מיר ברויכן זיין מער בטחונ'דיג און פארגינעריש
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:30 pm
ס'איז אומעטיג אויפן הארץ אז מ'דארף שרייבן פון א נושא וואס וואלט נישט געפאסט אז אידישע קינדער זאלן אזוי זיין געשלאגן דערינען. ווערענדיג לעצטענס מער סאציאל שמועסענדיג מיט אנדערע אין ביהמ"ד און מקוה און גראסערי און ווי נישט? צוליב וואס איך טו לעצענטס אליינס ביזנעס. אונזער עולם איז געשלאגן מיט א מאנגעל פון אמונה און בטחון , צו וועם כמעט מ'רעדט נאר וועגן ביזנעס עצות וויאזוי מצליח צו זיין אדער טריקס וואס צו נוצן אין די ביזנעס נעמט יעדער איין א שטילשווייגעניש. און ווען מרעדט צו מאל א גרויסער עולם צוזאמען פון אנדערע וואס האבן געמאכט לעצטענס אסאך געלט זעט מען אויפן ציבור א מאנגעל פון "פארגינירעשקייט" (דע F ווארט) דער ווערט רויט דער אנדערער זאגט אז ס'נישט אמת און דער דריטער גאר פרעגט מיר א האלבן שמייכעל "וויאזוי ברענגט מען יענעם אונטער?" !
מ'דארף לערנען מיט אונזערע אינגעלייט שער הבטחון, ריכטיגע אמונה און בטחון איז צו וויסן אז יענער קען דיר נישט אוועקנעמען א פרוטה. דער חזון איש ז"ל האט מגדיר געווען דעם גרעסטן מדריגה אין די מידה איז ווען איינער האט למשל א גראסערי אויף 515 לי עוו. און ס'קומט איינער און עפענט אויף א גראסערי אויף 517 (517! , ווייל 516 איז מן הסתם אויף דער אנדערער זייט גאס. 517 איז לעבן 515) לי עוו. נישט נאר טוט דאס נישט פארדרוסן דעם ערשטן גראסערי נאר ער טוט עם גאר העלפן זיך אויפסעטן! יעדער דארף צילן צו אזא מדריגה אין אמונה/בטחון אזא איינער פארגינט יעדן איד , אזא איינער האט א רואיג לעבן , ס'איז אומשאצבאר. קיינער קען נישט שפרינגן צו אזא מדריגה אזוי שנעל , אבער פון וואס כ'רעדט יעצט דא איז עס דאך גאר ווייט פון אזעלכע מדריגות !
ווען מ'שטעלט זיך שמועסן (אין א פאל וואס מ'ווייסט אז יענער איז נישט ארבעטסלאז אדער ארבעט נעבעך ווי א עבד , וואס דאן איז נישט געראטן און אפשר נישט אויסגעהאלטן צו פרעגן), און מ'פרעגט וואס טוסטע פאר פרנסה ווערט יענער רויט און ווייס און וויל אנטלויפן כאילו האסט עם דא געפרעגט זיין פריוואטסטע געהיימעניסן אדער געכאפט מיט א מיאוסע מעשה. סך הכל טוט יענער עפעס מיט עמעזאן און זאל באשעפער אפהיטן אויב ער וועט געפרעגט ווערן וועלכע אייטעמס ער פארקויפט... ס'איז ממש א בושה און א געלעכטער דאס צו זען , יענע זען פשוט אויס ווי פארוואנדעטע. נעכטן געמיינט אז ער איז מיין פריינט און היינט מיינט ער אז כ'גיי עם מקפח זיין זיין פרנסה , ס'פעלט עם אמונה און ספעלט עם פון דע F ווארט , פארגינען.
רבותי ס'איז א בושה. ס'פאסט זייער נישט פאר אידן וואס זוכן צו העלפן אין פעלער ווי ס'איז שוין עק וועלט אדער ווען מ'קען שוין נישט העלפן. אבער אין א צייט ווען ס'איז נאך דא וואס צו טין ווען יענער איז נאך אויף דע אייגענע צוויי פיס און ער וויל אביסל ראט און חיזוק אנטלויפסטע פון עם ? סיי ווייל האסט (נישט ריכטיגערהייט!) מורא אז ער וועט דיר שאדן מאכן און סיי ווייל האסט מורא אז ער וועט מעגליך צו גרויס ווערן...
מיר דארפן א שטארקע טויש און זייער שנעל! חובת הלבבות שער הבטחון איז א גוטער אנהייב
//