פרייע בחירה אנטקעגן דעטערמיניזם, געדאנקן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
פרייע בחירה אנטקעגן דעטערמיניזם, געדאנקן.
ידיעה ובחירה איז א פראגע וואס ווערט שוין באהאנדעלט אין פריערדיגע פיליזאפישע ווערק אריינגערעכנט אין אידישע פיליזאפישע ספרים הגם פון אינזער אויפפאסונג איז מער פארשטאנדיג די צד פון בחירה און די פראבלעם ליגט ענדרעש אינעם צד פון ידיעה
פארשידענע דענקער מערקן אבער אן אז גענוי ווי אלע פאסירונגען זענען פאראויס באשטומט דורך א פאראויס עקזעסטירענדער מסובב (ביז מ'דערגרייכט די סיבה ראשונה) דארף דאס אויך אריינרעכענען די מענטשליכע באשלוסן לאור זה איז דוקא מער פארשטאנדיג די מושג פון ידיעה וואס איז שייך דוקא אויף פאסירונגען וואס זענען פאראויס באשטומט (עס איז כדאי צו באמערקן אז עס איז פארהאן אן אינטערשיד פון די מושג פון ידיעה און דאס צוטרעפן במקרה)
די הנחה אז די מענטשליכע באשלוסן זענען באשטומט איז באפעסטיגט געווארן מיט די פסיכלאגישע און ניוראלאגישע שטודיעס וואס באטראכטן די מח פינעם מענטש ווי א קאמפליצירטע כעמישע געמיש וואס ווירקט גענוי ווי אלע אנדערע פיזישע מציאות'ער לויט די באשטומטע געזעצן פון די נאטור דאס הייסט אינזער מחשבות איז די סיבה פון אינזער מח, אינזער מח איז די סיבה פון איר ניוראלאגישע צוזאמשטעל אויף וואס ס'זענען פאראנטווארטליך די גענעטישער קאוד וואס גיט די אינסטיקטיווע אימפולסן און ווערט רעגולירט דורך די ערפארונג אין וואס מיר זענען אויסגעשטעלט ווייל די סביבה אין וואס די מענטש געפינט זיך טוען פארמירן זיינע ווירדן, געדאנקן, נאטור, כאראקטער, די צוזאמארבעט פון אט די צוויי פאקטארן זענען באקאנט אלס nature and nurture
ווי פארשטענדליך טוט די הנחה אויפברענגן א גרויסער טעאלאגישער און פיליזאפישער פראבלעם נעמליך דאס אז מאראלישע פאראנטווארטליכקייט עקזעסטירט נישט און אז באשטראפן א פארלעצער פון סיי וועלכער געזעץ סיסטעם איז פשוט נישט אויסגעהאלטן
א לעזונג צו די פראבלעם איז דא אז מיר זאלן אננעמן אז ס'איז בעצם נישטא קיין באשטומטע מאראלישע פרינציפן נאר א מער אויסגעהאלטענע וועג איז אז די געזעלשאפט זאל זיך פירן אויף א פראגמאטישן מהלך וואס נעמט פארשטייט זיך אטאמאטיש אריין געזעצן וואס ווערן באטראכט טראדיציאנאל ווי מאראלישע פרינציפן צוליב איר פראגמאטיזם
און פארן גלויביגער וואס גלייבט אז די סיבה ראשונה איז גאט דאן איז גאט דער וואס באשטומט די מאראלישע פרינציפן נאר היות מיר באזיצן אן אינסטיקטיווער מאראלישע שפיר איז געאייגנט אז מיר זאלן צופאסן די מאראלישע פרינציפן וואס ווערט באשטומט אין די תורה צו די אינסטיקטיווער מאראלישן שפיר מיט וואס גאט האט באשאפן דאס מענטשהייט און נישט דאס פארקערטע
יעצט אז מיר זאלן נאכגיין די אפשטאם פון אינזער מאראלישע שפיר איז דאס געבויט אויף אוניווערסיאלע מענטשליכע געפילן און עמאציעס ווי כעס, רחמנות וכדומה, (פון ווי ס'נעמט זיך אט די געפילן זעלבסט איז א שמועס פאר זיך)
פאר א פארלעצונג וואס ברענגט די געזעלשאפט אביסל כעס קומט א קלענערע שטראף ווידעראום אז ס'ברענגט א גרעסערע כעס פארלאנגט זיך א גרעסערע שטראף, און ווידעראום אז די קאלעקטיווער מענטשהייט האט רחמנות אויף א מענטש און א שווערע סיטואציע דאן איז אינזער אינסטיקטיווער מאראלישע שפיר צו העלפן דעם מענטש פון זיין מצב אזוי אז אלעס ווענדט זיך אין סימפאטיע אדער אנטאגעניזם וואס דער מענטש האט פאר א צווייטן באזירט אויף יענעמס מעשים
יעצט אנערקענענדיג אז די מענטשן וואס מיר באצייכענען אלס עקסטרעם שלעכט זענען זייערע באשלוסן פון טוען רשעות פאראויס באשטומט וועלן מיר פלוצלינג האבן פארשטענדעניש און סימפאטיע מיט זיי ? די ענטפער איז ניין.
אויב אזוי צו וואס דארפן מיר גלויבן אין א פולשטענדיגע בחירה כדי צו בארעכטיגן שכר ועונש
יא גאט האט באשאפן יעדעם מיט פאראויס באשטומטע באשלוסן אריינגערעכענט די רשעים וואס זענען מוכן לפרעניות נו האבן מיר דען סימפאטיע צו זיי אז מיר זאלן וועלן פארטיידיגן זייערע מעשים מיטן טענה אז זייער באשלוס איז פאראויס באשטימט
ווידעראום דאס אז אין כמה פסוקים איז מפורש אז מיר האבן א בחירה קען דען נישט זיין אז דברה תורה כלשון בני אדם פון די סארט בחירה וואס ס'ווערט אויפגעפאסט אין אינזער געדאנק ?

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
פארוואס שטעלט זיך אפ דעטערמיניזם ביים באשטראפן א פארלעצער? וויאזוי קען א דעטערמיניסט בכלל האבן טענות אז מ׳באשטראפט שלא ביושר, אלעס איז דאך פראגראמירט פון פאראויס. דער פאליס דער זשאזש די תפיסה אלעס איז פון פאראויס באשטימט. און דעבאטירן סימפאטיע פאר א רשע וויבאלד איך ווער געוואויר אז ער איז נישט שולדיג אין זיינע מעשים, שמעקט בכלל נישט דעטערמיניסטיש.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
moti107 האט געשריבן:פארוואס שטעלט זיך אפ דעטערמיניזם ביים באשטראפן א פארלעצער? וויאזוי קען א דעטערמיניסט בכלל האבן טענות אז מ׳באשטראפט שלא ביושר, אלעס איז דאך פראגראמירט פון פאראויס. דער פאליס דער זשאזש די תפיסה אלעס איז פון פאראויס באשטימט. און דעבאטירן סימפאטיע פאר א רשע וויבאלד איך ווער געוואויר אז ער איז נישט שולדיג אין זיינע מעשים, שמעקט בכלל נישט דעטערמיניסטיש.
ריכטיג, אבער דאס מאכט עס נישט פאר א נישט לעגעטימע דעבאטע ווייל אפילו אלעס איז דעטארמאניסטיש גייט עס אבער דורך אין א פראצעס פון ראציאנאלע פארשטענדעניש ווייל מענטשן זענען בטבע ראציאנאלע דענקער און אזא שמועס ווי דאס איז פאקטיש פונקט אזוי דעטארמעניסטיש מצדי און וועט אפשר באיינפלוסן א צווייטן אויך מכח ווייל ס'איז אזוי באשטומט
די אויספיר איז ע"כ אז עס איז נישטא קיין באשטומטע מאראלישע געזעצן אין אה"נ באשטראפן דעם פארלעצער איז זייער פראגמאטיש אבער נישט קיין מאראלישע פליכט ווייל מ'דארף פארשטיין אז כאטש אלעס איז דיטערמאניסטיש ווערן מיר אבער שטארק באיינפלוסט פון די דרויסענדיגע סביבה און שטראפן איז זייער א וויכטיגע מיטל צו האלטן די געזעלשאפט און די ראמען
סימפאטיע און אנטאגאניזם איז א נאטורליכע געפיל וואס מענטשן האבן ס'איז נישט עפעס וואס מיר האבן מכח א מאראלישע פליכט אדרבה דער גאדאנק פון מאראלישע געזעצן קומט מכח דעם וואס אינז זוכן צו באפרידיגן אינזער עמאציעס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
די רמב"ם אין מערערע פלעצער איז אן אויסגעשפראכענע קעגנער פון די דעה אז די אויסגאנג פונעם מענטש איז פאראויס באשטומט מיט דעם אלעם איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ער האט דאס נישט אראפגעשטעלט אלס איינע פון די עקרי אמונה ווידעראום ר' חסדאי קרשקש אין ספר אור השם איז יא אן אנהענגער פון דיטערמאניזם ס'איז אבער פארהאן סתירות צו פארשידענע אנדערע כתבים זיינע
אזוי אויך איז באקאנט די איזשביצא מהלך אין ספר מי השילוח ווי אויך זיין תלמיד ר'צדוק הכהן וואס האלטן עכ"פ פון א טיילווייז דיטערמאניסטישע שיטה
ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן זייער א וויכטיגע נקודה ווי מאנכע ווערן פארפלאנטערט נישט כאפנדיג ריכטיג די קאנצעפט פון ידיעה
מענטשן פרעגן וויאזוי איז ידיעה א סתירה צו בחירה הלמאי איך ווייס דאך פארשידענע באשלוסן וואס גייט געטוען ווערן דורך א צווייטן און פונדעסטוועגן דאך האט יענער א פולשטענדיגע בחירה און קען ווען באשלוסן אנדרעש
די ענטפער אויף דעם איז זייער פשוט פארוואס האסטו א ידיעה וואס יענער גייט טאן ווייל די האלסט אז די פראבעבילעטי אז ס'זאל אריינקומען אנדערע גורמים וואס זאלן צוברענגען אז דער צווייטער זאל טוישן זיין באשלוס זענען זייער קליין קומט אויס אז סך הכל ווייסטו אויף א ריזענעבל אופן וואס יענער גייט באשלוסן אבער טאמער וועט זיך פונקט מאכן אז ס'זאל אריינקומען א פאקטאר וואס זאל זאל אים צוברענגען צו בייטן זיין באשלוס וועט זיך דאן ארויסשטעלן אז דו האסט בעצם נישט געהאט קיין ידיעה
קומט אויס אז סיי וואספארא ידיעה פון עתידות איז נישט קיין רעכטע ידיעה נאר ס'איז צוגעטראפן נאר און די פאל ווען משאצט פאר א זאך וואס די פראבעבילעטי איז גאר הויעך רופן מיר דאס אן ידיעה, אבער רעכטע ידיעה מיינט אז ס'איז נישט דא קיין שום אופן שבעולם אז ס'זאל זיך ארויסשטעלן אנדרעש. די איינציגע וועג ווי אזוי ס'איז יתכן צו וויסן עתידות איז נאר אויף א אופן וואס ס'איז שייך דיטערמאניזם און מ'ווייסט אלע מעגליכע פאקטארן בפרטי פרטיות.
אזוי אויך איז באקאנט די איזשביצא מהלך אין ספר מי השילוח ווי אויך זיין תלמיד ר'צדוק הכהן וואס האלטן עכ"פ פון א טיילווייז דיטערמאניסטישע שיטה
ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן זייער א וויכטיגע נקודה ווי מאנכע ווערן פארפלאנטערט נישט כאפנדיג ריכטיג די קאנצעפט פון ידיעה
מענטשן פרעגן וויאזוי איז ידיעה א סתירה צו בחירה הלמאי איך ווייס דאך פארשידענע באשלוסן וואס גייט געטוען ווערן דורך א צווייטן און פונדעסטוועגן דאך האט יענער א פולשטענדיגע בחירה און קען ווען באשלוסן אנדרעש
די ענטפער אויף דעם איז זייער פשוט פארוואס האסטו א ידיעה וואס יענער גייט טאן ווייל די האלסט אז די פראבעבילעטי אז ס'זאל אריינקומען אנדערע גורמים וואס זאלן צוברענגען אז דער צווייטער זאל טוישן זיין באשלוס זענען זייער קליין קומט אויס אז סך הכל ווייסטו אויף א ריזענעבל אופן וואס יענער גייט באשלוסן אבער טאמער וועט זיך פונקט מאכן אז ס'זאל אריינקומען א פאקטאר וואס זאל זאל אים צוברענגען צו בייטן זיין באשלוס וועט זיך דאן ארויסשטעלן אז דו האסט בעצם נישט געהאט קיין ידיעה
קומט אויס אז סיי וואספארא ידיעה פון עתידות איז נישט קיין רעכטע ידיעה נאר ס'איז צוגעטראפן נאר און די פאל ווען משאצט פאר א זאך וואס די פראבעבילעטי איז גאר הויעך רופן מיר דאס אן ידיעה, אבער רעכטע ידיעה מיינט אז ס'איז נישט דא קיין שום אופן שבעולם אז ס'זאל זיך ארויסשטעלן אנדרעש. די איינציגע וועג ווי אזוי ס'איז יתכן צו וויסן עתידות איז נאר אויף א אופן וואס ס'איז שייך דיטערמאניזם און מ'ווייסט אלע מעגליכע פאקטארן בפרטי פרטיות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
נו פארוואס קען נישט זיין אז גאט טרעפט פשוט אייביג צו, צוליב זיין אין סוף'דיגער ידיעה, אבער באמת וואלט א מענטש געקענט אין טעאריע טון אנדערש, נאר ער קען זיך נישט שלאגן קעגן די אינטעליגענציע פון גאט. נישט אין עבר און נישט אין עתיד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
פרייע בחירה אנטקעגן דעטערמיניזם, געדאנקן.
דאס איז א חלק פארוואס די פילאזאפן טוהן פארמולירן דעם ארגומענט (און פראבלעם) פון טעאלאגישע פעיטעליזם מיט א סניף פון אינ׳ם עבר. דהיינו, אז (למשל) נעכטן האט ג-ט געוואוסט בברירות x און דאס קען נישט זיין פאלטש. די סניף העלפט דעם ארגומענט וויבאלד דעם עבר איז נישט שייך צו טוישן און וואס איז געשעהן דעמאלטס מוז האבן געהאט פאסירט, וממילא טאמער האט ער נעכטן געהאלטן אזוי מוז זיין אז ער האט געהאלטן בברירות x וכו׳ און דאס קען דאך נישט זיין פאלטש וכו׳.
*
מ׳רירט אפשר א משהו אן אינ׳ם תירוץ פון ריב״ש (שו״ת הריב״ש סימן קיח), אז די ידיעה איז כולל די בחירה. דהיינו, אז די ידיעה איז אויף וואס דער מענטש וועט טוהן בבחירתו ע״ש.
*
איך געדענק אז אין ליקוטי תורה פונ׳ם בעל התניא אין פ׳ בהר רעדט ער עפעס ארום (הספר את״י כעת) איבער דעם אז ידיעת הקב״ה כביכול איז מקיף ברייטער ארום אלעס און ס׳דא א מער אינערליכע מקיף וואס דארט קלאפט אויס די בחירה און איז נישט קיין סתירה מיט׳ן ידיעה ע״ש. וידוע תירוצו של האוהחה״ק (בראשית ו ה) עפ״י הרמב״ם דהקב״ה כביכול מסתיר ידיעתו, מה שאי אפשר לבשר ודם לעשות דהידיעה הוא חוצה ונפרד ממנו ע״ש.

- Tachlis
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2020 4:23 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
עס מאכט זייער אסאך סענס און איז ווארשיינליך די אמת ווייל מיט דעם שיטה שטימען שוין זייער אסאך קשיות אויף אידישקייט
און די סיבה פארוואס נישט יעדער זאגט אזוי איז ווארשיינליך ווייל אויב מען האט נישט די ריכטיגע שכל קען מען עס אויסטייטשן אז מען האט בכלל נישט קיין בחירה און מ'וועט אויפהערן טון מצוות סא פאר די עניים בדעת זאל מען עס טאקע נישט ווייזן
דער וואָס איז גרייט אויפצוגעבן זיין לעבנסוויכטיגע פרייהייט צו באַקומען אַ ביסל צייטווייליגע סעיפטי, פאַרדינט נישט קיין פרייהייט און נישט קיין סעיפטי. - בנימין פרענקלין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
עס האט מיר אנגעכאפט א שטארקע רחמנות געפיהל צו א מענטש וואס מ'האט איינגעזעצט אין תפיסה - צוליב א גערעכטע סיבה - זייענדיג היפש נוטה צו די זייט פון דעטערמיניזם. באמת האלט איך אז עונשים דארפן אנגיין, נישט ווייל דער באשולדיגטער וואלט געקענט טוהן אנדערש, נאר צו דעטערמינען אנדערע בעתיד צו טוהן אנדערש, אבער לויט דעם קומט אויס אז די אלע מענטשן וואס שמאכטן אפ אין תפיסה זייער גאנץ לעבן צוליב זאכן וואס זיי האבן געטוהן (באונס) זענען פשוט א קרבן ציבור פאר די מענטשהייט שלא ילמדו לעשות כמעשיהם, עס איז ממש א רחמנות אויף זיי
נאכאיינער איז מיט מיר?
נאכאיינער איז מיט מיר?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
זיכער האלסטו אזוי! א ברירה האסטו? דו ביסט דעטערמינט אזוי צו האלטן...סקעפטיקער האט געשריבן: באמת האלט איך אז עונשים דארפן אנגיין, נישט ווייל דער באשולדיגטער וואלט געקענט טוהן אנדערש, נאר צו דעטערמינען אנדערע בעתיד צו טוהן אנדערש, אבער לויט דעם קומט אויס אז די אלע מענטשן וואס שמאכטן אפ אין תפיסה זייער גאנץ לעבן צוליב זאכן וואס זיי האבן געטוהן (באונס) זענען פשוט א קרבן ציבור פאר די מענטשהייט שלא ילמדו לעשות כמעשיהם, עס איז ממש א רחמנות אויף זיי
איז פארוואס זאלסטו זיך וועלן רעכענען מיט אזא מיינאנג, ווייס איך נישט
שרייבן פאר אנדערע דאס וואס דו האלסט (באונס) מיין איך איז אבסארד
בכלל, וואס ווילסטו פין א סעסייעטי וואס איז דעטערמינזירט צו לייגן מענטשען אין תפיסה אפצושמאכטן זייער גאנץ לעבן???
- אבער אויף וועם האב איך טענות?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
פאר די זעלבע סיבה וואס איך האלט אזוי, פאר די זעלבע סיבה וויל איך מיך רעכענען דערמיט. מיינענדיג, וואס האט מיך געמאכט דעטערמינט דערצו? דאס אז איך האב עס דורכגעטראכט און דאס פארשטאנען פאר ריכטיג, און אויב איינער זאל מיר אויפווייזן די אומריכטיגקייט וועל איך זיין דעטערמינט אנצונעמען אנדערש (עכ"פ איך האף אזוי)הקטן האט געשריבן:זיכער האלסטו אזוי! א ברירה האסטו? דו ביסט דעטערמינט אזוי צו האלטן...
איז פארוואס זאלסטו זיך וועלן רעכענען מיט אזא מיינאנג, ווייס איך נישט
גערעכט, אבער איך וויל נאכאלס וויסן אויב איינער קען מיר אנצייגן אז איך בין ווראנג, ווייל דעמאלטס וועל איך ווארשיינליך זיין דעטערמינט צו טוישן מיין מיינונג
ווייל איך האלט אז די סיבה איך בין דעטערמינט אזוי איז ווייל איך זעה דאס צו זיין ריכטיג, און איך בין נעבעך אזוי געבוירן אנצונעמען וואס איך פארשטיי אלס ריכטיג, דאס מיי
כנ"ל נישט ריכטיג, דעטערמיניזם רעכנט אריין זאכן וואס דו "ווילסט", און איך וויל וויסן די אמת, און די ראיות קענען (בעל כרחי) טוישן מיין מיינונגהקטן האט געשריבן:שרייבן פאר אנדערע דאס וואס דו האלסט (באונס) מיין איך איז אבסארד
בקיצור, דו פארשטייסט נישט דעטערמיניזם (ביסט דעטערמינט נישט צו פארשטיין), אוודאי קענען מיינונגען האבן אן השפעה אויף סאסיעטי, ווייל דאס איז איינע פון די גורמים וואס דעטערמינען וויאזוי סאסייעטי זאל האלטן. מיינסט דען אז עס איז דא א באגימען וואס דעטערמינט אלעס? ניין, די מציאות פון א מינוט פארדעם דעטערמינט די מציאות פון א מינוט נאכדעם, ממילא קענען מיינע מיינונגען האבן א השפעה (פארשטייט זיך אז נישט אלס א יחיד אבער בצירוף), און די זעלבע זאך ווען דו האסט טענות אויף מיר, קען זיין אז די ביסט איינע פון די גורמים צו טוישן מיין מיינונג בעל כרחי אויפן עתידהקטן האט געשריבן:בכלל, וואס ווילסטו פין א סעסייעטי וואס איז דעטערמינזירט צו לייגן מענטשען אין תפיסה אפצושמאכטן זייער גאנץ לעבן???
- אבער אויף וועם האב איך טענות?
חוץ מזה, דעטערמיניזם מיינט נישט אז איך טוה עס שלא ברצוני, נאר אז מיין רצון איז אויך מיוסד אויף פרי-דעטערמינד פאקטארן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: פרייע בחירה אנטקעגן דעטערמיניזם, געדאנקן.
איך האב מיך מתבונן געווען אז מ'קען מיישב זיין דעטערמיניזם על פי תורה. די ערשטע הנחה איז אז מ'קען נישט זאגן אז די ציהל פון תורה ומצוות איז שכר ועונש, ווייל עס איז נישטא קיין בחירה, מ'וועט מוזן זאגן אן אנדערע הסבר פארוואס די אייבערשטער וויל מענטשן זאלן מקיים זיין תורה ומצוות.
די טענה פארוואס די אייבערשטער איז בכלל מצוה אויב אלעס איז דעטערמינט איז נישט שווער, ווייל די תורה אליינס איז וואס מאכט אז א מענטש זאל זיין דעטערמינט אזוי צו טוהן, און כאטש יעצט האט ער נישט קיין בחירה איז די תורה די גורם פארן זיין דעטערמינד צו וואס ער טוהט.
ווידעראום שכר ועונש איז אויך נישט שווער, ווייל דאס אליינס אז דו ווייסט אז דו קענסט באקומען שכר ועונש איז וואס מאכט מענטשן דעטערמינד איין וועג אדער די אנדערע. און מ'קען נישט זאגן אז עס איז נישט יושר צו געבן אן עונש, ווייל די עונש וואס איינער באקומט פאר אן עבירה איז א גורם אז א צווייטער זאל עס נישט טוהן, און אויב איז די טובה פון די מענטשהייט נישט צו טוהן עבירות איז דאס "ריכטיג" (די זעלבע ווי דעטערמיניסטס זענען מסביר מענטשליכע עונשים).
די טענה בלייבט נאר, הא תינח מיט שכר ועונש אויף דער וועלט, אבער שכר ועונש אויף יענע וועלט האט דאך נישט קיין השפעה אויף קיינעם וואס איז דעמאלטס די יושר דערפון? און אויב אלס די ידיעה וואס מענטשן האבן וואס דעטערמינט מענטשן, וואלט דאך גענוג געווען אז מ'זאל זאגן אז עס איז דא שכר ועונש אבער נישט באמת געבן? די תירוץ איז פשוט, אפשר טאקע!
די טענה פארוואס די אייבערשטער איז בכלל מצוה אויב אלעס איז דעטערמינט איז נישט שווער, ווייל די תורה אליינס איז וואס מאכט אז א מענטש זאל זיין דעטערמינט אזוי צו טוהן, און כאטש יעצט האט ער נישט קיין בחירה איז די תורה די גורם פארן זיין דעטערמינד צו וואס ער טוהט.
ווידעראום שכר ועונש איז אויך נישט שווער, ווייל דאס אליינס אז דו ווייסט אז דו קענסט באקומען שכר ועונש איז וואס מאכט מענטשן דעטערמינד איין וועג אדער די אנדערע. און מ'קען נישט זאגן אז עס איז נישט יושר צו געבן אן עונש, ווייל די עונש וואס איינער באקומט פאר אן עבירה איז א גורם אז א צווייטער זאל עס נישט טוהן, און אויב איז די טובה פון די מענטשהייט נישט צו טוהן עבירות איז דאס "ריכטיג" (די זעלבע ווי דעטערמיניסטס זענען מסביר מענטשליכע עונשים).
די טענה בלייבט נאר, הא תינח מיט שכר ועונש אויף דער וועלט, אבער שכר ועונש אויף יענע וועלט האט דאך נישט קיין השפעה אויף קיינעם וואס איז דעמאלטס די יושר דערפון? און אויב אלס די ידיעה וואס מענטשן האבן וואס דעטערמינט מענטשן, וואלט דאך גענוג געווען אז מ'זאל זאגן אז עס איז דא שכר ועונש אבער נישט באמת געבן? די תירוץ איז פשוט, אפשר טאקע!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער אור ה׳ ענטפערט דאס טאקע דארט (מאמר ב כלל ה פ״ג) אז שכר ועונש איז פשוט א פועל ונפעל צוצופירען דערצו:
ולגבי שכר ועונש לעוה״ב, איז לפי הרמב״ם והרלב״ג וואס דאס באדייט נאר דאס ווען מ׳עקטשועלייזט דעם שכל הנקנה דורכ׳ן קונה זיין שלימות בחכמה וציור מושכלות אזוי אז עס זאל זיך קענען מקשר זיין מיט׳ן שכל הפועל, איז דאס פונקט אזוי דארט שייך - עס איז דאס זעלבע כְּהִמָּשֵׁךְ הַמְסוֹבָב מִן הַסבָּה דארט אויך. הגם אבער אז דער אור ה׳ אליינס, שפעטער בפ״ה, דינגט זיך בפירוש דערמיט:וְאוּלָם הַטַעֲנָה הַשֵּׁנִית, הַלְקוּחָה מֵהַגְּמוּל וְהָעֹנֶשׁ, שֶׁאִם הָיָה הָאָדָם מִכְרָח בְּמַעֲשָׂיו, הָיָה הַגְּמוּל וְהָעֹנֶשׁ עֲלֵיהֶם עָוֶל בְּחֲקוֹ יִתְבָּרַךְ, יֵרָאֶה שֶׁהִיא טַעֲנָה חֲזָקָה לְבַטֵל כָּל חִיוּב. וְאָמְנָם כְּשֶׁנִּתְבּוֹנֵן בָּהּ, אֵין הֶתֵּרָהּ מִמַּה שֶׁיִּקְשֶׁה. וְזֶה, שֶׁאִם הָיוּ הַגְּמוּל וְהָעֹנֶשׁ מִתְחַיְבִים מֵהָעֲבוֹדוֹת וְהָעֲבֵרוֹת בְּהִתְחַלֵּב הַמְסוֹבָבִים מִן הַסְבּוֹת, הִנֵּה לֹא יֵאָמֵר בָּהֶם הֶיוֹתָם עָוֶל. כְּמוֹ שֶׁאֵינֶנּוּ עָוֶל הַקָּרֶב אֶל הָאֵשׁ שֶׁיִּשָּׂרֵף, וְאִם הָיָה קִרְבָתוֹ אֵלָיו בְּזוּלַת רָצוֹן, וְהִנֵּה כְּבָר יִתְבָּאֵר זֶה בַּמַּאֲמָר הַשְּׁלִישִׁי בִּגְזֵרַת הַצוּר.
אֶלָּא שֶׁהַפִּרְסוּם בָּזֶה מַזִיק לֶהָמוֹן, לְמַה שֶׁיַּחְשְׁבוּהוּ הִתְנַצְלוּת לְעוֹשֵׂי הָרָעָה; וְלֹא יַרְגִישׁוּ שֶׁהָעֹנֶשׁ נִמְשָׁךְ מֵהָעֲבֵרוֹת כְּהִמָּשֵׁךְ הַמְסוֹבָב מִן הַסבָּה, וְלָזֶה הָיָה מֵהַחָכְמָה הָאֱלֹקית, לְשׂוּמָם – ר"ל לַמצווֹת וְלָאַזְהָרוֹת - אֶמְצָעִיִּים מְנִיעִים וְסִבּוֹת חֲזָקוֹת לְהַיְשִׁיר הָאָדָם אֶל הַהַצְלָחָה הָאֱנוֹשִׁית. וְזֶה אָמְנָם לְטוּבוֹ וְחַסְדּוֹ הַפָּשׁוּט.
ואולי איז די תירוץ וואס ער געבט דארט אז די חריצות ושמחה איז יא מער נתון תחת הבחירה און אויף דעם איז דא די שכר, גילטיג אויף דעם אויך.וּכְבָר נִתְפַּתּוּ קְצָת חֲכָמִינוּ, כְּפִי מַה שֶׁיֵּרָאֶה בְּכֹחַ דִּבְרֵיהֶם, שֶׁהַגְּמוּל עַל הָאֱמוּנוֹת לֹא יִפּל בְּחֹק הַיֹּשֶׁר וְהָעָוֶל, לְמַה שֶׁהַגְּמוּל טִבְעִי, וְנִמְשָׁךְ בְּחִיוּב לַמֶּשְׂכָּל. כְּאִלּוּ תֹּאמַר, שֶׁנֶּפֶשׁ הָאָדָם כַּאֲשֶׁר נִתְיַשְׁבָה בַּאֲמִתּוֹת הָאֱמוּנוֹת, וְהֵם אֶצְלוֹ מִשְׂכָּלוֹת כַּאֲשֶׁר הֵם חוּץ לַנֶּפֶשׁ, כְּבָר תִּתְעַצֵם בָּהֶם הַנֶפֶשׁ וְתִשָּׁאֵר נִצְחִית, וְהוּא הַגְּמוּלהָאַחֲרוֹן לָאָדָם.
וְהִנֵּה הַדַּעַת הַזֶּה, הוּא מְבֹאָר שֶׁאֵין לוֹ מָבוֹא בְּחֹק הַתּוֹרָה, כְּמוֹ שֶׁיִּתְבָּאֵר עוֹד בְּמַה שֶׁיָּבֹא בִּגְזֵרַת הַצוּר. וְהִנֵּה אִם הָיָה זֶה כֵּן, כְּבָר הָיָה דַי לָנוּ בְּהַיְשִׁיר אוֹתָנוּ בִּקְצָת הַדֵּעוֹת שֶׁבָּאוּ בַּתּוֹרָה, וְלֹא הָיִינוּ צְרִיכִין לְרִבּוּי מִפְלָג מִן הַמִּצְווֹת וְעַנְפֵיהֶם וְעַנְפֵי עַנְפֵיהֶם. הָאֱלֹקים! אֶלָּא אִם הָיָה הָרִבּוּי תּוֹלְדוֹת הַפִילוֹסוֹפְיָא, וְהוּא מַה שֶׁבָּא מֵהֶן בַּתּוֹרָה מְעַט מִזְעֵיר." וְאִם הָיְתָה הַנֶּפֶשׁ מִתְעַצֶמֶת מֵאֲמִתּוֹת הַמֶּשְׂכְּלוֹת, הִנֵּה בְּסֵפֶר הַ"יְסוֹדוֹת" וּבְסֵפֶר הַחֲרוּטִים" מִשְׂכָּלוֹת הַרְבֵּה מְאֹד, וְתִהְיֶה נֶפֶשׁ הַהַנְדָּסִי כְּלוּלָה מֵאֲמִתּוֹת הַרְבֵּה מִנֶּפֶשׁ הַתּוֹרִיִי, אֶלָּא שֶׁהוּא מְבֹאָר, שֶׁהַדַּעַת הַזֶּה נִפְסָד כְּפִי הַתּוֹרָה, עִם שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ רָחוֹק מְאֹד, כְּמוֹ שֶׁיִּתְבָּאֵר עוֹד בִּגְזֵרַת הַצוּר, שֶׁיִּהְיֶה הַגְּמוּל הִשָּׁאֲרוּת הַמִּשְׂכָּלוֹת לְבָד, וּמִי יִתֵּן וְאֵדַע, אִם הַנֶּפֶשׁ שֶׁהִשְׂכִּילָה הַמִּשְׂכָּל הַזֶּה שֶׁיִּתְבָּאֵר שָׁם בְּסֵפֶר "הַיְסוֹדוֹת", שֶׁ"הַמְשְׁלָּשׁ זָוִיּוֹתָיו שָׁווֹת לִשְׁתֵּי נִצְבוֹת", וְלֹא הִשְׂכִּילָה זוּלָתוֹ, הַאִם הַמִּשְׂכָּל הַזֶּה לְבַד יִתְעַצֶם וְיִשָּׁאֵר נִצְחִי. וְאִם הָיָה שֶׁיִשָׁאֵר, אִם יִהְיֶה כִּדְמוּת נֶפֶשׁ שֶׁהִתְעַצְמָה מִמֶּשְׂכָּל שֶׁהִתְבָּאֵר שָׁם גַּם כֵּן, שֶׁ״מְרֶבָּע קֹטֶר הַמְרֶבָּע שָׁוֶה לִשְׁנֵי מְרִבְּעֵי שְׁנֵי צַלְעוֹת הַמְרֶבָּע", אוֹ מִשְׂכָּל אַחֵר. וְאִם הָיָה שֶׁתִּתְחַלֵּף, בְּמַה זֶה יִתְחַלֵּף. אֶלָּא שֶׁזֶּה כּלּוֹ שְׁטוּת וְהֶפְסֵד הַדִּמְיוֹן. אֲבָל הַפִילוֹסוֹף לְמַה שֶׁלֹא נִפְקְחוּ עֵינָיו בִּמְאוֹר הַתּוֹרָה, וּמְצַד אַחֵר נִלְחַץ מֵהוֹרָאוֹת חֲזָקוֹת יוֹרוּ הִשָּׁאֲרוּת נֶפֶשׁ הָאָדָם, בָּדָא בְּרִיאוֹת וְחָשַׁב מַחֲשָׁבוֹת לְקַיִם הַהוֹרָאוֹת הָהֵם, וְאִם הֵם בְּתַכְלִית הַמֶּרְחָק מֵהַשֶׂכֶל, וְכָל שֶׁכֵּן מֵהַתּוֹרָה. וְלָזֶה נַנִּיחַ הַדֶּרֶךְ הַזֶּה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re:
איך זאג אנדערש. ער זאגט אז שכר ועונש איז פשוט א נאטורליכע תוצאה פון א מצוה און אן עבירה, און די סיבה פארוואס די תורה האט עס אוועקגעשטעלט ווי א עונש איז צו מכריח זיין א מענטש עס נישט צו טוהן (ער וויל זיך באהיטן פון די טענה וואס איז די יושר פון עונש). איך זאג אז די גאנצע עונש איז בלויז טאקע כדי די מענטש זאל זיין מוכרח נישט עובר זיין די עבירה, און איז לאו דוקא א נאטורליכע תוצאה. אבער איז נאכאלס יושר אויב איז פאר די טובה פון מענשטן נישט עובר צו זיין עבירות.מי אני האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 8:46 pm דער אור ה׳ ענטפערט דאס טאקע דארט (מאמר ב כלל ה פ״ג) אז שכר ועונש איז פשוט א פועל ונפעל צוצופירען דערצו:וְאוּלָם הַטַעֲנָה הַשֵּׁנִית, הַלְקוּחָה מֵהַגְּמוּל וְהָעֹנֶשׁ, שֶׁאִם הָיָה הָאָדָם מִכְרָח בְּמַעֲשָׂיו, הָיָה הַגְּמוּל וְהָעֹנֶשׁ עֲלֵיהֶם עָוֶל בְּחֲקוֹ יִתְבָּרַךְ, יֵרָאֶה שֶׁהִיא טַעֲנָה חֲזָקָה לְבַטֵל כָּל חִיוּב. וְאָמְנָם כְּשֶׁנִּתְבּוֹנֵן בָּהּ, אֵין הֶתֵּרָהּ מִמַּה שֶׁיִּקְשֶׁה. וְזֶה, שֶׁאִם הָיוּ הַגְּמוּל וְהָעֹנֶשׁ מִתְחַיְבִים מֵהָעֲבוֹדוֹת וְהָעֲבֵרוֹת בְּהִתְחַלֵּב הַמְסוֹבָבִים מִן הַסְבּוֹת, הִנֵּה לֹא יֵאָמֵר בָּהֶם הֶיוֹתָם עָוֶל. כְּמוֹ שֶׁאֵינֶנּוּ עָוֶל הַקָּרֶב אֶל הָאֵשׁ שֶׁיִּשָּׂרֵף, וְאִם הָיָה קִרְבָתוֹ אֵלָיו בְּזוּלַת רָצוֹן, וְהִנֵּה כְּבָר יִתְבָּאֵר זֶה בַּמַּאֲמָר הַשְּׁלִישִׁי בִּגְזֵרַת הַצוּר.
אֶלָּא שֶׁהַפִּרְסוּם בָּזֶה מַזִיק לֶהָמוֹן, לְמַה שֶׁיַּחְשְׁבוּהוּ הִתְנַצְלוּת לְעוֹשֵׂי הָרָעָה; וְלֹא יַרְגִישׁוּ שֶׁהָעֹנֶשׁ נִמְשָׁךְ מֵהָעֲבֵרוֹת כְּהִמָּשֵׁךְ הַמְסוֹבָב מִן הַסבָּה, וְלָזֶה הָיָה מֵהַחָכְמָה הָאֱלֹקית, לְשׂוּמָם – ר"ל לַמָּצווֹת וְלָאַזְהָרוֹת - אֶמְצָעִיִּים מְנִיעִים וְסִבּוֹת חֲזָקוֹת לְהַיְשִׁיר הָאָדָם אֶל הַהַצְלָחָה הָאֱנוֹשִׁית. וְזֶה אָמְנָם לְטוּבוֹ וְחַסְדּוֹ הַפָּשׁוּט.
Re: פרייע בחירה אנטקעגן דעטערמיניזם, געדאנקן.
דאכט זיך אז דער איזשביצא מהלך איז אז עס איז באמת נישטא קיין בחירה