קוטשמאס!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 8:20 pm
די זומער איז זיך שוין געגאנגען, און די עולם מאכט שלום מיט'ן מצב אז סאיז ווינטער אויף די וועלט. די המון עם טוט זיך אן די מאנטלען און די אויערן שיצער, און מען שפאנט איין די געווער צו קענען קעמפן קעגן די בייזוויליגע ווינטען וואס בוזשעווען אויף די גאסן און זענען אומשטאנד צו אפקילן יעדער גאטספארכטיג איד (איך מיין נישט דא דעם אינטערנעט אדער אן אנדערע פירצה, איך רעד פונעם ארגינעלער 'קעלט' און 'ווינטען').
אלס פיין און וואויל, אבער?
ווי אן ערליכער איד ווייסט דארף מען אלס זיכן די שלעכטס פון אלעם; איז יגעתי ומצאתי תאמין.
סאיז דא א געפערליכען הפקירות מיט'ן ענין פון שתי כיסוים, און מיט דעם מיין איך די נגע און מכה וואס רופט זיך 'קוטשמאס'. די עצם ווארט 'קוטשמא' ענדעלט צו די ווארט 'קרעטשמע' וואס באדייט א בית וועד לאויבער-חכמים און דאס אליין וואלט געדארפט אנצינדען א רויטען לעמפל און ציען פאשקעווילן און קאלקוירעס. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט.
וואס איז אבער מיטן שם לשון ומלבוש? ווי קומט צו חסידישע אינגערלייט אראפ צו ווארפן פון זיך דעם קרוין און טראגן אויפן קאפ גויאישע קליידונג? און קומט מיר נישט פארדרייען א קאפ אז 'קוטשמאס' זענען נאך געטראגן געווארן דורך אונזערע עלטער זיידעס און אירופא, ווייל איך קען אייך ענטפערן, 'דאטשיקלעך' יוכיח. דאטשיקלעך זענען אויך געוועהן א נארמאלע זאך בימים ההם און איז היינט אסור בתכלית האיסור. מען קען נישט, און מען טאר ח"ו זיך נישט פארגלייכן צו די פריערדיגע דורות. קומט מיר אויך נישט טענה'ן אז סאיז פיקוח נפש צוליב די קעלט, נומער איינס זעה איך נישט וויאזוי א קוטשמא ווארעמט אן; נומער צוויי, מזעהט נישט קיין איין ערליכער איד גיין דערמיט אלא מאי מיז זיין אז סאיז איכא דרכא אחרינא.
וואו זענען די מקנאי קנאות השם??? איז די פירצה פון 'קוטשמאס' א בן חורג???