בלאט 1 פון 2

געדאנקען אויף עולם העליון, עולם הבא, גן עדן און גיהנם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:26 pm
דורך הוגה
[justify]עס איז דא א באקאנטע ווערטל, עס גייט בערך אזוי: א איד איז נפטר געווארן און ווי נאר ער האט דורך געטרויטן די טויערן פון הימל האט אים זיך גענומען ווארפן אלע ביינער פאר ציטער, ארכבותיו דא לדא נקשן. קומט א מלאך צו צו אים און פרעגט אים "ר' איד, פארוואס ווארפט איר זיך אזוי?" ענטפערט אים דער איד אז ער ציטערט פארן גיהנם. זאגט אים די מלאך, "איר האט נישט פון וואס מורא צו האבן, איר קומט דאך שוין פון גיהנם". ע"כ.

די מעשה שטימט גוט מיט די notion וואס מען האט אונז געלערנט אלץ קינדער אז די מער יסורים מען האט אויף דער וועלט, אלץ ווייניגער וועט מען כאפן אויף יענער וועלט. אלזא, דער פשוט'ער תהלים איד וואס איז במסירת נפש געפארן צו זיין רבי אין די ביטערע פרעסט און האט געמוזט שטופן די וואגן אין די שווערע בלאטע, מען וועט ארויפלייגן די פערד, וואגן צוזאמען מיט די בלאטע אויפן וואגשאל ביים בית דין של מעלה. און די האלעקאוסט סורווייווער האט א VIP pass גראד אריינצוגיין אין גן עדן. דער בלוטיגער ארימאן וועט מען ארויפלייגן זיינע פארלאטעטע שיך אויף די כף של זכיות, בשעת די גביר וועט מוזן לייגן זיינע גאלדענע קנעפלעך אויף די כף של חובות.

אבער צוריק צום אויבן-דערמאנטע מעשה. ווען איך האב געהערט די מעשה איז מיר אריין א מחשבה'לע אין קאפ, אפשר זעמיר טאקע יעצט אין גיהנם? אדער בעסער, אפשר זעמיר יעצט אויף יענער וועלט (וואטעווער "יענער" מיינט), די אלע וואס ליידן דא קומען אפ אויף די עבירות וואס זיי האבן געטון אונטן, און די אלע וואס האקן א לעבן (ברוחניות פארשטייצעך) ווערן באצאלט פאר אלע גוטס וואס זיי האבן געטון?

איך ווייס אז איר טראכט אז איך בין משוגע. כ'מיין, וועלכע חדר יונגל ווייסט דען נישט אז גיהנם איז א ריזיגע הייסע פייער אזוי ווי א קאלעך אויווען, און פאר גרעסערע רשעים איז דא צואה רותחת, און פאר גאר גרויסע רשעים איז דא כף הקלע. און גן עדן ווייסט דאך א יעדער איינער אז עס איז א ריזיגע היכל התורה, מיט גאר שטארקע ווייסע פלורעסענט לייטס, וואו מען זיצט א גאנצע טאג און מען איז נהנה מזיו השכינה.

יא, א יעדע חדר יונגל ווייסט דאס טאקע, אבער א יעדע ערוואקסענע פארשטייט אז אין עולם העליון איז נישט דא קיין פייער אדער צואה, אויך איז נישט דא קיין גאלדענע שטולן און קיין אויבן אן פאר די גרויסע צדיקים. עס איז אפילו נישט דא קיין וואגשאל, נישט קיין דיגעטאלע און נישט אפילו די אלטמאדישע מיט די צוויי טעלערלעך. אויב איז דאס נישט, דאן וואס יא?

מען קען אריינגיין אין אסאך שפעקולאציעס און הסברים, מען דארף אבער געדענקען אז קיינער איז פון דארט נישט צוריקגעקומען פארציילן וואס עס קומט דארט פאר.

איינס פון די הסברים איז אז די שכר ועונש בעולם העליון וועלן זיין רוחניות'דיגע פיין און הנאה, און די געפילן וועלן זיין בדמיון צו די גשמיות'דיגע געפילן פון פייער, גאלדענע שטולן וכדומה.

אנדערע ערקלערן אז מען וועט פילן כאילו מען מאכט מיט גשמיות'דיגע געפילן פון פיין און תענוגים. און דא קריכט מיין מחשבה'לע צוריק אריין. אפשר געשעהט דאס יעצט צו מיר? אפשר ווער איך יעצט באצאלט פאר אלעס וואס איך האב געטון אויפן עלמא דשיקרא. לדוגמא, איך האב איינמאל בשעת'ן לעבן מחזק ומחיה געווען א צעבראכענע נשמה. צוליב דעם גייט מיין נשמה קריגן שכר אז ס'גייט דמיונ'ן און פילן כאילו מען גיבט איר אסאך לייקס אויף דער ארטיקל? איר האלט אז איך בין משוגע? פרעגטס מיך אפ!

ומדי דברי בו וועל איך אויפברענגען נאך אן ענין וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט. פארוואס האט די אייבערשטער באשאפן שכר ועונש בעולם העליון? די פשוט'ע ענטפער איז כדי אז עס זאל האלטן מענטשן אין line. אויב אזוי איז שווער וואלט דאך נישט געדארפט זיין קיין עכטע גן עדן וגיהנם, ס'וואלט געווען גענוג ווען מען באשאפט א מיטאס פון גן עדן וגיהנם צו האלטן די מענטשן אין line? ועוד, און אפשר איז טאקע אזוי.

איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל דא מיט דער שמועס דא, איך שרייב סך הכל אפ מיינע מחשבות בשעת'ן טראכטן. די נושאים זענען רחבים מני ים, איך האב נאך אסאך צו שרייבן, ועוד חזון. דערווייל, דא האט איר דאס, און טוט מיטן שמועס כטוב בעיניכם.




.[/justify]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:45 pm
דורך קאווע טרינקער
דאס אז קיינער איז נישט געקומען פון "דארט" אונז צו פארציילן וואס "דארט" גייט פאר, איז נישט קיין טענה. והראיה, אונז, דא, בעולם העליון גייען אויך נישט קיינמאל אראפ צום עולם השקר צו פארציילן פאר "זיי" וואס דא ביי אונז קומט פאר.

און בד"וו, ווען גייען אונז באקומען שכר ועונש אויף אונזערע מעשים דאהי אויף יענער וועלט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:58 pm
דורך נהורא נפישא
די רמב"ם בפי' המשניות איז שטארק מגנה די כת וואס נעמט אן די ענין פון שכר ועונש ווי א הנאה אדער יסור גופניות ער שרייבט אז דאס איז א נפשיותדיגער ענין וואס מיר קענען נישט באגרייפן פינקט ווי א בלינדער באגרייפט נישט קיין קאלירן און א סריס באגרייפט נישט תאות המשגל עיי"ש בדבריו הקלורין לעינים
[url http://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/ram ... at-2.htm#1[/url]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 12:24 am
דורך ונבנתה העיר
[left]Hell hath no limits, nor is circumscribed in one self place, for where we are is hell, and where hell is there must we ever be.

--CHRISTOPHER MARLOWE[/left]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 12:33 am
דורך אפטעמיסט
עס זענען גראדע דא היפש אפאר מענטשן וועלכע זענען, לטענתם, געוועהן אויף יענע וועלט און צוריק געקומען אויף די וועלט, נאכן שטארבען א קלינישער טויט. אזאנע חברה זענען דא סיי ביי אונז אידן, סיי ביי די קאטעליקן און אין נאך אסאך אנדערע דתות, עיין ביוטיוב.
איצטער, אסאך שפעקעלירן צי די מענטשן זאגן דעם אמת אדער פאנטאזירן סתם כמיטב דמיונם, אבער איר טייערער הוגה, אז איר קענט קלערן אזויפיל אנדערע זאכן, ביניהם זאכן וואס הערן זיך זינלאז, קענט איר אויך אננעמען אז די פארשוינען זאגן דברים של טעם. איז פארוואס זאגט איר אז "קיינער איז פון דארט נישט צוריקגעקומען דערציילן וואס קומט דארט פאר"?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:06 am
דורך געפילטע פיש
ווייל אויב גלייבן, דארפסטו זיי אלע גלייבן, אבער דאס קאן דאך נישט זיין, אז סיי דער איד טרעפט זיך מיטן מלאך גבריאל, ביים בית דין של מעלה מיט אלע חסידישע רבי'ס אלץ דיינים, מיט א גרויסע וואגשאל, וואו מ'וועגט אפ זיין מסירת נפש פאר נטילת ידים. און סיי דער קאטאליק וואס טרעפט סעינט פיטער ביי די מויערן געמאכט פון פערלשטיין. די צוויי זענען מיוטשואלי עקסקלוסיוו. ממילא אננעמען ביידע מאכט נישט קיין סענס, וועט מען מוזן זאגן אז מ'נעמט נישט אן קיין איינס, ס'נאר פשוט א ניוראלאגישע סימפטום פון די מח פראבירנדיג צו מאכן סענס פון וואס ס'קומט פאר מיטן גוף.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:41 am
דורך שמעקעדיג
און ווידעראמאל, הוגה, הערליך און באלערנד.

לגבי דעם ענין, וועט עס קיינמאל נישט זיין קלאר. צואה רותחת איז זיכער נישט עכטע, כאטש עס ווערט געברענגט כמ"פ אין חז"ל, אנדערע מפרשים טייטשן אויס אז עבירה אויפן עולם העליון איז פיל מיאוס'ער ווי צואה אויף דער וועלט, די צער פון די עבירה איז נישט צום אויסהאלטן, און דאס איז א חלק פון דעם גיהנם. די זעלבע זאך איז אז רשעים ווערן עפר תחת כפות רגלי הצדיקים, קוקט אויכעט אויס ווי א משל. אבער עס איז פאראן פילע סתירות צו די טעאריע, ווי למשל די גמרא פארציילט אונז ווען השי"ת האט באשאפן דעם גיהנם, צו ער"ש צי נאך איידער די וועלט איז באשאפן געווארן. דאס איז קלאר אז עס איז א יצירה, נישט בלויז א הרגש פון צער. און מען זעהט אסאך סיי אין חז"ל און סיי אין שפעטערדיגע ספרים דעם ענין פון גיהנם, סיי 6 חדשים גיהנם של אש און 6 חדשים גיהנם של שלג (בני יששכר לחנוכה - הבעל"ט - רעדט ארום דערפון, לא תירא לביתה משלג, עיי"ש),

נאך אלעם איז וויכטיג צו געדענקען אז די רוחניות'דיגע זאכן קענען מיר באמת נישט פארשטיין מיט אונזערע פליישיגע אויגן, און מעגליך טאקע אז די אלע סיפורים און חז"ל איז נאר כדי צו מצמצם זיין דעם ענין פאר אונזערע קליינע מוחות, אבער דאך דארף מען גלייבן אז הקב"ה איז משלם שכר לשומרי מצוותיו ומעניש לעוברי מצוותיו. עס איז נישט קיין ווערטל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:56 am
דורך ברסלבער
זייער שיין הוגה, יישר כח! דער ענין איז אויך שיין געווארן אויסגעשמועסט דורך לולקע דא עיי"ש.
און באמת די נאנטסטע תענוג צום גן עדן וואס מען קען זעהן אויף די וועלט איז די תענוג פון ביטול היש ווען א מענטש פיהלט מער נישט זיין אנוכיות נאר ער איז אינגאנצן איבערגעגעבן צום אייבערשטן, ער איז אינגאנצן דבוק צום אייבערשטן. און די כלים צוצוקומען דערצו איז די תורה ומצות, ווי די גמרא זאגט, ולדבקה בו, וכי אפשר לדבק בשכינה? אלא הדבק במידותיו. דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה אלס א כלי צוצוקומען צו דביקות בה', און אויף די ריכטיגע וועג קען א מענטש נאך זוכה זיין בחייו צו דעם "עולמך תראה בחייך" ער האט דעם תענוג פון גן עדן אויך אויף די וועלט.

און אגב אן אינטערעסאנט שטיקל ליק"מ (ח"ב, קיט) מענין לענין:
ענה ואמר רבינו, זכרונו לברכה: הנה הכל אומרים, שיש עולם הזה ועולם הבא, והנה עולם הבא אנו מאמינים שיש עולם הבא. אפשר יש גם עולם הזה גם כן באיזה עולם, כי בכאן נראה שהוא הגיהנום, כי כולם מלאים יסורים גדולים תמיד. ואמר שאין נמצא שום עולם הזה כלל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:00 am
דורך מאטי
האט א חכם אמאל געזאגט: אויבן עסט יעדער דער זעלבער סטעיק. פאר איינעם דאכט זיך אז ער זיצט אין פריים גרילל, און פאר א צווייטן אז ער זיצט אין משביע. וזהו סוד נהמא דכיסופא.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 4:18 pm
דורך הוגה
[justify]
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען גייען אונז באקומען שכר ועונש אויף אונזערע מעשים דאהי אויף יענער וועלט?


באקומט מען דען שכר פארן לערנען תורה און טון מצוות אין גן עדן? דאס איז דאך די שכר אליינס!

[tag]נהורא נפישא[/tag], אין אן אנדערע אשכל איז דאך שוין מבואר געווארן אז די רמב״ם האלט אז עס איז בכלל נישט דא קיין שכר ועונש בפועל. וכמו שתמהתי בסוף דברי.

[tag]ברסלבער[/tag], א גרויסע יישר כח פארן מצטט זיין די געוואלדיגע ווערטער פון רבי נחמן. אגב, אין די אנדערע אשכל וואס איינער האט דא צוגעצייכנט ברענגט [tag]לעיקוואד[/tag] גאר ענליכס.

לעיקוואד האט געשריבן: ובאמת שבספר הבהיר פירש/דרש "עולם הבא- שכבר בא", און אזוי אין אסאך חסידישע ספרים רעדן דאס ארום אז גייסטישע תענוגים בעולם הזה איז אליינס דער גן עדן, וכן לאידך גיסא.
[/justify]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 5:47 pm
דורך שמעקעדיג
עס דרייעט זיך מיר אויכעט מחשבות עוורי-נאו-ענד-דהען, ווי אזוי עס וועט אויסקוקן - כאטש במקצת בערך - נאך די 120. מיט יעדן ספר אדער חז"ל וואס איך לערן, ווער איך פארזינקען אין מחשבות און פרוביר צו פארשטיין די סתירות אדער גוזמאות.
צב"ש המפסיק ממשנתו גיבט מען גחלי רתמים... ממש?
רשעים/גנבים גיבט מען צו עסן זאמד..
רשעים גנבים גנב'ענען שניי פון גיהנם של שלג כדי עס זאל נישט זיין צו הייס אינעם הייסן פייער..
הקורא קר"ש כהלכתו מצננין לו גיהנם, עס וועט נישט זיין אזוי הייס (לויט א אויסדרוק פון סאטמאר רב ז"ל, איז עס כמו עירקאנדישאן אין גיהנם).

ווען חז"ל זאגן אונז עליונים למטה (די גרויסע אויבן-אן אידן וועלן זיין אונטן) ותחתונים למעלה, פרוביר איך צו מצייר זיין די צעמישעניש און די אנטוישונג וואס וועט זיך אפטון מיט די איבערגעדרייעכץ.
ביי רוב מענטשן ליגט דאך אויטאמאטיש אין קאפ דער באקאנטער אויסדרוק "בעסער פון מיר איז א פרומאק; ערגער איז א שייגאץ". דער שפיצל מענטש רעכנט זיך צו זעהן די שייטלעך חברה פלאקערן, און די לב טהור חברה טראכטן דאס זעלביגע אויף די קאלירטע טיכלעך פרויען; די קעגנער פון ציונות גלייבן אז אגודה-מזרחי-מדינה לעקער-והמסתעף גייען בראטן; די וומסב"ג אידן ווייסן בלי שום ספק אז די פלעטבושע נידריגע אידן גייען ברענען; און די לעצטע זענען קלאר אז די סאטמאר'ע מאכן א חילול השם, פאר'מיאוס'ן אידישקייט לעיני העולם, און פאר יעדן פראטעסט און פאשקעוויל און נטרונא עד וועלן זיין נענש ווערן לדורי דורות; די עירוב קעגנער גלייבן אז די מחלליה מות יומת טראגער וועלן זיין אין די קאטעגאריע פון תולעתם לא תמות ואשם לא תכבה; ווידעראום די טראגער ווארטן קוים צו זעהן זייערע נאכשרייער און שלעגער באקומען זייער פארדינטע עונש; אלטר משה ג"ב טראכט אין הארצן אז ער מיט זיינע פאר פארקוועטשטע סייקא יונגעאטשעס זענען די אויסדגערוועלטע פון כלל ישראל און פון קיינעם האט ה' נישט קיין נחת רוח נאר פון זיין קאלד-ליין און מעכטיגע מחאות און ער וועט באקומען באצאלט אזא שכר אויף יענע וועלט וואס עין לא ראתה און אלע זיינע שונאים וועלן פלאצן און איינזעהן אז ער איז דער אויף וועמען חז"ל האבן פאראויס געזאגט יראי ה' ימאסו; בעת יעדער נארמאלער מענטש גלייבט אז דער קאקא וועט נאכן טויט ווערן פארשיקט אין א מענטל אינסטיטושען ווייט אוועק פונעם גן עדן;

די בני יואל גלייבן באמונה אז נאר זייערע פאר משפחות גייען אויפן ריכטיגן דרך און די גאנצע וועלט איז זיך טועה, און מיטן אויפקלערן כסדר די וועלט און האקן אויף יעדן ערליכן איד און מאכן חוזק וליצנות פון יעדע דבר שבקדושה אויסער זייער גרעניצן זענען זיי מקיים די מצוה לשון הרע וואס דער חפץ חיים האט געמיינט ווען ער האט געשריבן אז אויף רשעים מעג מען רעדן לשה"ר; און די "עכטע" סאטמארע האלטן אז די גאנצע קליקע זענען נישט מער ווי קרעץ און ווערים און זייער ביהמ"ד איז בלויז א קרעטשמע צו זויפן מיט ליצנות וואס איז א מצוה צו פארשפארן און א מצוה צו גיין אקעגן זיי אין ערכאות, און זיי גייען כאפן פון רבי'ן בזיונות עצומות און משיח וועט נישט ווייזן אויף זיי מיטן פינגער; אברהם לויפער האלט אז חסידי ניקלשבורג איז כת ש"ץ און זיי זענען אויסגעשפיגן פון כלל ישראל און עס איז א מצוה גדולה זיי צו רודפ'ן עד חרמה פונקט ווי די זאלציגע אריזאנע מצות, און ער וועט באקומען שכר פאר אלע רדיפות און קונטרסים; בעת צוקוקער קענען נישט גלייבן אז דער דאראגער לויפער איז אפילו א איד וואס פירט זיך ע"פ תורה און האט בכלל א דין ישראל; דער חסיד האלט מיט א זיכערקייט אז זיין רבי איז באמת דער צדיק הדור און זיינס א ווארט מאכט א רושם אין הימל און פאר יעדע קוש אין האנט וועט ער באקומען א עקסטערע פארציע עולם הבא; און דער צוקוקער פון גאס וואס שמייכלט זיך אונטער פון די קאלירטע בעקישעס - צי אפשר נאר פון יענעם רבי'ן - לאכט אין די פויסטן פון יענעם חסיד שוטה און גלייבט אז יבא יומו ווען ער וועט איינזעהן ער האט בלויז געדינט עבודה זרה; און אזוי האט יעדער איינער זיינע מחשבות און דמיונות אין קאפ, יעדער האלט אז "נאר ער" ווייסט דער ריכטיגן אמת און אלע אויסער אים האבן נעבעך א ביטערן טעות און אלע וועלן ביטער חרטה האבן און נאך די גאולה שלימה - אדער אויף יענע וועלט - וועלן זיי ענדליך איינזעהן דעם אמת...

איך פרוביר זיך אויסצו'משל'ען די אנטוישונג פון די מיליאנען אידן ווען זיי וועלן איינזעהן אלע זאכן אנדערש ווי זיי האבן גע'דמיונ'ט, ה' יראה ללבב, נאר ער ווייסט ווער האט עס געמיינט אמת'דיג, און ווער האט נאר אנגעטון א מאסקע פון פרומקייט און אונטער דעם שלייער פון פרו"ם האבן זיי אפגעטון צרות פאר אנדערע נאר כדי צו זעטיגן זייער בלוט-דארשטיגקייט, מי ומי ההולכים, ווער האט געהיטן די עכטע תורה און ווער האט געמאכט א אישו פון אפאר מנהגים און חומרות און דאס אריינגעפרעגלט א גאנצן לעבן... די 4 ווערטער "עליונים למטה ותחתונים למעלה" זענען זייער פאוערפול, און עס איז שווער זיך צו מצייר זיין ווי אזוי דער מחזה נוראה גייט אויסקוקן און ווי מיליאנען מענטשן וועלן פארברעכן מיט די הענט, און זיך נישט גלייבן צי מען איז טאקע אין עולם האמת אדער אין עולם הדמיון.......... אוי גייט דאס זיין א מצב, אומגלויבליך!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 6:48 pm
דורך הבא ללמד
שמעקעדיג זייער גיט אראפ געלייגט יענעמס מחשבות,אבער איך וואלט געוואלט הערן וואס די טראכסט ווי אזוי גייט דאס אויסזיען?
שטעלס אינז אביסעל אראפ דיינע מחשבות ווי אזוי דע עליונים למטה און דע עליונים למעלה אויסזיען

Re: געדאנקן אויף עולם העליון, עולם הבא, גן עדן און גיהינום

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2020 6:25 pm
דורך מי אני
IMG_6977.jpg

מענין לענין באותו ענין. במשנתו של יצחק אסימאוו.

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2020 8:04 pm
דורך הוגה
מי אני האט געשריבן:
IMG_6977.jpg

מענין לענין באותו ענין. במשנתו של יצחק אסימאוו.


די לעצטע זאץ איז געוואלדיג. :D איך לערן פשט בדרך אפשר אין זיינע ווערטער "drooling dream" אז ער קלערט אז גיהינום עקזיסטירט אין א סימיולאציע. וואו געשעהט דער סימיולאציע? אין די קאפ פונעם חוטא זעלבסט.


.

Re: געדאנקן אויף עולם העליון, עולם הבא, גן עדן און גיהינום

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 6:21 pm
דורך מי אני
IMG_7252.jpg

הרב דר. חיים סאלאווייטשיק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:32 pm
דורך מי אני
הרב דר. טשארלס טוּאטי לערענט אפ פונעם מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״ב פ״ח) אז דער רלב״ג האט געלייקענט אין א ליטעראלען אפטייטש פון ״גיהנום״ אלס א מקום וואו מ׳שטראפט לנצח. דאס גייט לכאורה אין איינקלאנג מיט זיין מהלך איבער השארת הנפש, אין מאמר א, אז דאס איז פשוט דאס התדבקות פונעם נפש צום שכל הפועל לאחר המיתה ווענדענדיג זיך אין וויפיל חכמה וכו׳ מ׳האט קונה געווען בחיים, וואס די חכמה ליגט אינעם שכל הפועל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:42 pm
דורך אישתישבי
עס איז באקאנט די גמרא, יהא רעווא דלא תירתי תרתי גיהנם, אז מען זאל נישט האבן צוויי מאל גיהנם איינמאל אויף דער וועלט, און דערנאך ווען מען קומט ארויף נאכאמאל. פין דער גמרא איז נסתר דער הנחה פין דער פותח האשכול.

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2020 9:49 pm
דורך מי אני
וז"ל של הרלב"ג להלן בסופי"ב:
כי פתיחת פי הארץ יקרה שיהיה בסבת האיר העשני והמתילד בבטן הארץ שתקרה ממנו הוייה דומה לאש ותפתח הארץ במקום ההוא כשארך זמן זאת ההוייה שם כמו שהתבאר בספר האותות ויצא האש מהמקום שתפתח הארץ בו, וזה דבר נקרא גיהנם בלשוננו כמו שהתבאר מענין גיא בן הינום שהוא סמוך לירושלים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 12:28 am
דורך אישתישבי

בסבת האיר העשני


וואס די גיהנם מיינט דאס?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 12:53 am
דורך מי אני
:D

smoky vapor
EFC5BD51-90AB-407E-B4F9-56C93A6B72C6.jpeg

קען זיין אז עס דארף צו זיין ״האויר״ העשני אדער ״האיד״ [מלשון (בראשית ב ו) ״ואד״ יעלה וגו׳] העשני (ס׳איז נישט זייער קלאר).
BBCEB01B-70DF-4CC0-AC5C-51C1F83D69AC.jpeg

נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 11:28 pm
דורך אישתישבי
ווען דער פסוק זאגט שאול, מיינט עס לכאורה דער גיהנם פין דער פייער וואס מען האט געוואוסט געפינט זיך אונטער דער וועלט.

מען האט געהאלטען אז די גוטע גייען ארויף אין הימל, און די שלעכטע אראפ אונטען.

היינט ווען דער וועלט איז וואס מען ווייסט היינט, האט זיך אלעס ארויף גערוקט אויף ארויף.

נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 10:18 am
דורך מי אני
די שטודיע האט געצייגט אז די וואס גלייבן אין גיהנום זענען מער עלול זיך צוריקצוהאלטן פון קריים ווי די וואס גלייבן נישט. (דאס גייט אין איינקלאנג מיט די אנטראפאלאגישע הסברים פארוואס רעליגיע האט זיך בכלל עוואלווד ביי מענטשן, כדי אנצוהאלטן סאציאלע חברותא פון קאָאַפּעראציע און ס׳זאל נישט צאמפאלן ווען איינער פאָפּט אויס דעם צווייטן ווען אנדערע זעהן נישט וכדומה אא״וו.)

מ׳האט אבער נישט געטראפן א פארקערטע קארעלעישאן פון די וואס גלייבן אין גן עדן אז דיי זאלן זיין מער פּראָסאָשׁעל לטוב ווי די וואס גלייבן נישט דערין. דאס האט געהאט א קארעלעישאן מיט העכערע קריים ראטעס. דאס איז מעגליך אלס דעם געדאנק פון תשובה וכפרה וואס איז א שטיקל מקושר דערצו.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:07 pm
דורך מי אני
דוד הום האט געשריבן אין זיין טריִטיִס פון הומען נאטור:
[left]A future state is so far removed from our comprehension, and we have so obscure an idea of the manner in which we shall exist after the dissolution of the body, that all the reasons we can invent, however strong in themselves, and however much assisted by education, are never able with slow imaginations to surmount this difficulty, or bestow a sufficient authority and force on the idea[/left]