בלאט 1 פון 3
גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:14 am
דורך משה געציל
"אין די יעצטיגע טעג גרייטען זיך תושבי וויליאמסבורג, ארויס צו קומען אין דו מאסען, דעם קומענדיגען דארנעשטיג, אין די זאל פון קאנטענענטיל, למען הצלת מירון, אפצושרייען די ביטערע גזירת הפקעת מירון", אט אזוי האבען זיך געליינט די שירות פון די פלייערס, וואס זענען געווען אויסגעלייגט אין די בתי מדרשים, דעם אט פארלאפענען שבת.
לצערי הגדול, האב איך מיט מיין קליין קעפל נישט אנגעפאנגען פארשטיין מה כל הרעש, לדעתי וואלט מען ווען געדארפט איינרייסען ביי די ממשלה שוין מיט יארען צוריק אז מען זאל איינמאל פאר אלעמאל מאכען סדר דארטען, אנגעקומען זענען זיך אפאר יחידים, און מחליט געווען אז דאס פלאץ איז זייערס, און אזוי ארום אנגעפאנגען מאכען גרויס געלט אויפען פלאץ, מכלומפרש'ט פאר די אלע אסטראנאמישע הוצאות, וואס עס קאסט אויף צוהאלטען דאס פלאץ, קען מיר איינער זאגען פינקטליך וואס פארא חלק נעמט אריין אין זיך די סכומים הנוראים, דו ביכ"ס וואס פלעגן נישט געוואשען ווערען וואו גרויס די יאר איז?, צו גאר די הקדש וואס שטעלט קיינמאל קיין נארמאל שטיקעל עסן נישט צו?
קומט מען מוט א טענה אז עס גייט אויס קוקען פונקט וואו דער כותל, נא! טאקע משם ראיה, קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז שלעכט מיטען כותל?
חלק הרחניות? די גדרי הצניעות ווערן דארט געהאלטען באופן הכי כשר, מיט גענצליך אפגעטיילטע מחיצות, הלוואי זאל די אתרא קדישא געהאלטען ווערען האלב אזוי הייליג וואו דער כותל. האט איר אמאל געזעהן, א פרענקישע פאר פאלק זיך שטעלן מאכען א גריל פארענט פינעם כותל? האט איר אמאל געזעהן, א מתנחליש'ע פאר פאלק אויף שטעלן א טענט ביים שטח הכותל אין זיך לייגען שלאפען?
בנוגע הגשמיות? דער כותל מיט די שטיבלעך ארום, ווערען געהאלטען מיטען גרעסטען מאס נקיות וואו עס פאסט זיך פאר אזא פלאץ, איז נאכנישט געקומען די צייט פאר מירון איינמאל פאראלעמאל געהאלטען צו ווערן בדרך כבוד וואו עס פאסט זיך?, אזא פלאץ דארף נישט צוזיין א מקום וואס יעדער היימלאזער צודרייטער פארשוין געפינט זיך דארט די פלאץ צו נעכטיגען.
איי עס גייט דאך אוועק נעמען די פרנסה פון אפאר אידען, וואס פילען זיך אהן די טאשען פון דעם?, קודם כל אויב דעס איז די פראבלעם, קען מען פאריפען א אסיפה אין קאנטענענטיל, וואו יעדער זאל אהער געבן אפאר דאלער, אין אויפשטעלן א קרן פאר די פאר באטראפענע, והשנית לאמיר זאגען אז דאס וואלט זיך נישט אויס געארבעט, דער עולם איז נאר ווארעם ווען עס קומט אין פארעם פון מחאה, נו ווער זאגט אז די פרנסה פון די פאר באטראפענע, דארף שטיין פאר די אינטערעסע פון האלטען אזא פלאץ וואו עס געברויך, ווער זאגט אז די אינטערעסע פון די פאר יחידים קומט בעפאר די אינטערעסע פון די הונדרעטער טויזענטער אידען וואס געפינען זיך דארטען במשך ל"ג בעומר און א גאנץ יאר?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:14 am
דורך אבי גערעדט
אין וואס טוט זיך מיט די מולטי מיליאן דאלאר טוריזם אין קאבאלאה צענטער וואס די ממשלה פלאנט אויפצושטעלן אויפן ארט, מיטן ציהל צו ציען אהין די ערגסטע פון כלל ישראל אין פון די אומות העולם?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:01 am
דורך משה געציל
האט מען אפילו אמאל פראבירט צו פארהאנדלען מיט די ממשלה, אין מסביר געווען, אז די הונדרעטער טויזענטער חרדים וואס קומען דארט, זענען אסאך א גרעסערע ביזנעס וואו די אפשר צען טויזענט קאבאליסטין?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:57 pm
דורך יידל
אבי גערעדט האט געשריבן:אין וואס טוט זיך מיט די מולטי מיליאן דאלאר טוריזם אין קאבאלאה צענטער וואס די ממשלה פלאנט אויפצושטעלן אויפן ארט, מיטן ציהל צו ציען אהין די ערגסטע פון כלל ישראל אין פון די אומות העולם?
שקר וכזב.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:06 pm
דורך פריינדליך
יידל האט געשריבן:אבי גערעדט האט געשריבן:אין וואס טוט זיך מיט די מולטי מיליאן דאלאר טוריזם אין קאבאלאה צענטער וואס די ממשלה פלאנט אויפצושטעלן אויפן ארט, מיטן ציהל צו ציען אהין די ערגסטע פון כלל ישראל אין פון די אומות העולם?
שקר וכזב.
העלא!
איך גיי נישט רעדן פינעם קאמפיין, אבער די פרט איז אמת, זיי האבן געשריבען די פלאן, כ'האב עס געליינט אויף YNET עס איז נישט סאטמער גענויגט,
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:30 pm
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:העלא!
איך גיי נישט רעדן פינעם קאמפיין, אבער די פרט איז אמת, זיי האבן געשריבען די פלאן, כ'האב עס געליינט אויף YNET עס איז נישט סאטמער גענויגט,
ווילסט מיר אפשר געבן די לינק?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:34 pm
דורך משה געציל
איך האב נארוואס געהערט, אז אין די חרידישע קרייזען קומט פאר פאליטיק בנוגע די א.ג. הצלת מירון, האט איינער אפשר מער דעטאלען?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:04 am
דורך משה רוקח
משה געציל האט געשריבן:איך האב נארוואס געהערט, אז אין די חרידישע קרייזען קומט פאר פאליטיק בנוגע די א.ג. הצלת מירון, האט איינער אפשר מער דעטאלען?
טרעף מיר עפעס אין די חסידישע קרייזן וואו ס'קומט נישט פאר קיין פאליטיק.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:33 am
דורך דענקער
איך פארשטיי נישט, דאס איז דאך די אויפגאבע פון א רעגירונג צו קעיר נעמען פון פאבליק פלעצער, ניין? אפגעזען צו איך האב ליב די רעגירונג אדער אירע פאליסיס.
שטעלט אייך פאר איך בין מחליט אז איך גלייך נישט די אבאמא אדמיניסטראציע, זעץ איך זיך אריין פירן די גרענד סענטראל סטעישאן. עס וועט זיין יו"ט אינדערוואכן מען וועט טיילן אייער קיכל מיט הערינג מיט ח"י ראטל אשר יצר פאפיר...
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:39 am
דורך א איד
עס איז אביסל אנדערש, ווייל דאס האט קיינמאל נישט באלאנגט פאר די רעגירונג.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:11 pm
דורך משה געציל
אויב אזוי קען מען דאך עס צירוק געבן פאר די פאלעסטינער?...
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:14 pm
דורך ציוני
דענקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, דאס איז דאך די אויפגאבע פון א רעגירונג צו קעיר נעמען פון פאבליק פלעצער, ניין? אפגעזען צו איך האב ליב די רעגירונג אדער אירע פאליסיס.
שטעלט אייך פאר איך בין מחליט אז איך גלייך נישט די אבאמא אדמיניסטראציע, זעץ איך זיך אריין פירן די גרענד סענטראל סטעישאן. עס וועט זיין יו"ט אינדערוואכן מען וועט טיילן אייער קיכל מיט הערינג מיט ח"י ראטל אשר יצר פאפיר...
די מעשה דא איז אנדערש, שטעל זיך פאר אז אמריקה איז מחליט אז דער פאפא'ער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ווערט נישט געהאטלן ווי ס'דארף צו זיין, און זיי קומען דאס מפקיע זיין
דאס איז יעצט אין מירון, און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
און חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:29 pm
דורך משה געציל
ציוני האט געשריבן:די מעשה דא איז אנדערש, שטעל זיך פאר אז אמריקה איז מחליט אז דער פאפא'ער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ווערט נישט געהאטלן ווי ס'דארף צו זיין, און זיי קומען דאס מפקיע זיין
דאס איז יעצט אין מירון,.
איך פאנג נישט בכלל אהן צו פארשטיין דעם משל פון פאפא ביהמ"ד,איז דא איינער וואס קען ארויס נעמען פאפירען און אויף ווייזען אז דאס פלאץ געהערט פאר איהם? אוודאי נישט, סא מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
ציוני האט געשריבן: און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
איך וועל דיר מגלה סוד זיין, די לעצטע צוויי יאר נעמט שוין די מדינה קעיר אויף די ריינקייט.
ציוני האט געשריבן:און חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:50 pm
דורך ציוני
?
ציוני האט געשריבן: און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
איך וועל דיר מגלה סוד זיין, די לעצטע צוויי יאר נעמט שוין די מדינה קעיר אויף די ריינקייט.
נישט ממש, די הקדשות זענען נאך בעלי בתים, ס'איז דא א וועדת החמישה צווי אשכנזים צוויי ספרדים, און איין מטעם המדינה, און זיי נעמען קער אויף דעם, ביזדערווייל נאך בחסות ההקדשות
ציוני האט געשריבן:און חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.[/quote]
ע"כ מה שכתב משה געצל, מכאן ואילך דברי ציוני
מ'טאר ח"ו נישט זאגן אזוי, אבער פון די הונדערטער טויזנט'ער חרדים מאכט מען נישט קיין פערטל, וואס מ'קען רח"ל מאכן פון די קאבאליסטים וואס וועלן זיך לאזן קאסטן פאר אלע אטרקציות פלעצער וואס מ'וועט צושטעלן פאר זיי, מכון כושר, בריכה, מלונות, וכו' וכו'.
און בפרט וואס ס'איז נגד החרדים השחורים האלה, איז די מדינה בעד.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 5:53 pm
דורך אלבערט
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז קאבאליסטן? אפשר דארף מען א באזונדערער אשכול.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 7:50 pm
דורך משה געציל
ציוני האט געשריבן:?
ציוני האט געשריבן: און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
איך וועל דיר מגלה סוד זיין, די לעצטע צוויי יאר נעמט שוין די מדינה קעיר אויף די ריינקייט.
נישט ממש, די הקדשות זענען נאך בעלי בתים, ס'איז דא א וועדת החמישה צווי אשכנזים צוויי ספרדים, און איין מטעם המדינה, און זיי נעמען קער אויף דעם, ביזדערווייל נאך בחסות ההקדשות
ציוני האט געשריבן:און חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.
מ'טאר ח"ו נישט זאגן אזוי, אבער פון די הונדערטער טויזנט'ער חרדים מאכט מען נישט קיין פערטל, וואס מ'קען רח"ל מאכן פון די קאבאליסטים וואס וועלן זיך לאזן קאסטן פאר אלע אטרקציות פלעצער וואס מ'וועט צושטעלן פאר זיי, מכון כושר, בריכה, מלונות, וכו' וכו'.
און בפרט וואס ס'איז נגד החרדים השחורים האלה, איז די מדינה בעד.[/quote]
ביטע פארעכט דעם תגובה, מען זאל וויסען וואס איך שרייב און וואס דו שרייבסט. איך קען דאך נישט אזוי רעאגירען, דער עולם וועט אינגאנצען צומושיט ווערן...
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 8:17 pm
דורך משה געציל
אלבערט האט געשריבן:אפשר קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז קאבאליסטן? אפשר דארף מען א באזונדערער אשכול.
דו קאבאלאסטין זענען א גרופע וואס באשטייט פון פרייע אידען און להבדיל גוים, וואס האבען זיך אריינגעלייגט בחכמת הקבלה, און דאס איז זייער עיקר שטודיע.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:19 pm
דורך ציוני
משה געציל האט געשריבן:ציוני האט געשריבן:?
ציוני האט געשריבן: און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
איך וועל דיר מגלה סוד זיין, די לעצטע צוויי יאר נעמט שוין די מדינה קעיר אויף די ריינקייט.
נישט ממש, די הקדשות זענען נאך בעלי בתים, ס'איז דא א וועדת החמישה צווי אשכנזים צוויי ספרדים, און איין מטעם המדינה, און זיי נעמען קער אויף דעם, ביזדערווייל נאך בחסות ההקדשות
ציוני האט געשריבן:און חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.
עד כאן דברי משה געצל, מכאן ואילך דברי ציוני
מ'טאר ח"ו נישט זאגן אזוי, אבער פון די הונדערטער טויזנט'ער חרדים מאכט מען נישט קיין פערטל, וואס מ'קען רח"ל מאכן פון די קאבאליסטים וואס וועלן זיך לאזן קאסטן פאר אלע אטרקציות פלעצער וואס מ'וועט צושטעלן פאר זיי, מכון כושר, בריכה, מלונות, וכו' וכו'.
און בפרט וואס ס'איז נגד החרדים השחורים האלה, איז די מדינה בעד.
ביטע פארעכט דעם תגובה, מען זאל וויסען וואס איך שרייב און וואס דו שרייבסט. איך קען דאך נישט אזוי רעאגירען, דער עולם וועט אינגאנצען צומושיט ווערן...[/quote]
מתוקן כבר,
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:22 pm
דורך ציוני
משה געציל האט געשריבן:אלבערט האט געשריבן:אפשר קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז קאבאליסטן? אפשר דארף מען א באזונדערער אשכול.
דו קאבאלאסטין זענען א גרופע וואס באשטייט פון פרייע אידען און להבדיל גוים, וואס האבען זיך אריינגעלייגט בחכמת הקבלה, און דאס איז זייער עיקר שטודיע.
משה געציל לא לקנטר אבל עיקר חסר מן הספר,
די חברה זענען געמיינע יונגען שפלים ונבזים שקועים בהבלי עולם הזה עד החוטם והמוח ועד בכלל,
און זיי לערנען רח"ל ספרי הקבלה, אזוי ווי להבדיל מ'לערנט כישוף רח"ל,
און זיי פארופן זיך אויפן תנא'ס נאמען, ע"כ ווילן זיי קומען טוהן כל דבר אסור בחסות התנא האלקי זיע"א, און דאס קען אריין ברענגען אסאך געלט פאר די מדינה'ס קאסע, וואס איז יעצט זייער אויסגעטריקנט,
די אלפי חרדים וואס קומען און טיילען אדער נעמען ח"י ראטל פון דעם מאכט נישט די מדינה קיין געלט, אפי' נישט פון צושטעלן די אוטו'לעך ארויף צו פירן די אלטע אידן
אבער די קאבאליסטים זיי וועלן זיך יא לאזן קאסטן רבי רבבות דולארן, פארדעם וויל דאס די מדינה מסדר זיין
און דאס היל"ת ס'טאר נישט פארקומען.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:41 pm
דורך משה געציל
קודם א לייק פארען מתקן זיין, צוריק צום ענין.
די טויזענטער אידען וואס קומען צו פארען יערליך אויף ל"ג בעומר פון אלע מדינות לאזען איבער א שיינע אפותיקי דארט, אויף בויען האטעלן מיט דירות אין מירון וואס זאל זיין געגייגינט פאר חרידישע אידען קען אריינברענגען א שיינע פאר דאלער, כשר'ע געשעפטען אויפען פלאץ קען אויך אסאך אריינברענגען, מיט וואס פונקטליך זענען די חרדים א קלענערע אינקאם? אויף די מיליאנער דאלארען וואס די קאבאליסטין זאגען צו? גלייב מיר מען פארקויפט דער נאמען פון מירון קען דאס גיין פאר שווערע שווערע מעלאנעס, עני טיים אזוי סאך וואו דעי קאבאליסטין זענען גרייט אויסצוגעבן.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:58 pm
דורך ציוני
משה געציל האט געשריבן:קודם א לייק פארען מתקן זיין, צוריק צום ענין.
די טויזענטער אידען וואס קומען צו פארען יערליך אויף ל"ג בעומר פון אלע מדינות לאזען איבער א שיינע אפותיקי דארט, אויף בויען האטעלן מיט דירות אין מירון וואס זאל זיין געגייגינט פאר חרידישע אידען קען אריינברענגען א שיינע פאר דאלער, כשר'ע געשעפטען אויפען פלאץ קען אויך אסאך אריינברענגען, מיט וואס פונקטליך זענען די חרדים א קלענערע אינקאם? אויף די מיליאנער דאלארען וואס די קאבאליסטין זאגען צו? גלייב מיר מען פארקויפט דער נאמען פון מירון קען דאס גיין פאר שווערע שווערע מעלאנעס, עני טיים אזוי סאך וואו דעי קאבאליסטין זענען גרייט אויסצוגעבן.
יכול להיות אז דו ביסט גערעכט, אבער הני מילי בדאיכא, כלומר די ציונים האלטן נישט ביים אויפשטעלן כשר'ע האטעלן, אדער כשר'ע געשעפטן, אויף דעם איז זיי גענוג פיצה רשב"י, (וואס איז גענוג א שאנדע פאר'ן צדיק, אז פיצה רופט זיך אויף זיין נאמען), זיי ווילן ענדערשער אויפבויען א האטעל מיט א מכון כושר, מיט אטרקציות, כפי שהם פירסמו כבר לפני ג' וד' שנים, זיי זיכן בכלל נישט צו צישטעלן פאר די פרייע,
און דער עיקר פראבלעם איז אז הקדש הספרדי והקדש האשכנזי קענען זיך נישט צוזאמען קומען אויף איין טיש, און די קאבאלסיטין זענען איין גרויסע גרופ מיט איין טאטע, און ס'איז בעסער פאר די מדינה צו צישטעלן פאר זיי, ווי פאר די חרדים וואס דער האט א פראבלעם מיט כח הפועל בנפעל, דער צווייטער שרייט מ'טאר נישט נעמען געלט, און דער דריטער פארפירט אז ס'איז נישט כשר, (און אויב זיי בויען דאס וועט דאס מן הסתם טאקע נישט זיין כשר).
כך נראה לי.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:00 am
דורך ציוני
משה געציל האט געשריבן:ציוני האט געשריבן:די מעשה דא איז אנדערש, שטעל זיך פאר אז אמריקה איז מחליט אז דער פאפא'ער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ווערט נישט געהאטלן ווי ס'דארף צו זיין, און זיי קומען דאס מפקיע זיין
דאס איז יעצט אין מירון,.
איך פאנג נישט בכלל אהן צו פארשטיין דעם משל פון פאפא ביהמ"ד,איז דא איינער וואס קען ארויס נעמען פאפירען און אויף ווייזען אז דאס פלאץ געהערט פאר איהם? אוודאי נישט, סא מה ענין שמיטה אצל הר סיני?[quote="ציוני"]
עד כאן הערתך
נאר יעצט באמערקט די הערה,
קודם בויאן האט א פאפיר דאס צו באשטעטיגן כפי שקיבל מאבותיו הק' עד הרוזינ'ער זיע"א, און אויך די וועדות ההקדשות, האבן קאנגערגעשן צעטליך אז דאס פלאץ באלאנגט צו זיי.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:29 am
דורך משה געציל
ציוני האט געשריבן:קודם בויאן האט א פאפיר דאס צו באשטעטיגן כפי שקיבל מאבותיו הק' עד הרוזינ'ער זיע"א,
וואו קומט באיאן אריין דא ווייס איך נישט, איינער וויל צו נעמן דעם זכות הדלקה פון זיי? און אויב יא איז דער בריוו פונעם ריזשינער א כתב מתנה? אינטערעסאנט, איך האב קיינאל נישט געוואסוט אז דער ריזשענער זי"ע האט געהאט אין באזיס אזא הייליג שטיקעל לאנד...
ציוני האט געשריבן: און אויך די וועדות ההקדשות, האבן קאנגערגעשן צעטליך אז דאס פלאץ באלאנגט צו זיי.
ערקלער ביטע פונקטליך וואס עס מיינט קאנגערעגעשן צעטליך, איז דאס בערך אזא דאקומענט וואס פאפא האט אז דאס ביהמ"ד איז זייערס?