בלאט 1 פון 1

אכטונג!! נישט פאר שוואכע הערצער (שחיטת עגל)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:48 pm
דורך וועפערייזער
http://www.youtube.com/watch?v=CkDeDrE8 ... e=youtu.be

כ'קען עס נישט עמבעדן. ביטע אויב איינע פון די גבאים קענען עס פאררעכטן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:54 pm
דורך ודי למבין
יא יא, און נאך דעם גייט מען שרייען אז די רשעים די צער בעלי חיים גרופעס זענען אנטעסעמיטן...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:59 pm
דורך איחוד פעלד
וואס איז פשט, פארוואס לאזען זיי אלע אפ דער בהמה, מען ברויך עס האלטען אין פלאץ, ביז ער שטארבט אפ.

דאס לאזען אים ארום וואלגערען איז טאקע א בושה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 10:01 pm
דורך ודי למבין
און די לאכן אין די בעקגראונד... און מאכן א גאנצע שפיל דערפון... און און און

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 10:03 pm
דורך דער (פינטעל) איד
כ'וויל עס נישט קוקן. איך האב איינמאל צוגעזען שחיטת הכשב אין א קעמפ און ס'איז נאך ארויס געקומען טריפה צו אלע צרות איך האב געוואלט רופן די פאליציי דארט , איך האלט אז שוחטים זענען מיסודם רוצחים. כ'ווייס מ'טאר נישט אזוי רעדן אבער דא מעג מען דאך זאגן וואס מ'האלט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 10:04 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ודי למבין האט געשריבן:און די לאכן אין די בעקגראונד... און מאכן א גאנצע שפיל דערפון... און און און

יא יא אבער דו האסט הנאה אז ס'איז שוין דא וואס צו קריטיקירן אידישע קינדער , נישט דאס זוכט מען דא. דא וויינט מען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 10:04 pm
דורך ודי למבין
איחוד פעלד האט געשריבן:
דאס לאזען אים ארום וואלגערען איז טאקע א בושה.



און די לאכן אין די בעקגראונד, און מאכן א גאנצע שפיל דערפון....

קום מיר נישט זאגן אז דאס איז די שחיטה וואס איז פראווען צו זיין די ווייניגסטע צער פאר די בהמה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 10:16 pm
דורך איחוד פעלד
לעצם הענין איז אינטרעסאנט, אז מענטשען וואס האבען זיך געוואלט נעמען דאס לעבען, און האבען דאס געטוהן דורך שניידען די wrists, און מען האט זיי געכאפט פאר יציאת נשמה, און מען האט זיי צוריק געברענגט, זענען מעיד אז עס איז נישטא קיין שום צער, נאר דער עצם שניט, נאכדעם איינמאל דער בלוט הייבט אהן ארויסצולויפען פילט מען שלעפעריג און מען שלאפט איין ביז מען שטארבט, אינטרעסאנט פארוואס די בהמה שפרינגט אזוי.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 11:29 pm
דורך קול דודי
איחוד פעלד האט געשריבן:לעצם הענין איז אינטרעסאנט, אז מענטשען וואס האבען זיך געוואלט נעמען דאס לעבען, און האבען דאס געטוהן דורך שניידען די wrists, און מען האט זיי געכאפט פאר יציאת נשמה, און מען האט זיי צוריק געברענגט, זענען מעיד אז עס איז נישטא קיין שום צער, נאר דער עצם שניט, נאכדעם איינמאל דער בלוט הייבט אהן ארויסצולויפען פילט מען שלעפעריג און מען שלאפט איין ביז מען שטארבט, אינטרעסאנט פארוואס די בהמה שפרינגט אזוי.

אינטערעסאנט טאקע. ויש לישב בדוחק אז די wrist איז נישט ביים האלז ודו״ק. (און ווען מען ווערט שלעפעריג קען מען נאך אטעמען, למשל.)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
וועפערייזער האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=CkDeDrE8l6o&feature=youtu.be


This video has been removed because its content violated YouTube's Terms of Service

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:59 pm
דורך געפילטע פיש
האלוי, איר ווייס וויאזוי א שה זעט אויס?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:33 pm
דורך איחוד פעלד
נאך איין מזל עס איז אראפ פאר שמריה האט געמאכט דערפין מטעמים.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:21 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
איך גיי נישט יעצט אריין אין די גאנצע ענין, לגבישחיטה איז דא אתורה הק' און אזוי אויך הלכה פסוקה לכל פרט ופרט

אבער דער וואס האט דאס ארויפגעלייגט איז אינטערנעט איז א געזונטע בהמה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:50 pm
דורך שמעקעדיג
נו פיר אויס... און בהמות דארף מען שעכטן...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:54 pm
דורך איחוד פעלד
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:איך גיי נישט יעצט אריין אין די גאנצע ענין, לגבישחיטה איז דא אתורה הק' און אזוי אויך הלכה פסוקה לכל פרט ופרט

אבער דער וואס האט דאס ארויפגעלייגט איז אינטערנעט איז א געזונטע בהמה



אוודאי איז דא א תורה הקדושה וואס זאגט וויאזוי מען דארף שחט'ן א בהמה, אבער אין די תורה שטייט נישט וואס מען דארף טוהן מיט א בהמה נאכען שחט'ן, האק נישט א טשייניק, טאמער אין די היינטיגע וועלט איז לאזען א בהמה זיך ארום וואלגערען מיט א געשחט'נע האלז נישט עטיש, דארף מען עס נישט טוהן, און עס איז בפירוש נישטא א הלכה פסוקה לכל פרט ופרט.