!!
מיט מער מעגליכקייט אויף יא ווי אויף נישט בפרט אויב ס'איז איתמחי גברא (נשי) ואיתמחי קמיעי פון דעם מכשפה
שטיי אויף....
מיט איין זאך האט ער זיך יא באנארישט, אז ער האט נישט געזאגט אמת פאר די מלוים
איין זאך!?
איך פערזענדליך גלייב נישט די מעשה, אבער די ווייסט וואס, מיט א כולל אינגערמאן קען מען זיך נישט אויסרעכנען.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:01 pm
דורך קרעקער
אויב זי וייסט ווען די נאמבערס וואלט זי עס ווען גענימען פאר זיך
צוייטענס זי איז למעשה זייער ביליג, 170000$ פאר א ביליאן דאלאר לאטערי איז נישט באצאלט
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:18 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין אונטער שאק!!!
איך קען דאס נישט גלייבען. קען נאך איינער באשטעטיגן די מעשה??
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:35 pm
דורך פינטאו
טוען דען נישט די ניגעריער מאכן אזוינע שטיק כסדר? און צומאל מיט קלוגע, נארמאלע, און ארויפגעקוקטע מענטשן? אלא מאי, דאס איז א סקיל וואס די חברה האבן צו קענען פארנארן מענטשן.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:37 pm
דורך ידען
יוש איז דעעיס גוט
גוגל ביזט ריזיק!
נעמען א מעשהלע און עס אזוי באשרייבן..
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
ידען האט געשריבן:יוש איז דעעיס גוט
גוגל ביזט ריזיק!
נעמען א מעשהלע און עס אזוי באשרייבן..
די קענסט די מעשה?? איז עס דא איבערגעטריבען?
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:01 pm
דורך חד גדיא
ס'איז א שרעקליכע מעשה. איך קען די פרטים פון די נאנט. מ'רעדט נישט פון די גרויסע לאטערי. דער אינגערמאן האט שוין לאנג א שייכות מיט א 'סייקיק'. דאס מיינט איינער וואס זעט עתידות. זי האט אים איינגערעדט אז זי קען אים מאכן אליינס זעהן די אייגענע עתידות דורך פארשטיין זיין נשמה. דאס אלעס לויט אסטרולוגיה.
ער האט נעבעך באצאלט נישט נארמאלע סכומים געלט פאר די סייקיק. ער האט צאמגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלערס אין לויף פון בערך א יאהר. אין די צייט האט זי אים געגעבן "שיעורים" ווי אזוי צו קענען אליין מכוון זיין צו די עתידות. לויט איר האט ער געדארפט ווערן א מיליאנער ערגעץ אין די לעצטע וואכן.
ווען אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט איז ער געגאנגען זיך אויסוויינען צו א רב אין בארא פארק. ער האט אים געצווינגען צו דערציילן פאר זיין ווייב. און צעביסלעך איז די מעשה ארויסגערינען.
איך קען דעם אינגערמאן פערזענדליך. ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!! ער האט א שטארקע קאפ און איז א ערנסטע תלמוד חכם. אויך פארשטייט ער גוט א עסק! ס'איז נישט צו גלייבן אז ער האט זיך געקענט אזוי לאזן. פון דעם דארף מען זיך אפלערנען נישט צו בארגן קיין געלט פאר קיינעם אן א ערב. און אז "יעדער" קען אריינפאלן אויב מ'האט נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ!!
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:16 pm
דורך ברוין
יענקל
ארגינעל האב איך פארשטאנען אז מ'ווייסט אז די מעשה איז געשען ביי די לעצטע לאטערי און דו ביסט געקומען זאגן אז דו ווייסט ער איז שוין שולדיג פון פארדעם. אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אז אויב איז די שמועה האלב נישט אמת דאן אפשר איז די מעשה כלל נישט געשטויגן. אבער יעצט ליין איך חד גדיא'ס תגובה און מיין הארץ בלוטיגט פאר א אינגערמאן וואס איך אריין געפאלן אין די נעץ.
אגב, וואס איז 'סייקיק'? א חכמה?
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:26 pm
דורך איינער
חד גדיא האט געשריבן:ס'איז א שרעקליכע מעשה. איך קען די פרטים פון די נאנט. מ'רעדט נישט פון די גרויסע לאטערי. דער אינגערמאן האט שוין לאנג א שייכות מיט א 'סייקיק'. דאס מיינט איינער וואס זעט עתידות. זי האט אים איינגערעדט אז זי קען אים מאכן אליינס זעהן די אייגענע עתידות דורך פארשטיין זיין נשמה. דאס אלעס לויט אסטרולוגיה.
ער האט נעבעך באצאלט נישט נארמאלע סכומים געלט פאר די סייקיק. ער האט צאמגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלערס אין לויף פון בערך א יאהר. אין די צייט האט זי אים געגעבן "שיעורים" ווי אזוי צו קענען אליין מכוון זיין צו די עתידות. לויט איר האט ער געדארפט ווערן א מיליאנער ערגעץ אין די לעצטע וואכן.
ווען אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט איז ער געגאנגען זיך אויסוויינען צו א רב אין בארא פארק. ער האט אים געצווינגען צו דערציילן פאר זיין ווייב. און צעביסלעך איז די מעשה ארויסגערינען.
איך קען דעם אינגערמאן פערזענדליך. ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!! ער האט א שטארקע קאפ און איז א ערנסטע תלמוד חכם. אויך פארשטייט ער גוט א עסק! ס'איז נישט צו גלייבן אז ער האט זיך געקענט אזוי לאזן. פון דעם דארף מען זיך אפלערנען נישט צו בארגן קיין געלט פאר קיינעם אן א ערב. און אז "יעדער" קען אריינפאלן אויב מ'האט נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ!!
איך וואלט דיר אלס געגלייבט א חוץ
ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!!
זעט אויס אונז האמיר אנדערע מעסטער׳ס פאר קלוגשאפט
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 12:30 am
דורך דבילה
ברוין האט געשריבן:אגב, וואס איז 'סייקיק'? א חכמה?
איך בעט דיר גיב דיך אכטונג! ס'איז נישט קיין חכמה - ס'איז פשוט גניבה! אויב זוכסטו מער אינפא אויף די נושאים איז כדאי דו זאלסט גוגל'ען penn & teller. אסאך פון זייערע שטיקלעך זענען אויף יוטוב אויך. ווי זאגט רש"י? שלא תמות כדרך שמת פלוני...