בלאט 1 פון 1

Footsteps צענטע יארטאג

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:22 am
דורך ימי קדם
[justify]איך האב אסאך געטראכט אויב מען קען יא אדער נישט עס באשרייבן, אבער נאכן נאכקוקן אנדערע ארטיקלען דא אין דער פארגאנגענהייט, זעהט נישט אויס עס זאל זיין א פראבלעם.

די באקאנטע ארגאנעזאציע Footsteps, צייכענט יעצט אפ די צענטע יארטאג, מיט א גרויסע פאנדרעיזונג און פארטי.

איך וויל נישט דא אריינגיין אויב זיי זענען בעצם גוט שלעכט, מו דאס צייכענט אפ צען יאר פון עקירת הדת, אדער צען יאר פון העלפן די וואס קענען נישט לעבן אינעם 'סיסטעם' אז זיי זאלן על כל פנים קענען לעבן אינדרויסן (וואס כפי קוצר ידיעתי, איז די צווייטע די ריכטיגע) דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

איך וויל פשוט מיט טיילן די נייעס און די פאקטן, וואס ווי עס זעהט אויס וועט עס זיין מיט די השתתפות פון הונדערטער, ובתוכם א שפאר ביסל היימישע, צו פאר אינטערסאנטקייט, צו ווייל זיי שטיצן עס, צו ווייל זיי האבן מחשבות זרות פון אמאל צו דארפן צוקומען צו זיי.

ביי די ערשטע חלק, די פאנדרעיזינג, וועט מען האנערן, די גרינדערין פון footsteps, מלכי שווארץ, און איינער פון די באורד מעמבערס, ביי די פארטי, וועט אויפטרעטן דער באקאנטער שרייבער, שלום אויסלענדער.

דאס איז כפי קוצר ידיעתי, ואידך זיל גמור.[/justify]