בלאט 1 פון 2

ווער איז א נאצי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:34 pm
דורך פרישער
איך האב געהערט איינעם זאגן אויף א אנדערעם דו נאצי, איך זעי אז מיר האבן פריי געלאזט דעים ווארט נאצי, און ווען מיר זעיען איינעם וואס איז אום מענטשלעך, אדער א שונא וועימען מיר האבן פיינט, איז גיבן מיר אים א טיטל נאצי, און מיט דעים לייגען מיר אים אוועק, מען ברויך דערויף נישט זעצען קיין בי"ד, ער איז א נאצי, פארוואס ווייל ער האט איינעם געשלאגן שטארק, ער האט פארשעימט אימעצן, ער האט מיר ג'צאפ'ט דאס בליט, ער איז א שייגץ, איז ער דאך א נאצי.

וויל איך דיר זאגן וואס א נאצי מיינט, זעיט אויס אז מיר האבן פארגעסן וואס דער באדייט איז, און איך האף אז דערמיט וועט מען זיין אפגעהיט אז נישט יעדער קען ווערן א נאצי ווייל ער איז א שלעכטער מאן, אדער האט שלעכטע מידות, נישט דעיס מאכט איינעם א נאצי.

א נאצי קימט אריין און א הויז ווי עס זענען דא מענער פרויען און קינדער, שרייט אלעס העראוס, ווער עס גייט נישט לויט זיין געשמאק ווערט אויפן פלאץ ערמארדעט.

א נאצי האלט מענטשען געפאנגען אינטער גאר שלעכטע אימשטענדן, זיי האלטן מענטשן און ארבייט אינטער שרעקליכע אימשטענדן, אן קיין טראף וואסער, און אן קיין עסן.

נאציס טיילן אפ מענער פון פרויען און קינדער, די אינגע פון אלטע, רייסן ארויס די פיצלעך קינדער פין די ארעמעס פין די מאמע'ס, די וואס זענען נישט מער ווערט צים לעיבן ווערן פארגאזט מיט א פארגעשריטנקייט מיט נאצישע פינקטלעכקייט, און מען פארברענט זיי טויט אדער לעיבעדיג.

נאציס קערן אויף לעיבעדיגע קינדער מיט טרעקטארס און לייגן זיי אין דאמפסטערס צי אימברעינגן, און זיי איזדעקעווען זיך ווען זיי טיען די גרויליגע פראצעדור, אויך מאכן זיי אויפגראבן דעים אייגענעם קבר, ווי זיי טראסקען אריין מענער פרויען קינדער שיסן אריין עטליכע רינדען קוילן, זיי דעקן צו דעים גריב מיט א שיכט זאמד, פארן איבער מיט טרעקטארס צידריקן די לעיבן געבליבענע, און די ערד שאקעלט זיך פאר נאך דריי טעיג.

נאציס שטעלן אויס טויזענטער מענער פרויען און קינדער ביי א טייך און רייעס פון זעקס, מען שטעלט א שיס איינהייט און די שיסער זאלן שיסן זעקס אויף אמאל, כדי צי שפארן קוילן עס איז דאך ממש א שאד ווען מיט איין קויל קען מען שיסן זעקס רח"ל, מען פאלט פארווינדעט אין וואסער אריין, עס ווערט רויט דאס וואסער פאר לאנגע וואכן.

נאציס האלטן מענטשען פינף שעה אין א צי אויפן טרויעריג בארימטן אפעל, און פרעסט און אין היץ, כדי צו ציילן וויפיל זענען שוין אימגעקימען.

נאציס פארמאגן מארד טרעקלעך וואס זענען ספעציעל אויסגעשטאט אז די רערן זענען קינצלעריש איינגעדרייט אריין אינעם אינטערשטן טייל פינעם טראק, ווי זיי פילן עס אן מיט מענער פרויען און קינדער, זיי פארן ארום פאר צעין מיניט ביז דער גאנצער עולם פארלירן זייער חלק אלקי.

נאציס ווען זיי אנטלויפן שטעלן זיי אויס א טויט מארש און ווער עס האט נישט קיין כוח מיט צילויפן ווערט אויפן ארט געטייט.

נאציס קימען אריין אין א שטאט און רינגלען ארים דעים גאנצען שטאט, לייגען יעדען איינעם ארויפ אויף בהמה וואגאנען, און שיקן זיי אויף אוישוויץ-בירקענא, טרעבלינקע, סאביבאר, טריזן שטאט, אדער אין הינדערטער אנדערע מארד לאגערן ווי זיי ווערן אויסגעניצט ביז זיי האבן אויסגעשעפט דאס לעצטע ביסל חיות, און דאן ווערט מען ערמארדעט.

נאציס מאכן א ראסע רייניגונג, און הרג'נען אויס זעקס מיליון אידן, פאר איין סיבה, ווייל א איד האט נישט וואס צי זיכען אויפן כדיר הארץ, נישט פאר קיין שום ספעציעלע פאליטישע זינד.

נאציס האבן אינטער געצינדען די גאנצע וועלט, און זענען שילדיג אויפ אריבער זיבעציג מיליאן מענטשען וואס זענען דירעקט אדער אימדירעקט אויסגעהרגעט געווארן דורך נאציס.

נאציס נעמען מענער און פליכטלינגען, און צוואנגס ארבייטער, ארויס אויף מאנקע טאבער, ווי מען ברויך ציזאמען נעמען מינעס פין די פראנט ליניעס, און האבן נעבעך אויפגעריסן איינס ביי איינס, ווייניג האבן נעבעך איבערגעלעיבט.

נאציס נעמען טויזענטער צווילינגען אדער קאליקעס, און מאכן כל ערליי פארשונגען, סתם פאר די נישטיקייט, און ווערן נישט פארטיג ביז זיי ווערן דערהרגט אויף שוידערליכע אופנים.

נאציס נעמען ארויס פון זייערע הריגים די גאלדענע ציין און שמעלצען זיך ציזאם צירינג, נאציס נעמען די האר פון זייערע ערמארדעטע און וועיבן דערמיט סחורה, און פון זייערע פעטס מאכט מען זייף זיך אפציבאדן, און מען ריפט די זייף ריף, וואס איז די ראשי תיבות ריין יודן פעטס.

אנצירופן איינעם וואס האט דיך שטארק געטשעפעט בשם נאצי איז שטארק דערנידערנד, און זייער נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן, אדער אפילו אויב א ציוני ווארפט אראפ דיין ביבר היט און גיבט דיר מכות רצח, איז נאר א שלעכטער, א רוצח, א חיה, אבער נישט קיין נאצי, א נאצי איז א בריה בפני עצמו, ביטע נישט ריפן א מענטש בשם נאצי אויב ער איז א מענטש פון פלייש און ביין און נישט קיין שד ווי זיי זענען זיכער געוועין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 10:00 pm
דורך יאיר
א געוואלדיגע ארבעט, פרישער!
ווער נעמט זיך יעצט די מיה צו ערקלערן פאר'ן חשוב'ן ציבור ווער עס איז אן אפיקורוס? ווער עס איז א ימח שמו? (וואס מען איז לכל הפחות נישט מחוייב על פי הלכה צו מייבם זיין זיין ווייב).

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 10:11 pm
דורך [NAMELESS]
Wow!!!
די בליט איז מיר ארויף אין קאפ.

אגב , איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די מארד טרעקלעך מיט די רעדלעך אריין פון אונטען. וואס איז עס געוועהן??

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 10:55 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:31 pm
דורך פרישער
ווען די נאציס ימ"ש האבן געלאזט און גאנג די אידן פראגע פלאן, להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים, האבן זיי נישט געוויסט ווי אזוי דאס צי טיען אויף א מוסשטאבליכן פארנעם, זיי האבן אנגעהויבן מיט א גרופע מערדער וואס מען האט אנגעריפן די איינזאץ גרופעס, וואס זענען געוועין געשילטע מערדער, וואס האבן אויספראבירט כל ערליי וועיגן וואס מען קען דערמיט מארדן מערערע אויף איין מאל, זיי האבן געמיזט אויסארבייטן מהלכים צי בייקימען אלע שטראכלינגען, מען זאל נישט רעוואלטירן, קיין גרויסע רעש, און די גרעסטע פראבלעים וואס האט געפלאגט דעים מערדער הימלער איז געוועין אז די איינזאץ גרופע'ס זענען פשוט אראפ פון זינען נאך א שטיק צייט שיסן, שטעכן, עקספלאדירן, הינגערן, און אלע אנדערע וועיגן וואס זיי האבן פראבירט, זיי האבן זיך געוואנדען צי אלקאהל, זיי האבן רעזעגנירט, נישט געניג שנעל, אדער געלאזט ציפיל צייכענעס, ציפיל האבן געוויסט, געמאכט ציפיל גרידער, נישט געקענט געניג שנעל באגראבן און פארדעקן זייער רשעות.

איינע פון די מארד וועיגן וואס זיי האבן געפריווט איז מיטלען ווי די גאז טרעק, וואס האט גריידע געטיען די ארבייט גאנץ שטיל, זיי האבן קודם אריין געטראגן בערך הינדירט פערזאן און א ווערהאז בילדינג, ביים לאדינג דאק איז געשטאנען א טראק, פין אינעווייניג האט מען נישט באמערקט אז עס איז א טראק, מען האט זיי אויסגעטיען נעבעך, אריין געשטיפט וואס האט אויסגעזעין ווי א שטיב, ווען די פינסטערע שטיב איז פיל געווארן מיט די קימענדיגע קרבנות האבן זיי הערמעטיש פארמאכט די טירן פינעם טראק, אוועק געפארן אינעם וואלד ווי א מאסן קבר איז שוין געוועין ציגעגרייט, די טראק איז געוועין ווי געשמיסט מאדיפיצירט אז די מאפלער איז מערדעריש אריינגעפלאנצט געווארן אז די רויעך איז אריין אינעם טראק, עס האט נישט גענימען לאנג ביז אלעס איז אויסגעשטארבן, אזוי לאנג ווי דער טראק איז זיך געפארן צים קבר, זענען נעבעך אלע דערשטיקט און ערמארדעט געווארן קאלטבליטיג און נאציש.

זיי האבן אויך געהאט געבויט ליפט טייט שטיבער וואס זיי האבן ציגעלייגט טראקס וואס זאל אריינבלאזן די מאפלערס אינעם שטיב, זיי האבן געהאט קארבאן מענאקסייד קעניסטערס וואס זיי האבן געניצט אין כמעט אלע מארד לאגערן, אגב ציקלאנג בי, האבן זיי געניצט נאר אין אוישוויץ, די רשעות פין ציקלאג בי איז געוועין די ערפינדינג פין העסס ימ"ש, וואס האט אנגעפירט אוישוויץ פין דעים גרינדינג ביזן באפרייאינג, ווען מען האט אים געכאפט האט מען אים געברעינגט לתליה אויפן זעלבן תליה ווי ער האט געהרג'ט אן א שיעור, אגב די תליה שטייט עד היום הזה, כן יאבדו כל הנאצים ימ"ש

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:38 pm
דורך קאווע טרינקער
פרישער, אייער נקודה איז ריכטיג, אבער נעמט אייך נישט אונטער צו באשרייבן דעם נאצי, ס'איז נישטא קיין ווערטער אויף זייער שפראכע. (א לייק אויף אזא ארטיקל איז אביסל שווערליך)

איך פראביר מיך צו דערמאנען, בשעת'ן שרייבן די שורה, וואו איך האב מעיר געווען מעין זה, ולגנאי, אויף אן ארטיקל וואס א סאטמארע תלמיד באשרייבט די סאטמארע קעמפ דורך נוצען די טויט לאגערען פאר א משל.
אויך דערמאנט מיך דיין ארטיקל דאס גרויסע אויפברויז וואס איז געווען - נישט לאנג צוריק - אין דעם אידישען און אלגעמיינעם וועלט, ווען ארבייט-לאזע אידן אין מאה שערים האבן אנגעטוהן זייער קינדער מיט לאגער קליידער, און געמאכט דעם אויסשטעל און צושטעל אז ציונים זענען נאצים.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:45 pm
דורך פרישער
איך נעם זיך נישט אינטער צו באשרייבן דעים חרבן, איך האב זיך נישט געקענט איין האלטן און ענטפערן דעים ראשעקאל, וואס ער האט געזאגט אז ער נאך קיין מאל נישט געהערט דערפין, האב איך איין טיפה מן הדם געלאזט הערן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:55 pm
דורך כתר מלכות
פרישער, אייזן שטארק!
איין הערה, דו שרייבסט א גאנצן צייט בלשון הוה א נאצי איז וכו', בעת וואס די גוטע נייעס איז אז נאציס ימש זענען א זאך פון די פארגאנגענהייט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:57 pm
דורך היימישער ליטוואק
פרישער,
איך בין זאיער ברויגעז אפ דיך. געווען אממאל, ווען אויב האט מען גזען א עשקול מיטן נומען פרישער אפ עז, האט מען געוויסט אז עסס גייט זאן פראיילעך. אין מען האבט תאיקעף אימיאד אנגהובן צי שמאייכלען, נאח אפילע פארן לאיינען דאאן געשראבעכץ.
ווי אזוי עקספעקטסטו צו שמאייכלען ווען די שראבסט פון נאאציס? אדער וויאזוי קען מען שראבן טראויריגע זאכנעס אויף אינזערע האייליגער פרידישער שפרייך. איז נישט דאס וואס שטאייט אין זויהר נעזם זהב באף דבר אחר?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:58 pm
דורך שמעקעדיג
פרישער האט געשריבן:האב איך איין טיפה מן הדם געלאזט הערן.

..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:21 am
דורך רויטע וואנצעס
די צו-נעמען און לעבעלס איז איבערגעטריבן ביי מענטשען פון יעדע ראסע, רעליגיע, און לאנד. ס'איז א משוגעת פון די מענשהייט יענעם צו לעבלען און רופן מיט א נישט געשטויגענעם נאמען, געווענדליך צוליב כעס. די מענטש מיינט אז מיט דיראגיטארי לעבעלס וועט ער יענעם בייקומען.

חיה נעמען: פערד, בהמה, חזיר, אקס, אייזל, הונט וכדומה

ראסע נעמען: זשאו, שווארצע, רויטער, ברוינער, ניגער, קרעקער, וכדומה

סימבאלישע נעמען: נאצי, היטלער, קאמי, ציוני, כופר, משכיל, וכדומה


הצד השוה שבהן שדרכן לילך ולהזיק, מ'טוט גארנישט אויף מיט ניצן די ווערטער אנשטאט כעס מענעזשמענט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:23 am
דורך פרישער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פרישער,
איך בין זאיער ברויגעז אפ דיך. געווען אממאל, ווען אויב האט מען גזען א עשקול מיטן נומען פרישער אפ עז, האט מען געוויסט אז עסס גייט זאן פראיילעך. אין מען האבט תאיקעף אימיאד אנגהובן צי שמאייכלען, נאח אפילע פארן לאיינען דאאן געשראבעכץ.
ווי אזוי עקספעקטסטו צו שמאייכלען ווען די שראבסט פון נאאציס? אדער וויאזוי קען מען שראבן טראויריגע זאכנעס אויף אינזערע האייליגער פרידישער שפרייך. איז נישט דאס וואס שטאייט אין זויהר נעזם זהב באף דבר אחר?


דעיס איז געוועין א טעסט ארטיקל צי זעין צי דער עולם איז גרייט פאר א טויש.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:55 am
דורך [NAMELESS]
שקויעך פרישער פארן מסביר'ן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:54 am
דורך שמעקעדיג
פרישער האט געשריבן:דעיס איז געוועין א טעסט ארטיקל צי זעין צי דער עולם איז גרייט פאר א טויש.

א שאד אבאמא האט נישט געמאכט א טעסט ביים פאלק צי מען איז גרייט פאר א טשעינדזש :shock:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:05 am
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:Wow!!!
די בליט איז מיר ארויף אין קאפ.

אגב , איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די מארד טרעקלעך מיט די רעדלעך אריין פון אונטען. וואס איז עס געוועהן??

ר' ראש הקהל: דו האסט געמאכט א קליינעם טעות אין די עברי. דער ווארט איז נישט "רעדלעך" מיט א "דלת" נאר "רערלעך" מיט א "ריש". די רערלעך פונ'ם טראק זענען געוועין געדרייט אריין, אז דער גאז איז אריין אינעוויניג און דערשטיקט אלע פאסאזשירן, רח"ל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 8:07 pm
דורך שרייבער
ווי האט יענער געזאגט, די נאציס זענען נישט אזוי געפערליך, וואס הייסט?
די ארונים זענען דאך ערגער פון די אגודה, אגודה איז ערגער ווי ציונים, און ציונים איז ערגער ווי די נאציס, נו ס"ה וואס זענען שוין געווען די נאציס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 12:15 am
דורך פליקער
און ליכט פינעם שטורם וועיגן דעיס וואס א רבי האט געניצט דאס ווארט נאצי אויף א פייער לעשער, שפיר איך א דראנג אויפצישטויבן א אשכול וואס איז ווי שטארק ציגעפאסט פארן צייט, נישט ניצן דאס שויעדערליך ווארט לייכטזיניג.

ווען ער ליינט וועין דעים ארטיקל וואלט ער געקלערט צוויי מאל איידער ער וואלט וועין געניצט דעים ווארט נאצי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 11:29 am
דורך עוד מישהו
אין מדינת ישראל האט מען לעצטנס פארגעשלאגן א געזעץ, אז א מענטש וואס באנוצט זיך מיט די ווארט נאצי אלס א קללה, שפעטוארט, באטיטלען א מענטש סתם, זאל קענען באשטראפט ווערן לויטן געזעץ פאר ביליג מאכן די מציאות פון די נאציס ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
די ווארט מעג נאר באנוצט ווערן בשעתן לערנען איבער די געשיכטע אדער דערציילונגען וואס באציען זיך צו יענע תקופה.
איבעריג צו זאגן, די חברי כנסת פון אגודה האבן געמאכט א ויצעקו, זיי האבן געשטימט קעגן.
ווי קענען אונז מוותר זיין אויף א ווארט באנוצט צו באטיטלען די פאליציי??!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 12:33 pm
דורך עפל סיידער
סאטמארע רבי האט זיך אויכעט דערמיט באניצט דעם פסח http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=67425&cat=6&scat=40

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 12:36 pm
דורך sefish
עפל סיידער האט געשריבן:מהר"א האט זיך אויכעט דערמיט באניצט דעם פסח http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=67425&cat=6&scat=40

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:58 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פרישער,
איך בין זאיער ברויגעז אפ דיך. געווען אממאל, ווען אויב האט מען גזען א עשקול מיטן נומען פרישער אפ עז, האט מען געוויסט אז עסס גייט זאן פראיילעך. אין מען האבט תאיקעף אימיאד אנגהובן צי שמאייכלען, נאח אפילע פארן לאיינען דאאן געשראבעכץ.
ווי אזוי עקספעקטסטו צו שמאייכלען ווען די שראבסט פון נאאציס? אדער וויאזוי קען מען שראבן טראויריגע זאכנעס אויף אינזערע האייליגער פרידישער שפרייך. איז נישט דאס וואס שטאייט אין זויהר נעזם זהב באף דבר אחר?

יעצט ביסטו נישט נאר "פרידיש", נאר אויכעט "אכשר-דרא'דיג". ווייל די משנה שרייבט ארויס בפירוש (מארמאראש) חאאאזער.... :roll: :lol: :lol: :lol: :P :oops: :o

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:08 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
פרישער האט געשריבן:דעיס איז געוועין א טעסט ארטיקל צי זעין צי דער עולם איז גרייט פאר א טויש.

א שאד אבאמא האט נישט געמאכט א טעסט ביים פאלק צי מען איז גרייט פאר א טשעינדזש :shock:

ער האט יא געמאכט. אבער די טעסט האט (ליידער) געוויזן אז נישט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :D :) ;) :( :o

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 6:35 pm
דורך לאליפאפ
עוד מישהו האט געשריבן:אין מדינת ישראל האט מען לעצטנס פארגעשלאגן א געזעץ, אז א מענטש וואס באנוצט זיך מיט די ווארט נאצי אלס א קללה, שפעטוארט, באטיטלען א מענטש סתם, זאל קענען באשטראפט ווערן לויטן געזעץ פאר ביליג מאכן די מציאות פון די נאציס ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
די ווארט מעג נאר באנוצט ווערן בשעתן לערנען איבער די געשיכטע אדער דערציילונגען וואס באציען זיך צו יענע תקופה.
איבעריג צו זאגן, די חברי כנסת פון אגודה האבן געמאכט א ויצעקו, זיי האבן געשטימט קעגן.
ווי קענען אונז מוותר זיין אויף א ווארט באנוצט צו באטיטלען די פאליציי??!

נישט נאר האט מען פארגעשלאגן דעם געזעץ נאר מען האט עס אויך באשטעטיגט.