צדיק בא לעיר
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:23 am
כ'האב באמערקט אז אזא זייערע וויכטיגע אשכול וואס מעלדט איין וועלעכע צדיקים, די גרויסע רבי'ס, ורשכבה"ג'ס וואס אונזער דור יתום איז געווארען באשאנקען מיט זיי, אין קומען בפעם לפעם אונז מחזק זיין, לררות צמאונינו, ואחרי שנעתרו לבקשותינו, גייען ארויס פון זייער צייט און זייער אנגעפילטע סדר היום, אלעס כדי אונז משפיע צו זיין מיט א סל מלא גשמיות ורוחניות, זיי קארגען נישט אויף זייערע פרעזענטליכע הוצאות וויפיל אזא נסיעה דארף זיי אפקאסטן זיי לייגען אלעס אוועק אין די זייט לטובתינו בלתי שום פני' ורצון עצמי, נאר מיט בלויז מיט איין ריינעם מטרה לסייע את הזולת.
אלענפאלס, עפען איך א אשכול פאר דער וואס האט נאר א ידיעה איבער א צדק שבא למחנינו, זאל עס דא מעלדן.
ווייל כ'האב מיך פשוט געפילט געשלאגען נאכדעם וואס עס איז געקומען צו מיין באוויסענד אז דער פריעדיגע שב"ק העעל"ט פ' ויצא, איז געוועהן געוועהן הצדיק הקדוש הפועל ישועות דער ווערעצקי'ער רבי פון בני ברק, וואס אויף זיינע מופתים האט נאך קיינער נישט מערער געוועהן, נו ער האט געפירט שולחנו הטהור ביי ר' משה ביילוש אין שטוב, איך וואלט געהערן אהין געגאנגען לחסות תחת צל כנפיו, אין אהיים ברענגען די השפעות, אבער ליידער בין איך ערשט געוואויר געווארען צו שפעט.
על כן נישט ווי דער פריעדיגע שבת וואס כ'האב פארפאסט אזא גרויסע גאסט, וויל איך נישט אז דאס זאל חלילה איבער חזר'ן אין שפעטער חרטה האבען.