בעקעטשע'ס פארמעסט...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2863 מאל

בעקעטשע'ס פארמעסט...

שליחה דורך שעפטל »

כ'האב באקומען פון איינעם פיר בילדער פון רבנים וואס האבן די זעלבע (אדער כמעט די זעלבע) בעקעטשע'ס.... (כ'ווייס נישט די מקור דערפון, און אפשר איז עס אפילו שוין דא...)

קודם איז מיין שאלה, איז דאס ווי מיין סוט ביי דזשי ענד דזשי? מ'גייט אריין אין א ספעציעלע רום און מ'זעהט דארטן די דיזסיינס און מ'פרובירט עס אן? קוקן זיך די רבנים ואדמורים שליט"א למשל אין שפיגל צו זעהן צו זיי קוקן טאקע אויס גוט מיט דעם קאליר צו דיזיין, צו ס'איז נישט עפעס צו רעשיג? צו זיי פארלאזן זיך דארטן אויפן מבין?

נאכדעם, ווער ווייסט די סוד קדושים?
ווען גייט מען מער ליכטיג און ווען מער טינקל?
ווען גייט מיט גאלד און ווען מיט ווייס?
ווער גייט מיט די לאנגע צוויי סטראקעס אויף אראפ, און צוויי אויף די הענט, און ווער גייט נאר ביי די קרוגען און א דיקע אויף די הענט (האדמו"ר מ'בורשטין אויפן דריטן בילד)? וואס איז טאקע פשט אז קרעטשניף (מיט סלעש סיגוט) גייען נאך מיט אזא ריטורן אויף די הענט סטראקעס?
ווער גייט מיט א דינע אבער מעטשי גארטל (האדמו"ר מ'צאנז אויפן דריטן בילד), און ווער גייט מיט א דיקע (האדמו"ר מ...? דער צווייטער רעכטס אויפן ערשטן בילד) ?
און וואס איז דער פשט צו גיין מיט א געהעריגע געשטריקטע שווארצע (האדמורי"ם מ'קראלי וסקולען אינעם ערשטן בילד) צו גאר ווייסע גארטל אויף דעם קאלירטן בעקעטשע?

דאס יא, אלע זענען מקיים דעם ילבש.... ו'וואטעווער...

בעקעטשע 1.jpg
בעקעטשע 1.jpg (103.39 KiB) געזען געווארן 2442 מאל

בעקעטשע 2.jpg
בעקעטשע 2.jpg (104.71 KiB) געזען געווארן 2442 מאל

בעקעטשע 3.jpg
בעקעטשע 3.jpg (102.47 KiB) געזען געווארן 2442 מאל

בעקעטשע 4.jpg
בעקעטשע 4.jpg (88.75 KiB) געזען געווארן 2442 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר