בלאט 1 פון 5
כ"ק אדמו"ר מדאבשינא שליט"א
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:35 am
דורך קרעקער
כווינדער מיך פארוואס סנאכנישט דא קיין אשכול איבער דעם נייעם דאבשינער רבי שליט"א
שוין 2 וואכען אין א צוה וואס ער איז געדעקט פול פלעזש אין די פיטשקער מאגאזינען אויף גאנצעטע בלעטער פין זיין קינדס חתונה און הכנסת ס"ת בהשתתפות אלע רבני העיר וואס קומען עם געבען חיזוק
ער אליינטס קוקט אויס ווי א דערהויבענער שרף, זיין פנים איז כמלאך אלוקים און ער טאנץט מיט די הענט ארויף י"ה ו"ו מיט הויות
מיין יונגעל זאגט מיר תמימותדיגערהייט אז סמוז זיין אז ער איז זייער א גרויסע רבי ווייל פין סקלענע רבי איז דא נאר א האלבע פעיזש פיקטשערס אין כל העולם כולו און פונעם דאבשינער איז דא אפאהר בלעטער
איך ווייס אז ער הייסט בראך און ער איז מגזע הקדושים מהעלמעץ ומבאדישעל זי"ע
קען איינער צולייגען מער אינפא איבערען רבין? מופתים? ווען ער איז מקבל קהל?
ביי שלחן הטהור
https://www.youtube.com/watch?v=0nDBD7UY9WYhttps://www.youtube.com/watch?v=Th5YgcOAanohttps://www.youtube.com/watch?v=0nINgmknX9Eמצוה טאנץ
https://www.youtube.com/watch?v=5d3ASYfb2Es
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:06 am
דורך outspoken
דאס איז איז נישט קיין עוולה, אז מ'מאכט אפאר גוטע דיעלס, און מ'ווערט HIGH און מ'געט זיך אויס מיטן שפילן רבי, די פראבלעם איז נאר אז ווען מ'פארלירט די געלט בלייבט מען רבי און מ'פאלט ארויף אויף כלל ישראל.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:28 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
יוש דער רבי איז זיס ווי ציקער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:27 am
דורך קאך_לעפל
אז מען ווערט פון א קברן א רבי, וואס ווערט מען פון א רבי?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:36 pm
דורך Yossi1885
Say what you want he's a really really nice man! :may all Rabbi''s be like him
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:43 pm
דורך מ גפני
דער איז שוין טאקע א גרויסע רבי, ער האט אפילו א גרויסן חסיד וואס האט ספעציעל געעפענט א ניק אויף אים צו קענען פארטיידיגן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:56 pm
דורך אבי גערעדט
לערנטס ענק אפ פון ר' יצחק מרדכי'ן אז נישט קיין חילוק וואס דיין רעקארד איז קענסטו אייביג אויסדרייען דעם דאשיק, און ווערן א קדוש, און געב עס 2 3 יאהר איז ער א גרויסע רבי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 6:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אבי גערעדט האט געשריבן:לערנטס ענק אפ פון ר' יצחק מרדכי'ן אז נישט קיין חילוק וואס דיין רעקארד איז קענסטו אייביג אויסדרייען דעם דאשיק, און ווערן א קדוש,
אזוי ווי רוב רבי'ס היינט האבן געטון
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:47 pm
דורך outspoken
קאך_לעפל האט געשריבן:אז מען ווערט פון א קברן א רבי, וואס ווערט מען פון א רבי?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:11 pm
דורך זלמן זאפיר
outspoken האט געשריבן:דאס איז איז נישט קיין עוולה, אז מ'מאכט אפאר גוטע דיעלס, און מ'ווערט HIGH און מ'געט זיך אויס מיטן שפילן רבי, די פראבלעם איז נאר אז ווען מ'פארלירט די געלט בלייבט מען רבי און מ'פאלט ארויף אויף כלל ישראל.
ליידער איז גאנץ כלל ישראל זיין אינוועטארי
משיח זאל אוודאי פריער קומען
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:46 pm
דורך שעפטל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:49 pm
דורך שעפטל
דער רב הצעיר ביים מצוה טאנץ.... זה הקטן גדול יהי'....
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hhRrrqyI8Ag[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:03 pm
דורך איך אויך
דאס איז שענער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=G7z684J7Gik[/youtube]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 8:42 am
דורך סאשי פיש
די רבי׳ ביים צונדען די מנורה.
[center]
image.jpg
[/center]
[center]
image.jpg
[/center]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:29 am
דורך ממרום שלח אש
דער רבי זז"ג צינדט פון די לינקע זייט זע איך.
דער רבי האט זיך מסתמא טועה געווען אז דאס איז טייטש פון "נר חנוכה בשמאל".
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:36 am
דורך [NAMELESS]
ווי א דאבשינע חסיד וויל איך איבערגעבען מיינע געהויבענע געפילן פון די יום טוב חנוכה. עס איז א געפיל פון ברוך הוא אלוקינו אז מיר האבן זוכה געוועהן צו אונזער הייליגען רבי'ן וואס פירט אונז אויף די הייליגע וועגן. עס איז באקאנט די אלע מאדנע תירוצים וואס אלע גרויסע רבי'ס געבן אויף די בית יוסף'ס קשיא (ר'אהרן: ווייל אזוי וויל איך, רז"ל: ווייל אזוי זאגט משה גבאי וכו' וכו'), ביי אונז אין דאבשינא איז נישט דא די אלע נארישע תירוצים. די רבי שליט"א ענטפערט עס איז דא אכט טעג ווייל אזוי האב איך געזעהן ביים טאט'ן דער הייליגער רבי זי"ע שליט"א.
דאס מיינט מסורה, עהרליכקייט. נאכגיין די וועגן פון אונזערע הייליגע רבי'ס אהן אויפגעקלערטקייט. נאר ווייטער ממשיך זיין די מסורה עד ביאת המשיח ומלכינו בראשינו.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:42 am
דורך מ גפני
ראשעקאל האט געשריבן:ווי א דאבשינע חסיד וויל איך איבערגעבען מיינע געהויבענע געפילן פון די יום טוב חנוכה. עס איז א געפיל פון ברוך הוא אלוקינו אז מיר האבן זוכה געוועהן צו אונזער הייליגען רבי'ן וואס פירט אונז אויף די הייליגע וועגן. עס איז באקאנט די אלע מאדנע תירוצים וואס אלע גרויסע רבי'ס געבן אויף די בית יוסף'ס קשיא (ר'אהרן: ווייל אזוי וויל איך, רז"ל: ווייל אזוי זאגט משה גבאי וכו' וכו'), ביי אונז אין דאבשינא איז נישט דא די אלע נארישע תירוצים. די רבי שליט"א ענטפערט עס איז דא אכט טעג ווייל אזוי האב איך געזעהן ביים טאט'ן דער הייליגער רבי זי"ע שליט"א.
דאס מיינט מסורה, עהרליכקייט. נאכגיין די וועגן פון אונזערע הייליגע רבי'ס אהן אויפגעקלערטקייט. נאר ווייטער ממשיך זיין די מסורה עד ביאת המשיח ומלכינו בראשינו.
דאס אויסגעדינטע שטריימעל איז טאקע אויך מסורה וואס די עלטערן האבן געטראגן יארן צוריק
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:48 am
דורך יאכנע
סאשי פיש האט געשריבן:די רבי׳ ביים צונדען די מנורה.
[center]
image.jpg
[/center]
[center]
image.jpg
[/center]
יא, אזוי האט דאס אויסגעזעען, אמאל אין דער אלטער היים
ביז אפאר יאר וועט איר זען אידען אנגעטוען בבגדי צבעונים, איינגעהילט אין ברייטע בעק עטרות, איינגעפעלצט מיט בערען, מיט א ערנסקייט אויסגעגאסען אויף די פנים, און זיי וועלען יעדער פון זיי עקסטער שרייען "איך בין דער עכטער דאבשינער רבי!" דער זיידע ז"ל האט דאס "נאר" איבערגעגעבן דעם "טאטען ז"ל" און דער "טאטע ז"ל" האט נאר מיר געמיינט...
מ'וועט עם פרעגען "פארוואס גייסטי מיט די קאלירפול שמאטעס"? וועט ער זאגען "די אמת, אז איך דארף עס נישט! נאר דער זיידע האט געשריבען צוואה, איך ברויך עס נישט! ממש נישט! וואס זאל מען דען טאן? דער הייליגער ערשטער רבי האט אזוי בעפאוילען"
ס'וועט זיין רעשיגע צעטליך פאר טיי אווענטס "שטיצט דעם בנש"ק"
און ווען איינער וועט שרייבען אין קאווע שטיבעל אז זייער זיידע דער מייסד השולשלת הקודש איז גאר געוועזען א קברן, וועלען זיי עס אפלייקענען, שרייענדיג אז די "שונאים" האבען דאס מפרסם געוועזען, "שקר" "בלאף",
הערט אייך צי א סוד: און אט אזוי האבען זיך רוב הויפען און דינאסטיעס געגרינדערט,
דער שניידער, דער מקוה איד, דער בעל עגלה, דער גבאי, דער פאסטוך, דער קברן, דער שמש, דער אדמיניסטרעיטאר, און אזוי ווייטער איז איין טאג אויפגעשטאנען און באשלאסען אז זיי גייען "מאכען שבת פאר זיך"
און פון דארט שטאמט די מכת צפרדע וואס מיר ליידען עד היום הזה
זכותם הגדול זאל אונז בעהיטען פון אלע אייניקלעך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:50 am
דורך יאכנע
ממרום שלח אש האט געשריבן:דער רבי זז"ג צינדט פון די לינקע זייט זע איך.
דער רבי האט זיך מסתמא טועה געווען אז דאס איז טייטש פון "נר חנוכה בשמאל".
נו! מוחה! אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות, נישטאמאל מעג מען טראכטען, המהרר אחרי רבו רח"ל!
דער רבי וועט אונז פירען קייגען משיח, און אלע רבי'ס וועלען זיך נאכשלעפען נאכ'ן צדיק הדור
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:33 pm
דורך שעפטל
נעעעעבעך
דעצאל!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:06 pm
דורך שמעקעדיג
ממרום שלח אש האט געשריבן:דער רבי זז"ג צינדט פון די לינקע זייט זע איך.
דער רבי האט זיך מסתמא טועה געווען אז דאס איז טייטש פון "נר חנוכה בשמאל".
כנראה די בילד איז געכאפט פון א שפיגל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'האט שוין אסאך פעדערן געפליקט, און ימ'ן פון טינט געטריקענט צו באשרייבן דעם געהויבענעם צדיק, אבער קען מיר איינער פאר א שווארץ יאר זאגן אביסל אינפא איבער דעם מענטש וואס געפינט זיך אינטערען פאזשאמא בעקיטשע?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 5:02 pm
דורך לך לך
די שטריימל פיקטשער מאכט אַן אמאליגע רבניש'ע געשטאלט אזש מקען אויסגיין פון פחד פאר יראת הצדיק
