בלאט 1 פון 5

טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:59 pm
דורך בשבילי!
בעזר השם עפן איך א אשכול וועגן טעותים וואס געשען בטעות... נישט בכוונה אין די היימישע צייטונגען, וואס צומאל קען מען זיך האלטן ביי די זייטן. איך ליין אלע היימישע צייטונגען און כמעט יעדע וואך איז דא עפעס וואס איז ווערד צו מיטיילן. און בשעת וואס אין די ענגלישע צייטונגען זעהט מען כמעט נישט קיין טייפאוס זעהט מען עס זייער אסאך אין די היימישע, און רוב דערפון אין דער איד וואס דארט איז דא צו לאכן כמעט יעדע וואך. פון פארטוישן נעמען פון פאליטישענס און שרייבן אומריכטיגע נומערן (אזוי ווי די וואס כלייג יעצט ארויף) ביז אויסמישן צוויי נייעסער צוזאמען אזוי אז איין ווארט קלעבט פשוט נישט צום צווייטן (דאס לעצטע האט פאסירט אין צייטונג אדער בלאט לעצטענס)

יעדער זאל מיטיילן וואס ער זעהט, ס'קען זיין אסאך פאן.

דאס יעצטיגע איז נישט עפעס געפערליך, מ'זעהט וועכענטליך בעסערע טייפאוס.

אין איד, "נאר 93 פראצענט"...
photo (14).jpg

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
אויפ'ן "דער איד" איז נישט שייך צו פרעיגן קשיות. זייערע אזוי-גערופענע עדיטארס זענען געשוואלענע עמי הארצים, הן במילי דעלמא הן במילי דאורייתא/דשמיא. איין קליינע דוגמא פון זייער עם הארצות. מיט עטליכע יארן צוריק האבן זיי געברענגט א קאפי פון א פעינטינג וואס הייסט "די לעסט סאפפער", וואס איז זייער פארשמייליגט בי די גוים. און זיי (דער איד) אין זייער גרויס אמעראצעס האבן געשריבן אז דאס איז "אידן זענען זיך משמח פורים". :lol: :roll: :oops:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:52 pm
דורך בשבילי!
איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
בשבילי! האט געשריבן:איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

אבער ביידע חסרונות קומען פון נישט עדיטן פונקטליך. צו פון נאכלעיסיגקייט אדער פון עם הארצות. :roll: :oops:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
-

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 11:37 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך האב נישט קיין וועכטער....
אין די צייטונג

_20140428_233539.JPG

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 4:01 pm
דורך berlbalaguleh
בשבילי! האט געשריבן:איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

ניין.ביידע זענען די אחריות פונ'ם עדיטאר. ווייל צופיל שגגות היוצאים מפי ה-קיבארד ברענגען אראפ דעם סטענדערט פון צייטונג און פארשעימען זיי לעיני כל העולם... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :( :o

פארגאנגענע וואך אין בלאט

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:39 pm
דורך היסטאריקער
פארגאנגענע וואך אין בלאט

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 8:20 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואס איז די טייפאו?

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 8:38 pm
דורך [NAMELESS]
די שרייבער שרייבט אז ער געדענקט נישט די ערשטע נאמען.....

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:11 pm
דורך משולם שטיינפעלד
עס איז אן אינטערוויו מיט א מענטש און יענער האט אזוי געזאגט.

איך האב עס אנגעקוקט אלס נאטורליכע אינטערוויו ווי איידער א טייפאו

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 9:47 pm
דורך בשבילי!
אין דער איד, דער שרייבער האט געמיינט צו שרייבן ''פאפולאציע'', געשריבן האט ער ''פאפולאריטעט''.
(לעצטע שטיקל אונטן לינקס)

unnamed (111).jpg

נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 6:36 pm
דורך בשבילי!
די ווערד פון דעם חומש האט געטראסקעט מיט גאנצע 75 מיליאן דאלער פונעם העדליין ביז די באריכט

IMAG0597.jpg

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 3:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
בשבילי! האט געשריבן:די ווערד פון דעם חומש האט געטראסקעט מיט גאנצע 75 מיליאן דאלער פונעם העדליין ביז די באריכט

IMAG0597.jpg

מערקווירדיג איז, אז אין בשביליס תגובה איבער טייפאוס ביי נומערן זעלבסט איז דא א טייפאו, ער מיינט לכאורה צו זאגן 7 מיט א האלב מיליאן נישט פינף און זיבעציג מיליאן

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 3:57 pm
דורך לית דין בר נש
ניין ער מיינט יא 75!
עס איז געפאלן פון 78.3 ביז 3.87

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:31 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אויפן ערשטע בילד זעהט מען נאר 8.3

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:53 pm
דורך לית דין בר נש
איך ווייס נישט וועגן וועלכע ערשטע בילד די רעדסט.
אין בשבילי'ס בילד שטייט 78.3

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:55 pm
דורך משולם שטיינפעלד
גערעכט, טעות לעולם גולם.

מיין בראוזער איז געווען אנגעשטעלט אויף א גרעסערע זום און עס האט נישט געזעהן דעם גאנצן בילד

אנטשולדיגט

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 11:18 am
דורך שמעקעדיג
מחשבות זרות.... עפעס "שמעקט" נישט גוט דא........
(די וואך אין דער מאמענט)

.

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 12:34 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 12:49 pm
דורך Ben-Shishim
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ


Its not something to catch, rather its something to hear or smell.

OH it is sooooo Shmakadig heheh

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

ס'איז לויטער אינגערישע אידן. זיי וועלן עס ערשט כאפן אין צוויי וואכן ארום. (קרעדיט: הרה"צ מיארמע שליט"א.(... 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: ;) :o

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:25 pm
דורך בשבילי!
וואו בעסער צו מאכן א געלט דינער ווי אין געלט אליין

rps20140818_132117_513.jpg