בלאט 1 פון 1
ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:14 pm
דורך א איד
ווי אזוי ווערט מען א איד?
מיין ניק איז טאקע א איד, אבער עס מיינט נאר ווייל דאס וויל איך ווערן, אבער איך האלט נישט אז איך בין שוין טאקע ווערט צו האבן דעם נאמען.
מיין שאלה ״וואס כ׳וויל וויסן״ איז, ווי קומט מען אן דערצו?
עני עדווייס?
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:18 pm
דורך שמואל הלוי
וואס ביסטו יעצט, א גוי?
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:18 pm
דורך זר זהב
ברית מילה, ענד יור דאן!!
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:14 pm
דורך א איד
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס ביסטו יעצט, א גוי?
צוויי תירוצים
1) איך האב נאכגעמאכט ידען.
2) עס איז באקאנט אויפן בארדיטושובער ווערט פארציילט, אז ווען ער איז געפארן צום רבין ר' שמעלקא פון ניקלשבורג, די ערשטע מאל נאך זיין חתונה איז ער דארט געווען ניין וואכן, און פאר זיין שווער האט דאס שטארק געבאדערט.
ווען ער איז צוריקגעקומען הא ער עם געפרעגט, וואס האסטו זיך געלערנט דארט אזוי לאנג, האט דער בארדיטושובער געזאגט, איך האב זיך געלערנט ביים רבין אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
לאכט דער שווער, און רופט אריין די דינסט, און פרעגט איר, ווער האט באשאפן די וועלט, זאגט זי דער אויבערשטער, האט דער בארדיטושובער זיך צופייערט, זי זאגט און איך ווייס.
צו זאגן אז איך בין א איד אקעי, (פון דא שרייט מען מיט התלהבות) אבער צו וויסן אין פנימית אז מ'איז א איד, ווי אזוי קומט מען אן דערצו??
[בד"וו קוק אויף מיין חתימה]
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:24 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
א איד האט געשריבן:צו זאגן אז איך בין א איד אקעי, (פון דא שרייט מען מיט התלהבות) אבער צו וויסן אין פנימית אז מ'איז א איד, ווי אזוי קומט מען אן דערצו??
דו מיינסט צו פרעגן וויאזוי
פיל איך אז כ'בין א איד?
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:13 pm
דורך א איד
זאל זיין אזוי
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:19 pm
דורך ברוין
קוק אהער ישראל קדושים הם. א איד עפנט אן אשכול אן פונקטליך וויסן די ציל דערפון און זאגאר מ'פלאגט זיך שוין צו פארשטיין די טיפקייט. מי כעמך ישראל
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:51 pm
דורך יידל

עס איז דא א גאנצע שו"ע הלכות גירות, ומשם תדרשנו. ביטע דרייט א קאפ נאר אין "
שמייכל" פארום.
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:33 pm
דורך ידען
א איד האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען א איד?
מיין ניק איז טאקע א איד, אבער עס מיינט נאר ווייל דאס וויל איך ווערן, אבער איך האלט נישט אז איך בין שוין טאקע ווערט צו האבן דעם נאמען.
מיין שאלה ״וואס כ׳וויל וויסן״ איז, ווי קומט מען אן דערצו?
עני עדווייס?
א איד האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:וואס ביסטו יעצט, א גוי?
צוויי תירוצים
1) איך האב נאכגעמאכט ידען.
סימיר גוט...
מע מאכט מיר שוין נאך...
נו איז דאך גוט אז איך האב אינספירירט אן אשכול, וואס קען שוין שלעכט זיין?...
איך פארשטיי דיין שאלה איז ״ווער איז דער ריכטיגע אמת׳דיגע איד״?
אזויפיל מינים אידן איז ווער איז דער וואס קען ארייןגיין אין דעם עם קדוש און וויסן אז ער טוהט וואס גאט וויל?
האבעך עס ארויס?
קודם דארף איך וויסן אויב איך פארשטיי די שאלה, דערנאך העמיר זעהן אויב כעל קענען העלפן ווייטער.
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:03 pm
דורך משה געציל
ר' איד, אין אמעריקא זאגט מען, "עסק יאר לאקעל ראביי"..., עס איז נישט דא קיין איין קלארע מהלך, יעדער רבי' און יעדער ראביי האט א גאנץ צווייטער מהלך וואס עס איז דער יסוד אין אידישקייט, ביי איינעם איז עס התנגדות צו ציונית, און ביים צווייטען איז עס דוקא חיבוב המדינה, וכדומה. קודם כל דארפסטו לאזען וויסען צו וואספארא חסידות דו באלאנגסט, דערנאך קען מען אויס טשעקן דו חסידות טוויטער אקאנט, פעיסבאק פעידזש..., אזוי ארום צו קענען האבען אביסעל אינסייד אינפארמעישען וואס טייטשט דארט אידישקייט.
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:30 am
דורך א איד
איך קען נישט זאגן וועלכע חסידות איך בין, אבער אונז האב מיר נישט גארנישט, אז דו זאלסט עס קענען נאכטשעקן, סוי שרייב מיר וואסער אידישקייט דו האלטסט אז עס איז אידישקייט.
און ידען און פשוט קאמפליצירט
עס איז באקאנט א מעשה איך מיין אויף רבי ר' הערשעלע רימנובער, ער איז אמאל אריינגעקומען שביעי של פסח צו די שירה, און ער האט געקאכט און געפלאמט עד אין לשער.
נאכן דאווענען האבן אפאר געהויבענע חסידים זיך צונויפגעשמועסט, וואס די רבי האט אונזין געהאט ביי די שירה, און מ'האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף עפעס, יעדער האט געטענהעט, אז דאס האט די רבי אונזין געהאט.
גייען זיי אריין, און דער ערשטער גיט א פרעג, האט די רבי אונזין געהאט דאס און דאס, ענטפערט די רבי דעס און נאך, דער צווייטער פרעגט אפשר די כוונה, ענטפערט די רבי דעס און נאך, און אזוי האט די רבי געזאגט פאר יעדן איינעם דאס און נאך.
איך זאג די זעלבע זאך, דאס האב איך אונזין געהאט און נאך.
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:16 pm
דורך משה געציל
א איד האט געשריבן:איך קען נישט זאגן וועלכע חסידות איך בין, אבער אונז האב מיר נישט גארנישט, אז דו זאלסט עס קענען נאכטשעקן,
שעם דיך נישט, זאג עס אין צוויי ווערטער: איך באלאנג נישט אין ערגעץ...
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:54 pm
דורך א איד
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:56 pm
דורך שמואל הלוי
א סימן אז דו ביסט טאקע 'א איד', איינע פון די סימנים פון א איד איז בושה.
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 5:48 pm
דורך יואליש
ס'איז נישט שווער צו ווערן א איד, אויב מ'ווייסט וויאזוי.
צום אלעמען ערשטן ברויכסטו צוזאמקלאפן א ליסטע פון אלע סארט קרייזן און שטרעמונגן "איד" וואס דו ביסט "נישט." מיט דעם אליין ווערסטו שוין א דרייפערטעל איד. וועסט באקריגן נאך קרעדיטס אויב די שעלטס מט קללות נמרצות די אלע אידן וואס דו ביסט נישט. דיין איד'יפיקאציע וועט גרייכן איר קלימאקס אויב דו שליסט טאקע אויס פון כלל ישראל די אנדערע אידן אויף דיין ליסט דערקלערנדיג אז נישט נאר וואס דו ביסט א איד אבער זיי זענען בכלל נישט קיין "עכטע" אידן.
אויב דיין ליסט רעכענט אריין גאנץ כלל ישראל חוץ דיין קרייז, דאן ביסטו א פאלקאמער איד. מזל טוב!
Re: ווי אזוי ווערט מען א איד?
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:49 pm
דורך א איד
אבער איך באלאנג דאך נישט אין ערגעץ האב מיר געשמועסט
קומט דאך אויס אז מיין קרייז בין איך אליינס
איז נאר איך בין א איד
נא בין איך דאך א פולקאמער איד
א איד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:53 am
דורך דולה ומשקה
דער שאלה איז א ווייטאגליכע שאלה, א סאך פון אונז דרייען זיך ארום מי אט דער שאלה.
ליידער היינט אין חדרים לערנט מען נישט ווי אזוי צו זיין א איד, מ'לערנט אויס ווי אזוי צו זיין א חסיד פון איינעם,
אין אז איינער האט ספיקות אין 'חסידות' אוטומאטיש לאזט ער אויך אפ דאם 'אידישקייט',
מ'דארף אליינס לערנען ווי אזוי מ'ווערט א איד, אין גוט אדורך זופען דער טפל פון דער עיקר.
אלזא, ווי אזוי ווערט מען טאקע א איד?
הייב אן בלויז ביי מקיים זיין די תרי"ג מצות,
ס'נישט אזוי שווער, האלב איז דיר ממילא נישט נוגע, כגון מצות התלוית בארץ, וכו' וכו',
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:59 am
דורך רויטע וואנצעס
דולה, דיין משקה איז צו די זאך!