בלאט 1 פון 2

קידוש השם פאר א טייערע פרייז!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:37 pm
דורך ראש הישיבה
אויף קול מבשר איז דא אינטעוויאו מיט א מלמד פון קאניטיקעט, וואס האט געמאכטא קידוש השם.
ער פארציילט אז ער האט געקויפט א געניצטע טיש פון אן אינו יהודי, אין ביים אריין ברענגן די טיש אין שטוב האט ער איז געדארפט צונעמן, ווי ער האט געטראפן א זעקל מיט $98.000.00!!! דער איד פארציילט אז היות ער האט געוואוסט אז דער פרערדיגע בעל הבית'טע פונעם טיש איז דער איינציגסטע בעל הבית, האט ער מיט זיין ווייב אפגעמאכט אז זיי גייען מאכן א קידוש השם (ווי עס זעהט אויס אז על פי הלכה איז מען נישט מחוייבף אלץ 'אבידת אחיך- ולא אבידת נכרי) אין עס צוריק געבן. כדי מקיים צו זיין חינוך הבנים און אויסלערנן די מדה פון אמת, האבן זיי מיטגענומען די קינדער, אין צוריק געגעבן די געלט.
ווי עס שטעלט זיך אויס האט די פרוי באקומען די געלט פון א ירושה, אין זי האט עס פארלייגט. דער פרוי האט זיי באדאנקט מיט התפעלות זאגענדיג אז זיי וואלטן עס ווען געקענט האלטן אין קיינער וואלט נישט געוואוסט.

איך וויל פרעגן את חוות דעתכם. 1 האלט איר אז ער האט ריכטיג געטוהן? 2 וואלט איר אויך אזוי געטוהן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:43 pm
דורך קאווע טרינקער
ריכטיג געטוען? ווענדט זיך וועלעכע דיין דו פרעגסט.
צו איך וואלט אזוי געטוען? לכאורה נישט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:04 pm
דורך שעפטל
מעשה ברבי שמעון בן שטח שלקח חמור אחד מישמעאלי אחד הלכו תלמידיו ומצאו בו אבן אחת טובה תלויה לו בצוארו אמרו לו רבי (משלי י, כב): "ברכת ה' היא תעשיר" א"ל ר"ש בן שטח חמור לקחתי אבן טובה לא לקחתי הלך והחזירה לאותו ישמעאלי וקרא עליו אותו ישמעאל ברוך ה' אלהי שמעון בן שטח הוי מאמונתו של בשר ודם אתה יודע אמונתו של הקב"ה שנאמן לשלם לישראל שכר המצות שהן עושין מנין ((שמות יב, יז): "ושמרתם את המצות") [(דברים ז, יא): "ושמרת את המצוה"] אבל מתן שכרן "וְהָיָה עֵקֶב תִּשְׁמְעוּן" בעקב אני פורע לכם:
( דברים רבה · ג · ג)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:06 pm
דורך יוסף מ

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:11 pm
דורך טאמבל סאס
ס'איז א שטארקע זאך.
אבער לאמיר נישט פארגעסן אז די פאזיטיווע פובליסיטי פאר די היימישע אידן וואס וועט ארויסקומען דערפון איז מער ווערט געווען פון דעם סכום. פאר עמיצער וואס ווייסט עס נישט וויאזוי צו נוצן... און דאס איז נאכוואס דער אינגערמאן איז נישט אויפגעוואקסן מסתמא אנטבלויזט צו די אלע טעגליכע נייעסער פון גניבות און רויבערייען איבער די גארער וועלט.
איך מאך אים חלילה נישט אוועק. סתם אינטרעסאנט צו לערנען די סיפור פון יעדן קוק ווינקל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:16 pm
דורך שעפטל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=U9EYqPwAgLk[/youtube]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:58 pm
דורך קינות גירושין
איך האב שוין לאנג געוואלט אונטער שטעלן אזא מין מעשה,
מעג מען זאגען ליגענט כדי צו מאכען אזא קידוש השם?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:59 pm
דורך קאווע טרינקער
נאכן איבערקוקען דעם קליפ קום צו די מסקנה, כרגע, אז עפעס שטימט נישט דא.
ווער פארגעסט 100 אלפים קעש אזוי ביני ובינך?
די ריאקציע פון די פרוי, ווען דער ראביי רופט איר אן, זעהט נישט אויס גענוג דערמאטיש.

און נאך איין פראגעלע, ווער האט מפרסם געווען די מעשה?

אויב קינות'ל מיינט די זעלבע כוונה, ברוך שכיוונתי.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:37 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
קאווע טרינקער האט געשריבן:נאכן איבערקוקען דעם קליפ קום צו די מסקנה, כרגע, אז עפעס שטימט נישט דא.
ווער פארגעסט 100 אלפים קעש אזוי ביני ובינך?
די ריאקציע פון די פרוי, ווען דער ראביי רופט איר אן, זעהט נישט אויס גענוג דערמאטיש.

און נאך איין פראגעלע, ווער האט מפרסם געווען די מעשה?

אויב קינות'ל מיינט די זעלבע כוונה, ברוך שכיוונתי.


די ביסט א עכטע "סעלף העיטעד דזשא"
שוין יא דא א גוט ווארט אויף א איד "שטימט עס עפעס נישט"

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:51 am
דורך געפילטע פיש
די ווידיאו פונעם פאון קאלל איז מסתמא נישט די עכטע ערשטע קאלל, נאר איבערגעשפילט פארן קעמרא.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:33 am
דורך zurich
אינטערסאנט די חברה דארט ביי ווי איי ען זאגן אז זיי וואלטן נישט געקענט ביישטיין די ניסיון,מיר איז שווער איז דעיס בכלל א ניסיון? ווען די מענטש האלט ווען דאס געלט ביי זיך וואלט ער עפעס שלעכטס געטאן איז דען דא א מצוות השבת אבידה ביי גוים אין בפרט ווען זי האט זיך שוין קלאר מייאש געוועין פון דעם

(א ליטווישער קאפ)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:10 am
דורך דייטל
zurich האט געשריבן:אינטערסאנט די חברה דארט ביי ווי איי ען זאגן אז זיי וואלטן נישט געקענט ביישטיין די ניסיון,מיר איז שווער איז דעיס בכלל א ניסיון? ווען די מענטש האלט ווען דאס געלט ביי זיך וואלט ער עפעס שלעכטס געטאן איז דען דא א מצוות השבת אבידה ביי גוים אין בפרט ווען זי האט זיך שוין קלאר מייאש געוועין פון דעם

(א ליטווישער קאפ)

נסיון פון קידוש השם.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 10:11 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:נאכן איבערקוקען דעם קליפ קום צו די מסקנה, כרגע, אז עפעס שטימט נישט דא.
ווער פארגעסט 100 אלפים קעש אזוי ביני ובינך?
די ריאקציע פון די פרוי, ווען דער ראביי רופט איר אן, זעהט נישט אויס גענוג דערמאטיש.

און נאך איין פראגעלע, ווער האט מפרסם געווען די מעשה?


איך האב געהערט די אינטעוויאו אויף קול מבשר פונעם בעל המעשה. ער זאגט אז אין דעסקריפשאן אויפן דעסק איז געשטאנען אז זי האט געקויפט דעם דעסק ביי סטעפלס און זי האט עס אליין צוזאם געשטעלט, און פון דעם האט ער פארשטאנען אז די געלט איז נישט געקומען צו איר דורכן קויפן דעם דעסק פון א דריטן.
ער זאגט טאקע אז זי איז געווען ספיטשלעס ביים הערן די מעשה, און אפשר דערפאר איז עס נישט אזוי דראמאטיש. זי האט אים געזאגט אז זי האט ערגעץ גוט באהאלטן די געלט אין איר הויז אבער זי האט נישט געדענקט וואו, און זי האט געטראכט אז ערגעץ ליגט עס און עס וועט שוין אפיר קומען מיט די צייט (נאך אלץ אינטערעסאנט צו פארגעסן וואו מען האט אוועקגעלייגט אזויפיל געלט, אדם עשוי למשמש בכיסו בכל שעה).
נאך זאגט ער אז די מעשה האט שוין פאסירט מיט א צוויי חדשים צוריק, נאך פאר ראש השנה. נאר ער האט נישט געוואוסט אויב ער זאל עס מפרסם זיין צוליב עניוות און ווייל ער האט נישט געוואלט מאכן קיין פראבלעמען פאר די פרוי, אבער נאכן זיך דורכרעדן מיט זיין רב האט אים יענער געזאגט אז ער זאל דאס יא מפרסם זיין ווייל עס וועט ברענגן א געוואלדיגע קידוש ה', און דערפאר איז ער אליין געגאנגען צו די פרעסע עס מפרסם צו זיין.
נאך אלץ שווער פארוואס עס האט גענומען אזוי לאנג ער זאל ארויסקומען דערמיט. א קשיא אויף א מעשה...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:30 am
דורך berlbalaguleh
zurich האט געשריבן:אינטערסאנט די חברה דארט ביי ווי איי ען זאגן אז זיי וואלטן נישט געקענט ביישטיין די ניסיון,מיר איז שווער איז דעיס בכלל א ניסיון? ווען די מענטש האלט ווען דאס געלט ביי זיך וואלט ער עפעס שלעכטס געטאן איז דען דא א מצוות השבת אבידה ביי גוים אין בפרט ווען זי האט זיך שוין קלאר מייאש געוועין פון דעם

(א ליטווישער קאפ)

טו א טובה. בלייב "צריך". ס'איז שוין דא גענוג ליטוואקעס, ב"ה. בלע"ה. ואלו הם: היימישער ליטוואק: ליטוואק פון בודאפעסט: סתם א ליטוואק. : והעולה על כולם. "לעיקוואוד". אן די אדהער הענד. זאלל זיין נאך א ליטוואק. :lol: :roll:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:45 am
דורך smart
שוין מקען שוין טרעפן קשיות אויף אידעשע קינדער זענען שוין דא ברייטע און האבן שוין וואס צו זאגען!

קאם אן די האלסט טאקע אז ער האט אויפגעמאכט די מעשה?? ועלגכע גוי וואלט מישגעפיעלט?? ער סוינט ווי א טיפיקעל תימיותדיגע ישיבעשע מענטש וואס האט מקיים געווען א מצוה בשלימות און שפעטער האט מען אים צוגערעדט ער זאל עס מפרסם זיין.

(גראדע האלט איך אויך אז די חלק קליפ וואו ער ריפט איר אן איז פאלש פאר צוויי סיבות, איינס ווייל זי סוינט נישט גוט הגם ער זאגט זי איז געווען ספיטשליעס אבער אפילו הכי, צווייטענס ווייל בשעת מעשה האט ער נישט געהאלטען דעס ביים מפרסם זיין ערשט שפעטער האט מען אים צוגערעדט דערצו סוי פארוואס עפעס זאלן ווען געזאלט כאפן א ווידיאוי וואו ער רעדט אויפן טעלעפאון?)

און עטס וואונדערט זיך פארוואס נישט אידען האבן אונז אזוי פיינט ווען אונזער אייגענע האבן אונז פיינט?!?!?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:45 am
דורך smart
בטעות צוויי מאל געשיקט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:14 pm
דורך טאמבל סאס
איך בין נייגעריג צו די אמעריקען פלעג און דער גמרא ליגן שטענדיג אזוי אויפ'ן טיש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:24 pm
דורך ראש הישיבה
איך האב נאכגעקוקט די הלכה.
אין חושן משפט סימן רס"ו סעיף א' שטייט אז איינער געפונט א זאך פון א גוי מותר. וכל המחזיר אבידת עכו"ם הרי זה מחזיק ידי עוברי עבירה.
חז"ל זאגן אז המחזיר אבידה לעכו"ם עליו הכתוב אומר למען ספות הרוה את הצמיאה.
פשטות די טעם איז ווייל מיר זענעו נישט מחזיר אבידה ווייל מיר האבן קוטע ערכים-מידות, נאר מיר טוען עס ווייל כך גזרה חכמתו, אזוי איז די מצוות השם. ווען א איד געבט צוריק אבידת עכו"ם, ווייזט ער אז ער טוהט אז ווייל ער וויל זיין א נייס גיי.
סוף פון יענער סעיף שטייט אז אויב ער וויל מחזיר זיין כדי אז די גוים זאלן זעהן אז אידן זענען נאמנים, הרי זה משובח. (אזויווי די מעשה פון חז"ל וואס איז אובן דערמאנט)
דער איד פארציילט אז ער האט נישט געוואלט נעמן די געלט ווייל עס איז נישט 'אמת'דיג זיינס. והאמת טעה בזה, ווייל אוצר יקר איז שייך פאר אים. על פי הלכה האט ער נישט געטוהן ריכטיג.
אויב וואלט ער געזאגט אז די סיבה וואס ער געבט עס צוריק, ווייל כדי שיאמרו העכו"ם ויפארו שישראל נאמנים, וואלט ער געטוהן על פי הלכה.
ער וואלט געדארפט זיך דורך רעדן מיט א דיין וואס איז באהאווענט אין די הלכות.
דאס איז מיין מיינונג.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:43 pm
דורך berlbalaguleh
ראש הישיבה???!: או קעי. ער וועט איבער שפילן דעם שפיעל.. מ'הייבט אן פון אנהייב. די גוי'טע באקומט איר סקריפט (וואס זי דארף זאגן:). און דער מאחזיר האוויידע האט אויכעט א צעטל? אלעס איז גרייט. די קעמערעס זענען שוין אויך גרייט. טעיק טוו. אוי. עפעס א איד'ל מיט א צופלויגענע בארד און לאנגע פיאות קומט צו לויפן. א נייער חשש (אדער חשיש*) איז אויפגע'קומען. מ'דארף איבער מאכן דעם גאנצן שפיל. אם כן אין לדבר סוף. :roll: :lol:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 8:22 am
דורך קאפשטיק
א באשעפער ביטע געב מיר די נסוין עס וועט זיכער זיין א גרויסער קידוש ה' אויב איך וועל נעמען די געלט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:36 am
דורך קרעקער
דער האט עובר געוועהן אויפען איסור פון לא תחנם מיטען צוריק געבען געלט
אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל כבוד פון זיין אויף די קעמרע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:51 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:דער האט עובר געוועהן אויפען איסור פון לא תחנם מיטען צוריק געבען געלט
אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל כבוד פון זיין אויף די קעמרע

מהאי טעמא געב איך טאקע נישט צוריק ווען איינער געט מיר צופיהל טשעינדזש. אפילו א איד. איך בין דאך א שטיקל בריסקער כידוע. און איך בין חושש (חעישעש) אפשר איז ער מזרע עמלק. ס'איז דא נאך פיל אנדערע מצוות וואס כ'וואלט געדארפט מקיים זיין אויב בין איך חושש אז יענער איז מזרע עמלק. נאר כ'בין חושש אז דער קאורט --וועלכער טוט נישט אנערקענען די בריסקער שיטה, אדער דרך/מהלך-- וועט מיר צופסק'נען א פאר יאר אין קארצער. :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:דער האט עובר געוועהן אויפען איסור פון לא תחנם מיטען צוריק געבען געלט
אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל כבוד פון זיין אויף די קעמרע


ראש הישיבה האט געשריבן:איך האב נאכגעקוקט די הלכה.
סוף פון יענער סעיף שטייט אז אויב ער וויל מחזיר זיין כדי אז די גוים זאלן זעהן אז אידן זענען נאמנים, הרי זה משובח. (אזויווי די מעשה פון חז"ל וואס איז אויבן דערמאנט)