בלאט 1 פון 1

ווען אין (אידישע) ברוקלין טוה ווי די ברוקלינער

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:34 pm
דורך מלא וגדוש
פיינט האבן א איד איז דאך א גרויסע נבירה, אנרייצן יענעם זאל דיר פיינט האבן גייט אריין אינעם לאו פון ולפני עור. כ'קאן נישט דערליידן ווען אידן פירן זיך אויף ראדיקאל אנדערש פון וויאזוי ס'איז אנגענומען אין זייער פלאץ מקום מושבו, דער דרייט זיך ארום און מיינט אז ער וויכטיגער און גרעסער פון יעדן והא ראיה ער טוט וויאזוי ער וויל אפילו א צווייטער וואס זעט דאס קען זיך דאכטן אז דאס וואס ער טוט אדער טראגט אויף זיך איז מאדנע און אינטערעסאנט.

דאס זיך נישט וויסענדיג מאכן פון אזא חשש ווייזט אויף א שרעקליכן גאות מצד דעם "אנדערש איד", גאות איז א עקעלדיגע מידה און דאס איז די רעסעפט וואס רעגט אויף נארמאלע מענטשן.

וויל איך דא אויסשרייען צו די עטליכע פאני אידן וואס טראגן שבת א שטריימל וואס דערפון קומט ארויס עפעס אזא מאדנע שווארצע קאפל שפיץ, וואס פעלט דאס אויס. נעמטס עס אראפ ווייל ס'נישט שיין און קיינער גייט נישט אזוי. אויב וועט איר זאגן אז דיין חסידות אין ארץ ישראל גייט אזוי, סארי דו ביזט דא אין ברוקלין קוים א מנין אידן גייען ווי דיר. אין ברוקלין טו ווי דער ברוקלינער קויף דיר א נארמאלער שטריימעל אזוי ווי יעדער נארמאלער מענטש. ווער מיינט עטס עטס זענץ? פעכי
images (3).jpg

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:47 pm
דורך elter-zeide
פיינט האבן א איד איז דאך א גרויסע נבירה, אנרייצן יענעם זאל דיר פיינט האבן גייט אריין אינעם לאו פון ולפני עור, Quote

וואס רייצטי אהן יודען אויף דעם לבוש, עס געפעלט דיר נישט? קיק נישט, וואס פארפירסטע אזוי?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:49 pm
דורך מלא וגדוש
זיין עגא רעגט אויף, נישט דאס המן טאש שטריימעל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:52 pm
דורך elter-zeide
מלא וגדוש האט געשריבן:זיין עגא רעגט אויף, נישט דאס המן טאש שטריימעל


פאר 45 יאר צריק האט דיין שטריימעל זייער אופגערעגט יודען,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:57 pm
דורך מלא וגדוש
די וויזיע 45 יאר צוריק איז געווען אז יעדער גייט אזוי גיין עווענטועל. דער האט נישט קיין וויזיע, ער וויל אזוי גיין אפילו ער איז אליינס אויף דער וועלט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:12 pm
דורך משה געציל
אמ"ג.
ווען אין (גוישיע) ברוקלין טוה ווי די ברוקלינער.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:24 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער האט א שטיקל פוינט ווי נישט ווי , דאס ווערטעל איז באמת א חז"ל אז מ'זאל זיך נישט פירן אנדערש ווי יעדן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:35 pm
דורך מלא וגדוש
משה געציל האט געשריבן:אמ"ג.
ווען אין (גוישיע) ברוקלין טוה ווי די ברוקלינער.

עפן א אנדערע אשכול פאר דיין ברוקלין

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
ער טוט דיר אזוי וויי?

images (4).jpg

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
מלא וגדוש האט געשריבן:זיין עגא רעגט אויף, נישט דאס המן טאש שטריימעל

איך קוק אן די מענטשן מיט אדמירעישן (יעצט פארשטיי איך פשט. אדמו"ר איז פון לשון אדמירעישן). זיי האבן קוראזש און דערשרעקן זיך נישט אז מ'וועט לאכן פון זיי. ווען איך זאל ארויסגיין מיט אזא שטריימל אויפ'ן גאס וואלט מען מיר נישט געזאגט "גוט שבת". נאר א גוט'ן פורים. :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:22 pm
דורך מלא וגדוש
berlbalaguleh האט געשריבן:
מלא וגדוש האט געשריבן:זיין עגא רעגט אויף, נישט דאס המן טאש שטריימעל

איך קוק אן די מענטשן מיט אדמירעישן (יעצט פארשטיי איך פשט. אדמו"ר איז פון לשון אדמירעישן). זיי האבן קוראזש און דערשרעקן זיך נישט אז מ'וועט לאכן פון זיי. ווען איך זאל ארויסגיין מיט אזא שטריימל אויפ'ן גאס וואלט מען מיר נישט געזאגט "גוט שבת". נאר א גוט'ן פורים. :lol: :roll:

דאס איז ווייל דו האסט נישט א גבאי מיט א משמש מיט א הויז בחור אלע אונטער דיר רעדי צו פארלענדן דעם ''גוטן פורים'' גריסער :roll: :P :?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:07 pm
דורך פרישער
מלא וגדיש, איך פארשטיי נישט, דו פרעיגסט חלילה א קשיא אויף א רבי, דעיס איז דאך א גרויסע נבירה, ער פארשטייט אז משיח איז נאך נישט דא ווייל מיר פארפעלשעווען דעים שטריימל, אילמלי מיר וואלטן געגאנגען מיט זיין סארט שטריימל שתי שבתות, וואלט שוין געוועין עולם התיקון.

ער גייט אזוי ווייל זיין טאטע גייט אזוי דור דורות ביז ראפשיץ, אזוי האבן זיי מקובל, ועוד, ווען ער גייט וועין מיט א ברוקלינער שטריימל וואלט דאך קיינער נישט געוויסט פון אים, איז דאס דען יושר.