בלאט 1 פון 3

נחום ראזענבערג, סטאפ צי באשמוצען כלל ישראל !

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:38 pm
דורך חזקיהו המלך
נחום טייערער, ווילאנג די האסט געהאט א האט ליין און גערעדט פין דיינע אישוס, איז מיר עס נישט אנגעגאנגען, נאך אלעם איז דא געוויסע זאכען וואס דארפען קעיר גענומען ווערען, אין חאטשיג מאנכע טענה'ן אז ס'וואלט געדארפט קעיר גענומען ווערען אויף א אנדערען אופן, אבער שוין, למעשה האסטו געטוהן דערין, אין קיינער לייקענט נישט אז ס'געווארען א איבערקערעניש איבער דעם נושא אין די היימישע קרייזען,

אבער דאס איז ווילאנג די האסט עס געהאלטען אין געוויסע גבולים, אבער דאס גיין אין באשמוצען אלע חסידישע קהילות פאר די גויאישע פרעסע, דאס איז א עון בלתי יכופר, דאס איז א gang rape אויף כלל ישראל, די פירסט זיך אויף פונקט ווי געוויסע רבנים וועם די קריטיקירסט, די טוסט זאכען אליינס אן זיך אדורעך רעדען מיט קיינעם, פונקט ווי געוויסע רבנים אויף וועם די האקסט, פונקט ווי געוויסע רבנים מיינען אז ווייל זיי האבען אביסעל power קענען זיי שוין טוהן וואס זיי ווילען אין פייפען אויף יעדעם, די זעלבע זאך די, די טוסט וואס די ווילסט, אזש זיך נישט צירוק האלטען צי אויסטוהן אידען נאקעט לעיני העמים,

כ'בין ממש שאקירט ווי ווייט די ערלויבסט דיר צי גיין, למעשה ווייסט יעדער אז די האסט פערזענליכע נגיעות, די ביסט ברוגז אויף די וואס האבען אונטערגעשריבען דעם קול קורא, אין די האסט א רעכט צי זיין ברוגז, אבער למעשה טוט די נגיעות פארבלענדען דיין שכל הישר, וויזוי קענסטע מאכען אזאלכע באשליסען אליינס צי גיין אין באשמוצען גאנצע קהילות פאר די חטאים פין יחידים, די זעלבע טענות וואס די האסט צי די דאזיגע וואס האבען דיר באהאנדעלט מיט אומרעכט, די זעלבע טענות האבען צענדליגער קהילות צי דיר, ווילסט נקמה נעמען דאן נעם נקמה אין די וואס האבען די בעוול'ט, פארוואס נעמסטע נקמה אין גאנץ כלל ישראל,

ס'דא נאך וועגען צי טוהן זאכען ווי גיין אין באשמוצען גאנצע קהילות אידען מיט נידערטרעכטיגע שמוציגע בלוט בילבולים, דער גוי וואס ליינט עס פארשטייט אפילו נישט וואס א מקוה מיינט, ער קוקט עס אן אסאך ערגער ווי עס איז למעשה, קיינער זאגט נישט אז ס'וואלט נישט געמעגט זיין געוויסע תיקונים אין מקוה'ס, אבער די וועג ווי די גייסט איז נאך ערגער פין וואס די ווילסט באהאנדלען, ס'איז א gang rape אויף כלל ישראל, נחום, סטאפ, סטאפ, אז די ווילסט עפען נאך 6 האטליינס, אבער גיי נישט באשמוצען אידען ביי די גוים, ס'איז א עון בלתי יכופר,

ס'קוקט אויס ממש ווי א ארטיקל אין "דער שטירמער", פארוואס דארפסטו זיך אנשליסען אין די מלאכי חבלה צי פארשעמען, טשעפענען אין וויי טוהן כלל ישראל, דיין האטליין איז גענוג גוט, ס'פעלט נישט אויס זאלסט גיין צי די בני עשו, אונזערע טראדיציאנאלע פיינט, אין זיי געבען שטאף צי באשמוצען ערליכע אידען,

אזוי ווי די ווייסט אז אפילו נאכען אזוי געריפענעם איסור אויף דיין האט ליין, זענען געווען זייער אסאך וואס האבען געהאלטען אז די רעדסט פין לעגיטימע נושאים, אבער יעצט לייגסטו זיך אריין אין איין חבורה מיט אזאלכע ווי "דער שטורמער" אין אנדערע שונאי ישראל, ס'מאכט דיר פארלירען דיין לעגיטימיטעט אפילו דארט ווי די האסט עס נאך געהאט, ס'אומדערהערט אזאנס צי טוהן, כ'האף אז די וועסט אנערקענען אין דיין געפערליכען טעות, נחום, חזור בך, הער אויף צי נקמה נעמען אין כלל ישראל, האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף ??!!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:55 pm
דורך היימישער ליטוואק
עס איז פאראן א וועב-זייטל גשריבן דורך א גפערליכער אנטיסעמייט, וואו ער נעמט צוזאם פון אלע נייעס רעפארטס פון די וועלט וואו עס איז נאר דא עפעס איין אומגינסטיגן באריכט פון א יידישע פארברעכן פון יעדע סארט.
איך ציטער אז ער זאל אנטרעפן נחום'ס בלאג.
דער מענטש איז אין א גוויסן סענס א מסור און א רודף פון כלל ישראל.
איך האב נישט קיין עצה. חוץ תפילה און מוסיף זיין התמדה בתורה און שמירת הלשון.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך וואונדער זיך, ווי דער חפץ חיים האט זיך גוואונדערט ווען יענער האט מצער גווען אן אלמנה מיט קינדער, וואס דער סוף וועט זיין מיט אים. ה' ירחם.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:עס איז פאראן א וועב-זייטל גשריבן דורך א גפערליכער אנטיסעמייט, וואו ער נעמט צוזאם פון אלע נייעס רעפארטס פון די וועלט וואו עס איז נאר דא עפעס איין אומגינסטיגן באריכט פון א יידישע פארברעכן פון יעדע סארט.
איך ציטער אז ער זאל אנטרעפן נחום'ס בלאג.
דער מענטש איז אין א גוויסן סענס א מסור און א רודף פון כלל ישראל.
איך האב נישט קיין עצה. חוץ תפילה און מוסיף זיין התמדה בתורה און שמירת הלשון.

היימישער: אויב ס'איז דער וועם איך מיין. זיין ועבסייט הייסט "דזשודישיעל אינק. דאט אורג". איך בין חושד אז דער איז א קראנקער "איד". זיינע השערות און בויך סברות זענען אזוי קאמיש אז כ'האבמיך געווארפן פאר געלעכטער איעדעס מאל ווען כ'בין אריין געגאנגען אין זיין סייט. ער (דער קראנער זכור) : טענה'ט אז אלע פאליטישע און מיליטערישע פיהרערס ביי די צווייטע וועלט מלחמה זענען געווען אידן. אנגעהויבן פון פרענקלין רוזוועלט און גענעראל אייזנהאוער און טשוירטשיל און סטאלין. אבער. לעניננו. ס'איז גענוג אז דער שלאנג נחום גייט צו די גוי'אישע מידיא און באשמוצט כלל ישראל, כאילו א יעדער ערליכער איד איז א מאלעסטער. און ער איז דער קדוש וטהור. איך האב שוין עטליכע מאל דערמאנט אז צווישן זיינע חברים, די אזויגערופענע "טשילדרענ'ס עדוואקעיטס" איז פאראן איינער וועלכער איז א שפל שבשפלים (אן אריינגיין אין פרטים) . ס'איז ווי גלייך דזשאן גאטטי סר. וואלט געווארן דער ממונה איבער געזעץ און ארדנונג. :evil: :roll: :twisted:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:18 pm
דורך פרישער
ווי אזוי קען זיין אז קיינער קימט נישט ארויס און דו עפענטליכקייט קעיגן אים, יעדער לויפט אינדע לעכער פון מייז, אלע רבנים וואס נעמען זיך אן פאר דו תורה, לאזן אים שימפן אויפ כלל ישראל, יעדער איז ביזי מיט מיינע נסיונות מיטן אינטער נעהטא, אבער ווען איין נסיון פון לא תגירו מפני איש, פאלן דו רבנים דורך, זיי שטייען עס נישט ביי, אוודאי האט דער רבי מיטן גרויסן היט נישט קיין ניסיון פון פארן מיט א באן, זיי האבן דאך א דרייווער וואס ווארט זיי אפ, אבער ווי איז דער חילול השם, פארוואס שווייגט מען, קיין איין רב קימט נישט צו הילף, מען לאזט נחום'ן שמיצן אן אויפהער.

יעדער ווייסט אז נחום האט א פונקט, מיר האבן עס געכאפט, אבער זיינע גיזמות זענען דאך אויפברויזענד, ער איז דאך א ליגנער עצום, עס איז זייער גרינג צי זאגן זאכן וואס עס לייגן זיך נישט אויפן שכל ווען מען קען עס נישט לייקענען, ער האט געזעין ווי איינער פארגעוואלטיגט א קינד און שוויץ, אזש אז יענער האט גארנישט געזעין ראנג, ביז ער האט געמיזט צישיידן דעים מכחול פינם שופררת מיט כוח, וועים וועט מען איינרעדן אז ער האט נישט דעיס געחלום'ט, עס איז געניג ביטער אן זיינע איבערטרייבענישן, אלעס האט א שיעור, געניג איז געניג.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:28 pm
דורך היימישער ליטוואק
וואס קענען רבנים טוהן? זיי האבן אמאל שוין אים גלייגט אין חרם און עס האט ניט גהאלפן. זיי זענען גווען ראנג דאנסמאל, ממילא איצט אפילו ווען זיי וואלטן שוין גהאט די דעת הקהל איז שוין צו שפעט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
הער פרישער שליט"א: דו פרעיגסט פארוואס די אלע רבנים קומען נישט ארויס אין דער עפנטליכקייט. שתי תשובות בדבר. ערשטנס.. ס'איז דא א כלל אז צואה (צויעה) אויב מ'מישט עס סרח'ט עס אוועק. און אינז ווייסן דאך אז די גוי'אישע און פארגוי'אישטע מידיא שטייען און ווארטן אויף נאך א געלעגנהייט אינז צי באשמיצן. והשנית. פארוואס די רבנים קומען נישט ארויס צווישן היימישן עולם מיט א פעסטקייט אקעיגן איהם, נאר זענען ביזי מיט אנדערע חאשאשעס. איז זייער פשוט. משל למה הדבר דומה. צו א פאליסמאן. ווען ער האט א ברירה צו קאנפראנטן א רויבער מייט א גאן אדער שרייבן א טיקעט. פארשטייצעך אז ר'וועט נעמן דעם גרינגערן דזשאב. :roll:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:42 pm
דורך פרישער
צו לייגן אים אין חעס אריין איז נעריש, סתם א שאס ארויס, וואס איז פשט, ווער איז נייגעריג אויב ער איז און חרם אריין, דעיס איז א דזשאק, מען ברויך ארויס קימען רעדן דברים של טעם, למשל נעמען פיר היימישע רבנים אינטער א טיש, ריפן א פרעס קאנפרענס, ארויס לייגען פארנט איינער וואס רעדט א גיטן ענגליש, זאגן אז אלעס איז אינטער קאנטראל, עס איז נישט דו ווילדע וועסט, מען טאנצט נישט לכא דודי אין מקוה מיט יעדן קינד וואס פאלט אריין און דעים מקוה נעץ, פשוט מסביר זיין אז עס איז נישט אזוי געפערליך, אראפ רייסן נחום אויפ יעדן ליגענט וואס ער ווערט געכאפט, נישט רעדן העכערע זאכן, אז ער גייט זיך טרעפן מיט צוויי און זיבעציג שטעכעדיגע מלאכים מיט גליענדע שפיזן, ווייל ער איז א חילול השם.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:49 pm
דורך חקרן
וואס טוט זיך מיט א פולסא דנורא?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:18 pm
דורך חזקיהו המלך
לדעתי איז די וועג עס צי באהאנדלען נישט מיט געוואלד, נאר מיט שכל, די קול קורא פין די רבנים קעגען עים איז געווען א נארישקייט, אין ס'האט נאר קליא געמאכט, זיי האבען עים נאר אנגערייצט, אין נישט נאר דאס, נאר ווען ער האט געדאווענט אין א שול האט ער זיך ווי נישט ווי געהאלטען אין געוויסע ראמען, ארויסווארפען מיינט אויסשיסען די לעצטע קויל, אין ס'איז א נארישקייט, ס'האט אויסגעקוקט מער ווי א פאשקעוויל פין ביליגע עסקנים, איך האלט אז א פאר בעלי בתים מיט א גלייכען שכל וואלטען געקענט מסדר זיין דאס ענין, די וועג פין שרייען, שיסען, שלאגען, שפייען אין שעלטען, איז קינדעריש אין ווייניג ווירקזאם, איך האלט אז מיט אביסעל שכל קען מען עס מסדר זיין,

די גרויסע קשיא איז נאר: ווי טרעפט מען א פאר עסקנים מיט אביסעלע שכל ?!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:26 pm
דורך היימישער ליטוואק
פרישער האט געשריבן:צו לייגן אים אין חעס אריין איז נעריש, סתם א שאס ארויס, וואס איז פשט, ווער איז נייגעריג אויב ער איז און חרם אריין, דעיס איז א דזשאק, מען ברויך ארויס קימען רעדן דברים של טעם, למשל נעמען פיר היימישע רבנים אינטער א טיש, ריפן א פרעס קאנפרענס, ארויס לייגען פארנט איינער וואס רעדט א גיטן ענגליש, זאגן אז אלעס איז אינטער קאנטראל, עס איז נישט דו ווילדע וועסט, מען טאנצט נישט לכא דודי אין מקוה מיט יעדן קינד וואס פאלט אריין און דעים מקוה נעץ, פשוט מסביר זיין אז עס איז נישט אזוי געפערליך, אראפ רייסן נחום אויפ יעדן ליגענט וואס ער ווערט געכאפט, נישט רעדן העכערע זאכן, אז ער גייט זיך טרעפן מיט צוויי און זיבעציג שטעכעדיגע מלאכים מיט גליענדע שפיזן, ווייל ער איז א חילול השם.

דאס דארפן נישט רבנים צו טוהן, דאס אנבעלאנגט פאר עסקנים.
וואס ווילסטו פון די רבנים?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
אפשר קען איינער קאנטאקטירן דעם ר' נחום'ען, און שיקן א לינק דא צו דעם אשכול. לאז ער אליינס זיך פארענטפערן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 12:15 am
דורך אפטעמיסט
סאיז אומעגליך אים צו אויפקלערן. נחום האט אלעס פארלוירן, די וועלט און יענע וועלט, ווייל דאס איז ברור כשמש אז ער האט אויפגעבלאזן דעם מאלעסטעישען פראבלעם, צוגעלייגט זאלז און פעפער אויף אן אבנארמאלע פארנעם און מוציא לעז געוועהן אויף דאס אידישע פאלק. ער דערציילט דארט אין זיין ענגלישן אינטערוויו וויאזוי ער האט אריין געוואקט אין זופניק שוויץ אין ארץ ישראל און געכאפט אן עלטערע איד מאנס זיין א קינד, און דער אלטער האט גארנישט אויפגעהערט נאר פארשריגן נחום'ן פארן אים פראבירן אפשטעלן. פרעג איך, סמאכט אפי' סענס אזא מעשה? פארוואס פאבראצירט ער אזעלכע נארישע לגיונות וואס לייגן זיך ניטאמאל אויפן שכל? דער תירוץ איז זייער פשוט. נחום פראבירט אראפמאלן די חסידים ווי אומערצויגענע קאנאבאלן, מענטשן פרעסער און מטורפים פון די ימי הבניים; א סעקטע פון פעדיפילן וואס אינדארסירט קינדער אביוז און סעריעל מארד. די גויאישע גאס וואס קען נישט דעם חסידישן איד פון דער נאנט גלייבט עס תמימת'דיגערהייט, און קריגט א בילד פון דעם איד מיט בארד און פיאות ווי נישט מער ווי אן אומערצויגענע שונא נשים ואוכל ילדים. און אז ער האט ממילא פארלוירן ביידע וועלטן, ווייל סאיז נישט במציאות צו צוריק דרייען דעם זייגער און פארעכטען די שאדן וואס דער זעלבסט פארהאסטער איד האט געטוען גייט ער שוין עד הסוף און באקומט כאטש עהרע און סימפאטיע ביי די שונאי ישראל און די גויאישע מידיע.
אויב נחום האט נישט געשוינט זיינע אייגענע קינדערס כבוד, זיין ציבראכענע אלמנה'ס כבוד און די כבוד פון רוב רובא כלל ישראל, גלייב איך אז די אשכול וועט נישט מעלה ומוריד זיין אים צו אויפקלערן ווי טיף ער האט געזינקען.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 2:04 am
דורך דעת תורה
ליטוואק מיינט מסתמא פעילד מעסייע

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:35 am
דורך zurich
wow!!
אזא וויכטיגע אשכול אפשר וועט עס סטאפן דעים משוגענער לאמיר פאלן צו זיין פיס נחום געניג איז געניג!!!! סטאפ!!!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 8:29 am
דורך שמעקעדיג
אויב פאלסטו צו זיינע פוס וועט ער חושד זיין אז... שוין לאמיר נישט רעדן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 9:15 am
דורך היימישער ליטוואק
דעת תורה האט געשריבן:ליטוואק מיינט מסתמא פעילד מעסייע

ניין. א אפיציעלי אנטיסעמייטישע סייט. בלאקירט ביי עטליכע פילטערס. בקיצור אן עכטע נאציסטישע סייט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 9:28 am
דורך אפטעמיסט
ליטוואק רעד פון דזשו-וואטש לכאורה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 9:30 am
דורך קאווע טרינקער
מיר קענען נישט אפהאלטן יענעם - היינט נחום, מארגן שמריה - פון שרייבן רעדן און גיין צו די אלגעמיינע פרעסע. וואס איז יא מעגליך צו טוהן, און מיר זענען זייער שפעיט אין די שפיל, ווען ס'וואלט ווען געווען אביסעלע אחדות צווישען די צוטיילטע "כלל ישראל" וואלט מען ווען געקענט ארויסשטעלן אן אפעציעלע אידישע ווארט זאגער, וואס האט מער שכל ווי power, א קלוגער מיט חן, וואס די אלגעמיינע וועלט וועט אים גלייבן אויפן ווארט (וואס איז בעצם דער אמת), והלכו גוים לאורו, ווען אימער זיי ווילן וויסן וואס טוט זיך אינעם פארמאכטען לאגער וועלן זיי שוין וויסן וועמען אנצופרעגן צו וויסן מער ריכטיגע אינפארמאציע.
און אזא פאל ווי נחום'ס ארטיקל, וועט אן ענטפער פון אונזער "ווארט זאגער" אפקיהלען די היץ.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 9:46 am
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן: ווען ס'וואלט ווען געווען אביסעלע אחדות צווישען די צוטיילטע "כלל ישראל" וואלט מען ווען געקענט ארויסשטעלן אן אפעציעלע אידישע ווארט זאגער, וואס האט מער שכל ווי power, א קלוגער מיט חן, וואס די אלגעמיינע וועלט וועט אים גלייבן אויפן ווארט (וואס איז בעצם דער אמת), והלכו גוים לאורו, ווען אימער זיי ווילן וויסן וואס טוט זיך אינעם פארמאכטען לאגער וועלן זיי שוין וויסן וועמען אנצופרעגן צו וויסן מער ריכטיגע אינפארמאציע.

סאונד ווי משיח

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 10:05 am
דורך מאטי
נע!, יאסי געשטעטנער .

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 11:13 am
דורך בן תמליון
קאווע טרינקער האט געשריבן:מיר קענען נישט אפהאלטן יענעם - היינט נחום, מארגן שמריה - פון שרייבן רעדן און גיין צו די אלגעמיינע פרעסע. וואס איז יא מעגליך צו טוהן, און מיר זענען זייער שפעיט אין די שפיל, ווען ס'וואלט ווען געווען אביסעלע אחדות צווישען די צוטיילטע "כלל ישראל" וואלט מען ווען געקענט ארויסשטעלן אן אפעציעלע אידישע ווארט זאגער, וואס האט מער שכל ווי power, א קלוגער מיט חן, וואס די אלגעמיינע וועלט וועט אים גלייבן אויפן ווארט (וואס איז בעצם דער אמת), והלכו גוים לאורו, ווען אימער זיי ווילן וויסן וואס טוט זיך אינעם פארמאכטען לאגער וועלן זיי שוין וויסן וועמען אנצופרעגן צו וויסן מער ריכטיגע אינפארמאציע.
און אזא פאל ווי נחום'ס ארטיקל, וועט אן ענטפער פון אונזער "ווארט זאגער" אפקיהלען די היץ.


שטעלט זיך די פראגע ווי איז אונזער שכל? פארוואס האבן מיר נישט אן עסטעבלישד פי אר? זיי קענען אונז ארויסשלעפן צו יעדן עלעקשאן אין די רבבות אבער אביסל טוהן פאר אונז קענען מיר פארגעסן?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 11:28 am
דורך בן תמליון
במחילת כבודך רעדט איר נישט צום זאך. ווייל עס איז געווען פראבלעמען אין עבר דארפן מיר לאזן א מטורף זאגן אלע צייטונגען אז חסידישע אידן זענען קינדער שטופערס און חיות בצורת אדם? ווי קומט הודו צו כוש?