בלאט 1 פון 1

ווערן מיר דיסקרימינירט אלס חסידים?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 2:20 pm
דורך הערשל
עס דרייט זיך ארום אן עפיזאד אויף די וואצעפ גרופעס אז א היימישער חסיד איז דיסקרימינירט געווארן ווען ער האט געגעסן אין א ניו יארקער רעסטוראנט.

עס איז טאקע א בלויזער ק/פ און מען ברויך עס קאנפירמירן, אבער עס ברענגט צום אויבערפלאך פון א ווייטאגליכן פראבלעם ווי אזוי אונזער אלגעמיינע אויפפירונג איז און ווי אזוי מען קוקט אונז אן אין די דרויסנדיגע גאס.

דער סיפור איז אז איינער איז געגאנגען צום נייעם ....(איך שרייב עס נישט ארויס פאר עס ווערט באשטעטיגט אלס אמת)... רעסטוראנט און איז געווארן שאקירט ווען ער האט צוריקבאקומען זיין רעסיט אז ער איז אנגעלייגט געווארן מיט א צוואנציג פראצענט "סערוויס טשארדזש" אן וואס ער האט פון פריער צוגעשטימט דערויף. סורפרייזד געט ער א בליק אויף זיין מאדערנער שכן וואס איז געזיצן דערנעבן און באמערקט אז יענער האט נישט באקומען זיין ביל נאכן טשארדזש נאר האט עס אריינגעפילט כמנהג אמעריקע מקדמת דנא.

אויפגעברויזט, אבער מיט דרך ארץ פרעגט ער דעם וועיטער וואס איז פשט אין דעם? ערשטוינט איז ער געווארן ווען דער ענטפער איז געווען אז ער קען עס אראפנעמען אבער האט צוגעלייגט אז דאס איז זייער שטילער פאליסי פאר חסידים אז זיי ווערן גערעכנט אן צוערשט פרעגן.

יענער פירט אויס אז דאס איז דער לעצטער מאל וואס ער גייט עסן אין דעם פלאץ און בעט אז אנדערע זאלן אים נאכטאן.

דאס איז זיכער אז אויב איז עס אמת איז עס א געפערליכע חוצפה און לכאורה קעגן דעם געזעץ פון דיסקרימינירן קעגן א געוויסע קאמיוניטי אבער די שאלה איז אויב זענען מיר זיך דערין אליינס שולדיג. פירן מיר זיך אויף ארנטליך ווען מיר זענען צווישן אנדערע גרופעס? ווייסן מיר ווי אזוי מען דארף האנדלען ווען מען איז אויסער די ד' אמות פון אייגענעם געגנט, קהילה אדער משפחה?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 3:06 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 6:56 pm
דורך הורמיז
פון וואסערע ראסטאראנט רעט מען דא? אפשר איז גאר טובה אז א פרומער איד האט נישט וואס צו זוכן דארט,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:03 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פריים גריל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:06 pm
דורך דער (פינטעל) איד
image.jpg

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 8:34 pm
דורך דער (פינטעל) איד
[left]Hello Yitzy,

Thank you for taking the time to forward the email to me. I was already made aware of the incident. We are very upset about it. I am assuring you that such a policy was never in place.

The rogue waiter that perpetrated this behavior was dishonest/greedy and was fired today. The customer that was taken advantage of will receive a full credit for his dinner.

We enjoy being a restaurant that is enjoyed by many members of all the Jewish communities and hope to continue to do so in the future.

On behalf of the Prime Grill we deeply apologize for this incident and we will work harder in oversight of our staff to make sure it never occurs again.

Warm regards,

Ines Kincaid
General Manager
The Prime Grill
25 West 56 Street
New York, NY 10019
P 212-692-9292
F 212-697-3652
From: Yi
Sent: Monday, November 18, 2013 3:52 PM
To:
Subject: FW: Unhappy customer at The Prime Grill
Importance: High



Sincerely,
Yitzy



From: Yitz
Sent: Monday, November 18, 2013 1:13 PM
To:
Cc:
Subject: Unhappy customer at The Prime Grill
Importance: High

Marissa

Hope all is well, as a valued customer at your locations it’s my obligation to inform you what is going around whatsapp
Sent from my iPhone[/left]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:46 pm
דורך קרעקער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:03 pm
דורך חד גדיא
http://www.vosizneias.com/146917/2013/1 ... ic-couple/

בקיצור, שטעלט זיך ארויס אז עס איז איין וועיטער וואס האט געטוהן די שייגעץ שטיק.

אבער ס'זיכער דא אזא זאך אז מ'דיסקרימינירט קעגן פרומע. קוקט דא וואס איינער האט לעצטענס געשריבן אויף פעיסבוק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:15 pm
דורך יוסף מ
it doesn't make sense to me, why should an employee do it if he doesn't gain anything out of it?
He should rather sprinkle some extra l salt in the plate if he hates hasidm

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 10:39 pm
דורך פיש כאפער
״פריים גריל״ איז אַ גוט באקאנטער בעסערער רעסטאראנט, נישט נאָר ביי אידישע מענטשן, נאר אפילו ביים גוי׳ישן בעסערן עלעמענט. עס מאכט אסאך ׳סענס׳ אַז די בעה״ב פון דער רעסטאראנט וויל נישט האָבן חסידישע אידן אַרום זיצן דאָרט, און אז דאס איז געווען דירעקט איינגעפירט דורך אים. עס נאָר אַזוי געטראפן אַז דער סארווירער האט נישט געוואוסט אַז עס איז נישט געמאכט צו זאָגן ...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:04 am
דורך געפילטע פיש
וואס ווייסן מיר חסידים וועגן טיפס? מיר ווייסן אז מ'דארף געבן פארן ספאנישער וואס קומט מיטן גראסערי ארדער א גאנצע גלאטע טאלער, מיט דעם זענען מיר אויפגעוואקסן, און מיט דעם ענדיגט זיך עס. דער סארווער אין א רעסטוראנט? ער ווערט דאך באצאלט פאר זיין ארבעט, דער האטעל בעלהאפ? ער גייט אנגעטוהן אזוי שיין, מוז זיין אז ער מאכט א שיינע געהאלט, אבער די גאר ברייטהארציגע וועלן עם געבן א נייע געביגעלטע דאלער.

ס'נישט אז מיר זענען קארגער ווי א צווייטער, נאר פשוט אז אסאך פון אונז זענען פשוט אומוויסענד. מיר ווייסן נישט אז אין די שענערע רעסטוראנטן, נישט נאר וואס די סארווירער מאכן נישט קיין געהאלט, נאר זייערע טיפס ווערן צוטיילט צווישן די באלעבוס, די קיך ארבעטער, און די סארווער. מיר פארשטייען נישט אז אויב גיבט מען א וועיטער ווייניגער ווי %15 פונעם מאלצייט וואס מ'האט יעצט אריינגעשלויכט אין די קישקעס, וועט די וועיטער פילן בא'עול'ט, כאילו ער ארבעט בחינם. אז א האטעל בעלהאפ וואס העלפט אייך ארויף שלעפן פיר שווערע רענצלעך צו אייער צומער, און באקומעט נישט לפחות א דאלער צוויי פער באגאזש האט אייך באדינט בחינם. ער מאכט באפקעס פונען האטעל, אונטער מינימום וועידזש, און מאכט צו ס'איבעריגע פון טיפס. צו ווייסט איר אז די קויט רום ארבייטער אין היימישע זאלן בעטן מער געלט ווייל ס'נישט איינגעפירט ביי אונז זיי צו טיפן? ביי די שלעכטע גוים געט מען געווענליך א דאלער טיפ פער מאנטל.

ממילא גלייב איך אז די וועיטער אין פריים גריל איז נמאס געווארן פון ארבעטן בחינם, און האט אפגעמאכט מרמז צו זיין אויף א שיינע אופן אז א טיפ איז נישט אפשענאל. און אפילו אזוי האט ער עס אראפגענומען ווען יענער האט געבעטן, און זיך פארווישט די נאז. נאר שכל זעהט אויס האט ער נישט געהאט צו סאך, מסביר צו זיין פארן קליענט אויף א דיפלאמאטישן שפראך פארוואס ער האט דאס געטוהן.

אויב ווילן מיר ווערן באהאנדעלט אין די וועלט גלייך מיט יעדעם מוזן מיר שפילן ביי די זעלבע רול'ס, מיר קענען נישט טוהן אנדערש ווי יעדעם און עקספעקטן גלייכבארעכטיגקייט.

בתקוה להבנה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:48 pm
דורך שמעקעדיג
לאמיר נישט אריינגיין אין די דעבאטע פון יא/נישט געבן טיפס. וכבר דשו בו רבים.
דאס אליינס אז מיר וואקסן נישט אויף דערמיט איז שוין א שטיקל לימוד זכות אויף חסידים, נישט ווייל זיי זענען חזירים אדער קארגע.

אבער דאס עצם פארלאנגען "טיפס" בזרוע האט נישט קיין הענט און פוס. א טיפ קומט מצדי, א באונעס, אפשאנעל, לויט מיין ערלויבעניש, לויט מיין מצב אין טאש, און נישט בחוזק יד, מען צווינגט דיר צו געבן א טיפ... דאס איז ענדערש א ציפ, שטופ, אבער נישט קיין 'טיפ'...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:13 pm
דורך דענקער
איך קויף נישט אפ די תירוץ פון די מענעדזשמענט אז דער וועיטער האט עס געטון אויף די אייגענע האנט. עס האט פאסירט מער ווי איינמאל. עס איז נישט מסתבר אז זיי זאלן נישט באמערקן די טשארדזשעס אויף די רעסיעטס סוף טאג. ווען נישט דער אומוויסנדער חסיד באמערקט אז זיין שכן איז נישט געטשארדזשט געווארן, וואלט דאס אנגעגאנגען ווייטער.

עס איז קלאר דיסקרימינאציע וואס דארף פארדאמט ווערן. אפילו אויב עטליכע אדער אפילו מערהייט פון חסידים טיפן נישט, איז נאך אלץ נישט גערעכט צו באהאנדלען איינעם אנדערש וויל ער איז פון אן אנדערע קולטור, גענדער, אדער ראסע.

אויף די אנדערע זייט, דארף מען לערנען דעם עוילם וועגן טיפס. מיר קוקן אן טיפס ווי עפעס א נדבה. וויל מען, גיט מען. אז נישט איז אויך גוט. אז מען גיט שוין יא, גיט מען א דאללער און מען איז נאך ברייטהארציג. נישט (נאר) מחמת קארגשאפט. מען פארשטייט פשוט נישט ווי ווייט עס איז איינגעפירט. עס איז נישט קיין חילוק צו עס איז יא גערעכט אדער נישט, צו עס איז מאנדאטארי אדער נישט. טיפס איז א קולטוראלע סטאנדארט וואס איז איינגעפירט אין יעדע בעסערע עסטעבלישמענט. די ארבעטערס לעבן פון דעם. מיר דארפן זיין באוואוסטזיניג פון די קולטור ארום אונז כדי מיר זאלן נישט זיין - און אויסקוקן ווי - ווילדע בארבארן. מיר דארפן זיין מענטשן. אזוי וועט מען אונז באהאנדלען ווי מענטשן.

אזויווי מיר פארשטייען אז מען דארף געבן חנוכה/פורים/חודש געלט פאר מלמדים אפילו זיי פארדינען א געהאלט. און מען דארף געבן געלט פארן דיין ביי מכירת חמץ אפילו ער איז עס נישט תובע בפה. ווייל אזוי איז איינגעפירט, טאמער טוט מען עס נישט איז מען א דבר אחר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:40 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער דאס עצם פארלאנגען "טיפס" בזרוע האט נישט קיין הענט און פוס. א טיפ קומט מצדי, א באונעס, אפשאנעל, לויט מיין ערלויבעניש, לויט מיין מצב אין טאש, און נישט בחוזק יד, מען צווינגט דיר צו געבן א טיפ... דאס איז ענדערש א ציפ, שטופ, אבער נישט קיין 'טיפ'...


דאס איז עקזעקטלי מיין פוינט! אפילו אזא איידעלער פיינער ברייטהארציגע יונגעמאן ווי שמעקעדיג, וויבלאד ער איז נישט אויפגעוואקסן אין א וועלט וואו א טיפ איז א given, און נישט קיין אפציע, וועט נישט פארשטיין די מושג אז נישט געבן א טיפ הייסט נישט נישט געווען שיין, נאר downright rude.

[tag]דענקער[/tag], כ'בין שוין געווען אין אפאר רעסטוראנטן וואס סערוויסן די היימישע קאמיוניטי וואס לייגן די טיפ אויפן ביל, איינער שרייבט Gratuity, א צווייטער שרייבט נאר Suggested gratuity, אבער שיינערהייט איז עס אינקלודעד אין די טאטאל. פרעגסטו פארוואס אויב אזוי קען פריים גריל נישט לייגן די 15% טשארדזש פאר אלע קאסטומערס? ווייל ס'איז אנגענומען אז (רוב) מענטשען געבן שענערע טיפס ווען ס'איז אומגעבעטן. ממילא לוינט זיך נישט צו לייגן א 15% טשארדזש, ווייל זיי וועלן פארלירן געלט פון די קאסטאמערס וואס וואלטן געגעבן 20% אדער אפילו שענער.

יעצט איך זאג נישט אז די רעסטוראנט אדער וועיטער זענען גערעכט מיטן טריטן דעם חסיד אנדערש, אבער דער חסיד איז אויך נישט גערעכט מיטן מאכן א גאנצע געראטשקע דערפון. מ'בעט דיך א טיפ? מאך נישט קיין גערודער אן צאל פונקט ווי יעדעם. וויבאלד יענער ווייסט צו צאלן אומגעבעטן, ממילא לייגט מען עס נישט אויפן ביל, מ'באגאנבעט דיר נישט גארנישט, מ'וויל נאר אז דו זאלסט טאקע זיין גלייך מיט יעדעם און נישט אפקומען ביליגער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:59 pm
דורך געפילטע פיש
יעצט זע איך אז די פראבלעם איז נישט עקסקלוסיוו צו פריים גריל און צו חסידים, דא איז א נייעס ארטיקל איבער א רעסטוראנט אין ווערמאנט וואס האט געלייגט די טיפ אויפן ביל פאר קאנעדישע טוריסטן, וויבאלד אין קאנאדע איז דאס טיפ'ן נישט אזוי איינגעפירט ווי דא. איין רעסטוראנט אייגענטומער זאגט דארט פארן Seven Days נייעס וועבסייט, אז "You're damned no matter what you do."

אויך זע איך דארט אז אסאך רעסטוראנטן לאזן דעם וועיטער אפמאכן ביי יעדע קאסטומער אויב זיי ווילן לייגן די טיפ אויפן ביל אדער נישט, קען זיין דאס איז געווען ביי אונזער מעשה אויך.

דא איז דא נאך אזא מעשה אין מאנהעטן אין א Red Lobster.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:01 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:אפילו אזא איידעלער פיינער ברייטהארציגע יונגעמאן ווי שמעקעדיג, וויבלאד ער איז נישט אויפגעוואקסן אין א וועלט וואו א טיפ איז א given, און נישט קיין אפציע, וועט נישט פארשטיין די מושג אז נישט געבן א טיפ הייסט נישט נישט געווען שיין, נאר downright rude.

WOW
פאר די אומגעראכטענע קאמפלימענטן אליין האט יך שוין געלוינט די טענה'ריי :P
איך טענה אז די ווארט 'טיפ' איז אומריכטיג. קענסט עס רופן א "סורטשארדזש". פארלאנגען א טיפ "תובע בפה" און איינטיילן גענוי וויפיל איך מוז געבן, הייסט נישט קיין טיפ.

און בכלל, איז עס א ברייטע נושא, וואס ווי געזאגט זוך איך נישט דא אריינצוקריכן דערין, און איך פארשטיי אז ביי א "מקום שנהגו" פירט מען זיך מנהגם, און אז עס איז שוין אזוי איינגעגעסן אין אונזער קולטור איז נארמאל נישט צו זיין פורש מן הציבור, אבער עס צו גיין בארעכטיגן איז, עמממ.... אביסל אבסורד..

איר ווייסט וואס? איך פארדין אויך נישט גענוג! מיין באלעבאס צאלט מיר אויך ווייניגער ווי (איך האלט אז) עס קומט מיר. שטעלט אייך פאר אז ווער עס טרעט איבער די שוועל פון מיין ביזנעס און איך דערלאנג אים א אינוואויס, וועל איך צולייגן א טיפ פון (אפילו נאר) 5%. אוי וועט מען פארפירן און איבערדרייען הימל און ערד פאר אזא חוצפה! וואס איז? נאר ביי רעסטוראנטן מעג מען בעטן א טיפ פאר די סערוויס? איך ארבעט אין א סופליי געשעפט (נישט ממש) און איך סערוויר דעם קאסטומער מיט א שמייכל און פארענטפער אים אלע זיינע קלאץ-קשיות מיט די גרעסטע מאס געדולד, יעדן טאג פון וואך, מבוקר ועד הערב, און איך מאך קוים עפעס העכער מינימום וועידזש! קומט מיר נישט קיין טיפ? וואס איז דעם וועיטערער'ס בלוט רויטער ווי מיינע? נאר הוא אשר דיברתי, עס איז מסברא אומפארשטענדליך, נאר איינגעווארצלט אין אמעריקאנע קולטור אן א פארוואס און אן א סברא, פונקט ביי וועיטערער'ס און דעליווערי און אמאל קאר סערוויס! נאר זיי פארדינען טיפס!

איך האב אמאל קער גענומען פון א שמחה ווי איך האב אויך געהאנדלט מיט די געלט. איך ווייס אז די וועיטערער'ס האבן באקומען א שיינע וועידזש און אפילו שיין באצאלט אווערטיים! און עכ"ז זענען זיי צוגעקומען צו מיר נאך די שמחה און פארלאנגט א טיפ... טאקע נישט קיין 15% פון די שמחה (...נאך א מזל!) אבער עס איז אויסגעקומען בערך א הונדערטער. איך זעה נישט ווי די "מענטשליכקייט" שטעקט דא. אבער איך בין זיך גרייט צו לאזן לערנען, אויב וועט מיר איינער אויפקלערן די סטארי ביהיינד די טיפס וועל איך מבטל זיין מיין אומפארשטענדליכקייט...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:09 pm
דורך יואליש
האסט א שיינע און בארעכטיגטע טענה אויף די רעסטעראונטס וועלכע ווערן שותפים מיט די קונדן אין די וועיטער הוצאות. זיי צאלן כמעט גארנישט פאר די וועיטערס, און אין געוויסע פלעצער, ווי למשל די ביזי מאנהעטאן, צאלן זיי טאקע גארנישט און די וועיטארס לעבן בלויז פון די טיפס.

אין אזא מצב איז דאס אריינשפאצירן אין א רעסטוראנט ממש א שטילע הסכם בתנאי כפול אז אלע פרייזן באדייטן פרייז+טיפ. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז אלע פרייזן באדייטן פרייז+טעקס. נארוואסדען, דער חסיד וואס ווייסט דאס נישט, שפירט טאקע ווי ער האט נישט מסכים געווען צום תנאי. אבער איינמאל ער ווערט באוויסטזיניג איבערן סיסטעם, האט ער נישט קיין פראבלעם עס צו צאלן. א חסיד איז נישט דוקא א קארגער, ובפרט איינער וואס לאזט זיך וואוילגיין אין טייערע רעסטוראנטן מיט 70 דאלערדיגע בשר בהמה פאר נאכטמאל.

(דרך אגב, מ'צאלט נישט קיין טיפ אויף די סעילס טעקס.)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:12 pm
דורך געפילטע פיש
[tag]שמעקעדיג[/tag], איך קען נישט די היסטאריע פון טיפס, און ס'מאכט עכט נישט קיין נ"מ לענינינו. פאקטיש איז עס היינט א פאקט, פונקט ווי דו פארשטייסט אז נישט האלטן די טיר אפען פאר דער אונטער דיר איז rude, און אז דו לאזט קודם ארויס די מענטשען פון די עלעוועיטער פאר דו גייסט אריין, אזוי אויך פארשטייסטו אז ס'נישט איידל צו עסן מיט די הענט אין פאבליק, אבער ברויט און קיכן איז יא איידל, אריינלייגן די הענט אין די מויל איז נישט איידל, וכו' וכו', ואטו כי רוכלא, די אלע זאכן זענען קולטוראלע זאכן, און נאר א איגנאראנטע חסיד וועט פרעגן פארוואס עפעס דארף איך האלטן די טיר פאר יענעם, איך יאג מיך, וואס איז יענעמ'ס צייט וויכטיגער ווי מיינס?

ממילא דיין טענה פון דיין סופליי געשעפט איך קיין טענה, ווייל דיין באלעבוס צאלט דיר צו ווייניג פאר אנדערע סיבות, און נישט ווייל ער רעכענט זיך אז די איבעריגע וועט אריינקומען פון טיפס. משא"כ די וועיטער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:15 pm
דורך שמעקעדיג
עס פילט אזוי גוט ווען דו גלעטסט מיין אקסל

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:17 pm
דורך יואליש
ס'איז געווען א גראטשקע איבער איינע פון די פרעזידענט קאנדידאטן דורכאוס די '04 פריימערי סעזאן אין ניו העמפשער וועלכע'ס שטאב האט נישט געטיפט א רעסטוראנט.