בלאט 1 פון 1
וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:03 am
דורך ידען
איך לייען די ״משלחן מלכים״ שמועסן פון מהר״א מ׳סאטמאר שליט״א כמעט יעדע וואך.
פ׳ שמיני איז געעוען א שמועס מיט הגאון ר׳ מיכל זילבער שליט״א און אינמיטן פון די שמועס האבן זיי געהאקט אויף די מזרחי און דערציילט א פאר מעשה׳ס וועגן זיי.
איך מיין אז א פאר וואכן פאר דעם איז אויך געווען א שמועס וועגן מזרחי, אבער איך האניש געדולד עס צו זוכן יעצט.
איך וויל וייסן וואס איז די מזרחי, וואס האלטן זיי, און איז מיט זיי שלעכט?
איך מיין אז זיי זענען די וואס מע רופט אן ״רעליגיעזע ציוניסטן״, ריכטיג? זענען זיי די מתנחלים?
וואס איז זייער היסטארי?
Fill me in
Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:09 am
דורך ידען
אויך רעד מען דארט פון הרב קוק (זיי זאגן נישט ימ״ש, וועל איך אויך נישט שרייבן אזוי) וויל איך וויסן וואס איז געווען זיין שייכות מיט מזרחי?
Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:40 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
ידען האט געשריבן:איך לייען די ״משלחן מלכים״ שמועסן פון מהר״א מ׳סאטמאר שליט״א כמעט יעדע וואך.
פ׳ שמיני איז געעוען א שמועס מיט הגאון ר׳ מיכל זילבער שליט״א און אינמיטן פון די שמועס האבן זיי געהאקט אויף די מזרחי און דערציילט א פאר מעשה׳ס וועגן זיי.
איך מיין אז א פאר וואכן פאר דעם איז אויך געווען א שמועס וועגן מזרחי, אבער איך האניש געדולד עס צו זוכן יעצט.
איך וויל וייסן וואס איז די מזרחי, וואס האלטן זיי, און איז מיט זיי שלעכט?
איך מיין אז זיי זענען די וואס מע רופט אן ״רעליגיעזע ציוניסטן״, ריכטיג? זענען זיי די מתנחלים?
וואס איז זייער היסטארי?
Fill me in
מזרחי זענען די וואס מען רופט היינט "דתי-לאומי", רעליגיעז און נאציאנאליסטיש. איך האב זיי נישט שטודירט, אבער אויף ווי ווייט איך ווייס האט די באוועגונג זיך אנגעהויבן מיט פרומע אידן און רבנים וואס האבן געהאלטן אז מצות ישוב ארץ ישראל איז נוגע למעשה. די מזרחי האט געהאלטן אז מען דארף זיך צושטעלן און צוזאמארבעטן מיט די פרייע אויפצובויען דאס לאנד.
היינט איז דער נאמען "מזרחי" נישט באמת אין באניץ. דער לעצטער גלגול פון דער באוועגונג איז געווען די מפד"ל פארטיי (מפלגת דתית לאומית), וועלכע איז אין די לעצטע יארן אויפגעלעזט געווארן דורכ'ן לעצטן פירער, אפי איתם (אויב איך געדענק גוט). די סיבה איז געווען ווייל די פארטיי האט געהאלטן אין איין שרינקען. ביים אויפלעזן די פארטיי האט איתם געזאגט אז די סיבה פאר דער פארטיי'ס כסדר קלענער ווערן איז ווייל די דתים-לאומיים האבן זיך געהעריג אינטעגרירט אין דער אלגעמיין ישראלדיגער געזעלשאפט, און די דאזיגע קבוצה נויטיגט זיך נישט אין קיין אייגענער פארטיי. דאס איז מסתמא אמת. איתם אליין איז א געוועזענער גענעראל. אלע סעקטארס פון דער ישראל געזעלשאפט פארמאגן שוין היינט געשטריקטע קאפלעך.
היינט איז שוין פאראן א באגריף ווי חרד"ל -- חרדי דתי-לאומי. אין אידישקייט איז מזרחי ענליך צו דער מאדערן-ארטאדאקסישער באוועגונג אין אמעריקע. עס זענען פאראן פרומערע און מער ליבעראלע. די גאר פרומע ביי זיי זענען נישט קיין סך אנדערש ווי טיפיש חרדישע אידן, אחוץ מיט דעם שייכות צו דער מדינה, מיליטער אא"וו. די גאר ליבעראלע זעען אויס ענליך צו יאנג-איזראעל אידן.
מתנחלים זענען לאוו דווקא מזרחיניקעס. עס זענען פאראן אין די ישובים אין יהודה-שומרון א סך פרייע אידן, וואס זענען פאליטיש רעכט. דער טשעמפיאן פון דער התנחלות באוועגונג איז געווען דער געוועזענער פרעמיער אריק שרון, וועלכער איז זיכער נישט רעליגיעז. עס זענען אפילו פאראן דארט פאליטיש-לינקע, וואס האבן זיך באזעצט אין די שטחים פאר פרנסה, אדער ווייל זיי האבן ליב דעם לייפסטייל. וואס יא, די רעליגיעזע ציוניסטן ווערן באטראכט ווי דעם ריקנביין פאר התנחליות.
וואס איז שלעכט מיט זיי? פון א קנאי'שן פערספעקטיוו זענען זיי די פאן טרעגערס פון דעם ציוניסטישן רעיון, און דערצו נאך אין דעם נאמען פון דער תורה.
די מזרחי באוועגונג האט אדאפטירט הרב קוק ווי זייער גייסטיגן מורה דרך. הרב קוק איז אבער נישט געווען קיין מזרחיסט, פער סעי. ער איז געווען אן אייגנארטיגער מענטש, מיט אייגנארטיגע השקפות, וואס צוזאמגענומען אינאיינעם האבן נישט געשטימט מיט קיין איין אנדערן מהלך המחשבה. די מזרחי האט אים אדאפטירט אדאנק זיין גלייבן אין מצות ישוב הארץ, ווי אויך צוליב זיין אפנקייט זיך אפצוגעבן מיט אישוס למעשה. דערפון איז ארויסגעקומען זיין היתר מכירה פאר'ן שנת השמיטה.
Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:54 pm
דורך יידל
Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:24 pm
דורך ידען
Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 12:03 am
דורך זר זהב
זאב ברענער און דוב הייקינד זענען פון יענע שטרעמונגען.
Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 1:46 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
א גאנצע גווארדיע מיט אגודלים-אויף-ארויף האט איר מיר אנגעשיקט, יידל און ידען
Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 1:40 pm
דורך אורח
א גרויסע ש'כח און שרייב נאך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:36 pm
דורך גם כי אלך
כ'קלער אז די נאך די לעצטיגע אנטוויקלונגען אינערהאלב די רעגירונג אין מדינת ישראל, איז שוין די קשיא שוינישט אזוי שווער... די הבית היהודי פארטיי, די היינטיגע ווערסיע פון די מזרחי, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן אייניגע פארטנער מיט די לינקע שונאי הדת יאיר לפיד וחביריו.
צום עצם ארטיקל איז אפשר כדאי צו באצייכנען אז רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל שרייבט לגבי די מזרחי: לאומיות איז עבודה זרה, און דתי לאומיות, איז עבודה זרה בשיתוף..
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 2:26 pm
דורך פארוואס?
[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag]
א תיקון טעות. עס זענען דא צוויי באוועגונגען איינס וואס מען רופט ד״ל ~ דתיים לאומיים. און די אנדערע מער פרומערע וואס מ׳רופט חרד״ל ~ חרדי לאומי. הצד השוה שבשניהם, אז זיי זעהן אין מדינת ישראל א הייליגקייט, א כסא פאר די שכינה הקדושה וכו׳.