בלאט 1 פון 29
אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:34 pm
דורך אךשמח
חייב איניש לבסומי, לבסומי בפורי
לעבעדיג הייבט אייך....
ווארענונג: עס זענען דא נשים אויף דעם קליפ.
http://www.youtube.com/watch?desktop_ur ... sFLY&gl=USווער האט גענומען דעם ניגון פון וועם???
Re: אידישע קליפס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:41 pm
דורך יידל
חייב אינשי לבסומי.... גוט! וויאזוי האסטו עס אנטדעקט? [איך דארף צו לייגן אן אזהרה אז מען קען אויך הערן פרויען זינגען בתרי קלי דלא משתעי ועיין
כאן בנושא)
Re: אידישע קליפס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:54 pm
דורך אךשמח
אנטדעקט?
ווען די "מחברים"... פון פילע ניגונים וואלטן געוואוסט פון "יוטוב" און אז היינט איז שוין דא די טעכנאלאגיע פון זינגען א ניגון און עס זאל אפירקומען איבעראל ווי דער ניגון שפילט, וואלטן זיי מער אכטונג געגעבן.
איינע פון די באוואוסטע איז יוסי גרין'ס "יידען יידען" וואס איז אריגינעל א דייטשער ניגון. (אגב, איך האב נישט מב"ד טעיפ ביי דער האנט. אבער קען זיין אז ער האט אפי' נישט אנגעגעבן אז ס'איז יוסי'ס קאמפאזיציע, היות אויף פילע אנדערע פון זיינע אמאליגע טעיפס האט ער נישט קלאר געשריבן ווער האט מחבר געווען וואס)
א חבר מיינער וואס איז גרויס אין די מוזיק ליין און א גוטער ידיד מיט יוסי'ן האט מיר אמאל אין א שמועס אוועקגעמאכט דאס אז יוסי האט גענומען דעם ניגון און עס ארויפגעלייגט אויף אידישע ווערטער, זאגנדיג אז ביי די וועלט איז דאס א נארמאלע זאך. איז עס טאקע אזוי??
Re: אידישע קליפס
נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:12 am
דורך יידל
ניין, ביי די וועלט איז עס נישט אזוי. אין פאקט, הייסט דאס פלאגיאריזם, און אויב איז נאך דא אויף דעם קאפירייט רעכטן קען עס אים טייער קאסטן. די באקאנט ניגונ'דל פון "העפּי בורטדעי" באלאנגט פאר וווירנער בראדערס און זיי שארן מעלאנעס יעדעס יאר פון מענטשן וואס זינגן דעם ניגון אין פובליק.
וועלכע טעכנעלאגיע קען מען נוצן צו זוכן א מעלאדיע?
Re: אידישע קליפס
נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:24 am
דורך אךשמח
אויף מיין ענדרויד סעלפאון און אויך אויפן אייפאון איז דא אן עפפ וואס אויב שטעלסט עס צו צום ראדיא ווען עס זינגט סיי וועלכע ניגון, וועט עס אין געציילטע סעקונדען ארויפברענגען דעם ניגון מיט דער וואס זינגט עס. איך האב עס אויספרובירט און עס ארבעט וואונדערליך. אויך קען מען אונטערברימען א ניגון און עס וועט טאן די זעלבע, אבער דאס האב איך נאכנישט געטון, פשוט ווייל איך בין נישט אזוי באקאנט אין גויאישע ניגונים... אידישע קען ער נאכנישט...
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:54 pm
דורך יידל
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
שרעקעדיג!!!!
איך ווייס שוין נישט וואס צוטראכטן. באלד גייט מען טרעפען די זעקסטע הקפה ניגון אז עס שטאמט פון עפעס ווייסעך וואס שווארצע יאהר.......
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 12:16 am
דורך אברעמעל
נישט דער זעלבער, האט אפשר ענליכקייט.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:54 pm
דורך גדעון
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז די ערשטע קליפ פון די אשכול.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 11:04 am
דורך מוטי
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 11:29 am
דורך ידען
ממש אלעס האט מען גענומען פון דארט?!...
ישר כח פארן לינק!
![מחייך :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 11:37 am
דורך טעמפא
אויף טוויטער זאגט מיר איינער אז דער עד דלא ידע ניגון איז בכלל נישט קיין גע'גנב'עטע ניגון, און ער האט גערעדט צום ראמענישער גוי וואס מ'זעט אויף די יו-טוב קליפ וואס אך שמח האט צוגעברענגט (דורך פעיסבוק), און יענער זאגט אים עפעס אז זיי (די עד דלא ידע ניגון מיט זיין ניגון) זענען ביידע אויפגעקומען דערמיט אויף איינמאל. עפעס שמעקט נישט גוט דא...
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 12:46 am
דורך דבילה
איך וויל נישט מיט אסף'ן האבן א ויכוח צו ער האט דאס פריער ארויף געשטעלט אדער נישט, אבער זיין טענה פון "חייב איניש לבסומי" ברענגט אסף דא
http://onegshabbat.blogspot.com/2012/03/blog-post_07.html נאר מארס דעם זיבעטן בשעה וואס דא
http://onthisandonthat.blogspot.com/2012/03/and-here-i-thought-origins-of-popular.html ברענגט "על דא ועל הא" דאס שוין מארס דעם פערדן.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 12:52 am
דורך דבילה
נים ולא נים האבעך געשריבן דעם פריערדיקן תגובה... צוויי זאכן. ערשטנס באמערק איך אז דער פותח האשכול האט שוין אויף'ן ערשטן מארס געפאוסט בנוגע "חייב איניש לבסומי", נאך פאר "על דא ועל הא". צווייטנס, אסף אליין באדאנקט "על דא ועל הא" פאר די מקור.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 2:07 pm
דורך טעמפא
ווער וויסט, אשפר האט דאס על הא ועל דא גענומען פון דא... גרויסער חכם, דאקומענטירט פלאגיאריזם בעת ער אליין איז עוסק דערין...
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
ווען מען רעדט איבער גויאישע מקורות פאר אידישע לידער מוז מען דערמאנען דעם הייליגן קאלובער אשר את מימיו אנו שותים ובדרכו אנו הולכים, ער האט אונז אויסגעלערנט אז א גויאישע ניגון וואס ווערט געזינגען מיט אידישע כונות איז כשר. אחר כוונת הלב הן הן הדברים
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 5:14 pm
דורך דבילה
איך וואלט נישט אזוי גיך מאשים געווען "על דא ועל הא" צו זיין א פלאגיאט. דער טראנסילוואנישער מקור פון "חייב איניש לבסומי" איז ארומגעפלויגן אויף אימעיל פאר א פאר טעג ביז איינער האט זיך מרחם געווען און ארויף געשטעלט דא אין קאווע שטיבעל. די עיקר שאלה דא איז אויף "בארימען רעכטן" (bragging rights בלע"ז) וועלכע בלאג האט דאס צום ערשט מפרסם געווען.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:28 pm
דורך [NAMELESS]
מענין לענין באותה ענין ממש, דאס באקאנטע יידישע ליד "וואו איז דאס געסעלע"
http://m.youtube.com/watch?gl=US&hl=en& ... eracUY-x-A זינגט עס אזוי הארציג אונזער יום טוב ערליך אויף 'אידיש נחת' דעם דריטען track מיטן נאמען "קינדער"
אויך איז שוין ערגעץ אינעם יודישען אינטערנעט גלות געברענגט געווארן וועגן טשערניחובסקי'ס 'אני מאמין' (שלונסקי'ס קאמפאזישען) באקאנט אלץ 'שחקי שחקי' וואס מען האט דעם ניגון חרד'יזירט מיט עפעס א באבא מעשה פון א קראנקע בחור וכו' וגו', און אונזערע היינטיגע יידיש חסיד'ישיסטן קענען עס שוין נאר פון 'על נהרות בבל' פילם, פרופעסור אסף האט אויך שוין געשריבן דערוועגן באריכות
http://www.google.com/url?q=http://oneg ... WbPQFZXK7A 'הבה נגילה', איז אן ארגינעלעם חסיד'ישע (סדיגורא) ניגון, דער מחבר שטאמט פון דארט, עיין
http://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D ... 7%9C%D7%94 אן אנדערע גירסא מאכט עס גאר פאר א פאפולערע גוי'שע מעלאד, עיין
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Hava_Nagila#cite_ref-0 איך האב פון איינעם (נישט אזוי קראנט) געהערט אז עד היום זינגט מען עס נאך אין ק"ק סקוירא, ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופען.
די וועלטס ניגון 'יונים יונים' ענדעלט זייער זייער שטארק אינעם ערשטען פאל פונעם 'שיר התקווה' כל עוד בלבב וכו'
http://m.youtube.com/results?gl=US&clie ... mit=Search גיי ווייס ווער ס'האט דא בא'גנב'עט וועמען.
שיער נישט פארגעסען, אויך מיט אונזער יום טוב ערליך, אויף זיין רעקארד 'תשובה' זינגט ער זייער געפיעליש א מעשה'לע פון דער פארטיזאן 'טשופשיק', א מעלאדי צוקער זיס, ווער עס וויל עס הערען ארגינעל מיט די ווערטער, אויפן album פון 'די בורשטיין פאמיליע' מיטן נאמען di freileche kabtzonim דעם אכטען track הייסט עס alter hiem עיי"ש ותמצא נחת.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:13 pm
דורך גדעון
אגב, וואס איז די מעשה מיטן הבה נגילה? וויאזוי איז עס געווארן אזוי פאפולער אין די אלגעמיינע וועלט?
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
גדעון האט געשריבן:אגב, וואס איז די מעשה מיטן הבה נגילה? וויאזוי איז עס געווארן אזוי פאפולער אין די אלגעמיינע וועלט?
אז דו האסט געדולד, לייען דורך דעם ארטיקל
http://mobile.myjewishlearning.com/cult ... gila.shtml
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 5:03 pm
דורך לאדיך אפ
כעלמער, סקומט זיך דיר א
![Thumbs up :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
לאז דיך הערן אפטער. (איך רעד צו מיא בעצם, איך זאג עס נאר הויך די זאלסט אויך הערן...
![קורץ ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
)
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 5:24 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א באקאנטער גר צדק מוהר"ר Genghis Khan זצוקללה"ה
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Genghis_Khan באקאנט מיט זיין טאנץ
http://m.youtube.com/watch?gl=US&hl=en& ... pIc6-vO1l4 און אלץ גר באקומען דעם נאמען 'יידן' און פארשטייטציך דערצו א נייעם טאנץ, האט זיך גאנץ לעצטענס מקבל געווען אויף זיך דעם דרך הבעש"ט עפ"י נוסח ברעסלב/סאטמאר שע"י ישיבת תפארת התורה בראשות הרב יואל רוטה
http://m.youtube.com/watch?desktop_uri= ... 0j5Q&gl=US מישט צו 21:30
אשר באת לחסות וגו'.....