אן ארטיקל וואס כ׳האב געפונען אויף גאר אן אלטער אימעיל מיינער.
יויש בין איך געהארגעט מיד, אויסגעמוטשעט, אויסגעזעקלט, סתם אנגעצויגן און ווער ווייס וואס נאך.
איצט פרייטאג, ערב שבת תולדות, וואס ווערט אנגערופען דער שווארצער פרייטאג. וואס אויסער דאס וואס ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, וויפיל מען געט אויס אויף אלע ספעשלס, און מען קויפט זאכען וואס מען ברויך אפילו נישט, אבער מען קריגט עס פאר ביליג. דאך האט דאס מיסטאמע א סיבה פארוואס ס'ווערט אזוי אנגערופען.
צו מיין מזל, וואוין איך לעבן די וואדבארי קאממאנס. און ווי פארשטענדליך איז דאס א גאנץ יאריגע אויסגאבע, נאר פאר דעם כבוד פון וואוינען דערנעבן. ספעציעל אין די חאגע טעג, פשי הא, דעמאלט איז דאך עס ממש אזא סארט מצוה צו גיין אהין און אויסגעבן דאס ביסל דלות וואס איז מיר נאך פארבליבן. מ'קויפט זאכען פון רעכטס און פון לינקס.
לאמיר גיין אין א כראנאלאגישן סדר:
די מאלל עפנט זיך צוועלף אויפדערנאכט. פונקט צו חצות ווי אלע אידן ווייסען. נעליכם ברגליכם ומקלכם בידכם. איך בין געהארגעט מיד. נאך א וואך ביטער שווערע ארבעט. אבער מיין ווייב זאגט אז מיר זיינען גרייט. זיינען מיר טאקע גרייט? מיין טייערע הויז געזונט זאגט מיר. אז ווען איך וויל עפעס פאר מיר, דעמאלט ווייס איך גאנץ גוט וויאזוי מיך צו האלטן אויף. זי ווייסט אבער אויך גאנץ גוט אז ווען איך בין אויף פאר "מיר" ביינאכט, איז עס געווענליך אין א מוצאי שבת, נאכען אריינציען א פינף שטונדען שבת נאכמיטאג. אבער עניוועיס, איך קען איר נישט אפלייקענען, ווייל ס'מאכט סייווי נישט אויס א חילוק. אבער איצט בין איך גוט מיד.
אבער וואס וועט זיין מיטן שבת אנגרייטן? גיב איך א פרעג. איטס אלל דאן ענד רעדדי פאר שאבעס, ענטפערט זי מיט א זיכערקייט וואס איז אוממעגליך אפצוווענדן. נו, אז אלעס איז גרייט, דאן וועל איך כאטש קענען מארגען זיך אפרוען און נישט דארפען העלפן. טראץ וואס אירע קאפריזען קען מען קיינמאל פאראויסזעהן.
ביי אשקאש ב'גאש, איז דא מאנטלען אויף סעיל, וואס מען קויפט פאר נעקסטעס יאר ווינטער, ווייל אויף דאס יאר האבען שוין די קינדער אלע צוגעהערן, און נישט פון סעילס. איך האב געצאלט בכסף מלא. איי גיי ווייס פארוואס איך לאמעך. עניוועיס גייט זי נישט לאזען די קינדער עס טראגען נעקסטע יאר, ווייל ס'שוין אוט אף סטייל, ס'יאנטשי. נו, גיי טענה זיך איין אויף אזא ספעשל פרייז. איך פלאניר שוין אויס ווי אין בעיסמענט סטארעדזש איך גיי דאס לייגען. און ווי אויך דארף איך ארויסנעמען וואס מען האט פאראיאר איינגעקויפט און מען דארף עס דאס יאר שיקען צו די ארימעלייט.
פארואס קויפסטו עס, האסט אפילו נישט גענוצט וואס דו האסט געקויפט פאראיאר בייזער איך מיך. קאם אן, שפעטיגט נישט די ענטפער צו קומען. די פרייז וואס איך צאל דאס יאר פאר די קאוטס? ס'א נוויירע איבערצולאזען אין סטאר. און איך קען מיין פרוי, זי האט מוירע פון א עבירה ווי פונעם רוח. מכשיל זיין איר מיט אזוינע סארט עבירות איז אוממעגליך.
מ'שטעלט זיך אין די רייע צו באצאלען. נו, אינגאנצען א האלבע שטונדע ווארט מען. מ'רעכנט צוזאם. טאטעל, הונדערט זיבעצן דאללאר, נאך אלע קופאנ'ס וואס מען קאן נאר נוצען.
זעסטו אז ס'האסיך געלוינט אהערצוקומען. וואלסט קיינמאל נישט אין דיין לעבן געקענט טרעפן אזעלכע פרייזען. איטס עי וואן אין עי לייפטיים טשענס.
ביי בורבעררי האט פריינדינע איר דערציילט אז אויב קומט מען צווישן צווייע און פירע פארטאגס, קריגט מען צוואנציג פראצענט אראפ פון די געווענליכע ביליגע פרייז פון ארום צוויי הונדערט דאללער פער זאך, און ארויף. ווי קען מען דאס פארפאסען? דו געדענקסט די שאל וואס רייזי האט? יא יא, ס'יז עכט שיין, איז עס פון בורבעררי? יויש, ביזט אזוי מיען. יויש, זאג מיר עמעסדיג אויב דו ווייסט וואס איך מיין. אקעי, איך ווייס נישט. דעמאלט פארוואס זאגסטו מיר אז דו ווייסט יא. אקעי, געט טו די פוינט. די שאל וואס זי האט איז בכלל נישט בורבעררי, איך ווייס אפילו נישט וויזוי זי שעמט זיך נישט און זי קען אפילו גיין מיט עס. אקעי. עממ איך גיי אריין טשעקן אויב איז דא עפעס א שאל פאר מיר. אקעי, איך וועל דא בלייבן אינדערויסן זיצן אויף דו באנק ביז דו וועלסטיר עפעס דארט אויס. ניין, איך קען נישט אליין, דו העלפסט מיר אייביג אויסוועלן, פליעז קום אריין מיט מיר. נעה, ווען דו דארפסט באצאלען קום ארויס און איך וועל דיר געבן די קרעדיט קארד. אקעי, מ'גייט אריין. איך דרימל אויפן באנק אין די גאס ווי א מת מצוה.
א לייכטן קלאפ אויף די פלייצע און איך כאפ מיך אויף, נישט וויסענדיג וואו איך געפון מיך אויף די וועלט. והנה, און נון. מיין ווייב שטייט לעבן מיר, זי האט דעם שמייכל וואס דערציילט אזוי שטילערהייט, אז די קארד וואס זי פארלאנגט איצט, רופט זיך אן אמעריקען עקספרעסס פלאטינאם. איך זאג איר אז איך גיי קוקען וואס זי האט אויסגעוועלט. ניין, טראסט מי, איטס ביוטיפאל, יו ווילל סי איט עט האום, איטס עי ריעל סורפרייז. פלוצלינג ברויך זי נישט מיין הילף אין אויסוועלן. יו וואנט ביליוו וואט עי בארגעין איט וואז, איי סימפלי קעטשד איט, קאדנט רעזיסט. עפעס א אנדערע לעידי האט עס שיעור נישט גענומען, זאגט זי מיר נאך. א שאד די לעידי איז נישט געקומען צוויי מינוט פאר מיין ווייב.
מיט שווערע טריט שלעפ איך מיך נאך מיין ווייב. און איך נעם ארויס דאס קארטל און פאר די פארקויפערן גיב איך עס איבער מיט פארדעכטיגטע בליקען. נישט וויסענדיג וואס ס'ווארט מיך אפ, ווייל די זעקל אין וואס די "אלע" זאכען ליגן, איז בערך אזוי גרויס ווי אזא פאקעט בוק וואס די באבעס פלעגן אמאל טראגען ביי חתונות און האלטן אזוי עטיקעטעש אין די האנט, מיט די פערפיום גערוך וואס פלעגן דאן שמעקן ביז די מרחקים. סווייפ, נאמבערס שפרינגען אהין און אהער. בארגעין בארגעין בארגעין. יור גרענד טאטעל טודעי איז פארטין האנדרעד דאללערס ענד עידי פאר סענטס, יו סעיווד טודעי סיקסטין האנ... אקעי טענקס, מיין מח איז שוין נישט דארט געווען. וויר דא איי סיין די קרעדיט קארד סליפ? איך שרייב עס אונטער און איך בלאז, און זי לאכט, זאגענדיג אז ביי אשקאש האב איך געשפארט און דא האב איך "אביסל" מער אויסגעגעבן. ס'יז א טו וועי סטריט.
איצט ענטפלעקט צו מיר. אז טראץ וואס זי האט געמוזט קויפן די אלע זאכען. פארט האט איר אנגעהויבן צו נאגען רחמנות געפילן. און זי וועט שוין נאר גיין צו ביליגערע געשעפטן. איך שלעפ מיך נאך אוואו א באליבט הונטל, און זי גיט מיר באפעלן פון רעכטס און לינקס. זי פירט מיך צו בעננעטאן, וואס דאס איז א שפאציר פון עטליכע מינוט צו צפון צו. דארט זאגט זי מיר צו אז נאר וואס מ'מוז אמת'דיג גייט זי קויפן. נו אוודאי. זי איז אן אמת'ע פרוי און אז זי מאכט אפ אז זי וויל עפעס קויפן דעמאלט מוז זי עס טאקע אמת'דיג.
איך שלעפ מיך נאך און מ'גרייך מיר אין געשעפט אריין. אה, קאם היר, לוק עט דיס, טריי איט אן, צייגט זי מיר אויף עפעס א העל ברוינעם סוועטער אין די קלירענס דעפארטמענט. יאפס, אויף מיינע זאכען, וואס איך ברויך נישט און איך גיי קיינמאל נישט אנטוהן. סיי ווייל ס'עקעלדיג און ווי אויך ברויכען זיך מיינע קינדער נישט שעמען מיט מיר. איך זאג מיך אפ פונעם כבוד און זי אייסערט זיך. איך קויף עפעס פאר דיר ספעשל און איצט זאגסטן אז דו ווילסט נישט. איטס עמבערעסינג, ענד יו מעיק מי פיעל דעט איי אוינלי טהינק עבאוט מייסעלף. פליז, איטס נאט איווען עקספענסיוו. איך זאג איר אז זי קען עס סייווי נעמען און איך ברויך עס נישט אנפרובירען צו ס'יז גוט אויף מיר ווייל איך גיי עס סייווי נישט טראגען "און זי האט עס געקויפט" פאר פיר טאללער און ניין און ניינציג צענט...
עפעס א נייער געשעפט פון די לעצטע פאר יאר און זי איז ממש באגייסטערט פון זייערע זאכען. ס'הייסט... דזשוסי קאטשור. זיי פארקויפן אלע זאכען וואס אין אנדערע געשעפטן קאסט עס צווישן זעקס און ניינצען טאללער, קען מען דא קריגען פאר א קארגע, צווישן זעכציג און הונדערט פופציג טאלער. אבער ס'יז נישט ממש ווי די ביליגע געשעפטן. ס'אזא "J" ארויפגענייט פון פארענט, וואס דאס הייבט די קאמאדיטי פונ'עס קליידעל אדער גאר בעיבי סטרעטשי.
און טאקע אין דעם געשעפט איז דא סטרעטשיס וואס "מ'מוז" קויפן פאר אלע מומעס, קאזינס און פרענדס, וואס האבען ניובארן'ס און ווי אויך די וואס גייען האבען ווייל איינמאל האט שוין פאסירט אז דאן האמיר אונז פארגסן צו קויפן. און איצט וועט מען עס קויפן גענוג פרי. אזוי אז ביי די וואכנאכט אדער קידוש וועט מ'נעס קענען טראגען. איי וועסטו פרעגן, אז מ'האט יא געקויפט פאריגעס מאל און איך געדענק פונקטליך וואס און וואו. מ'האמיר דעמאלס געקויפט ביי **** פיפט עוויניו אויפן וועג צו די וואכנאכט קיין וויליאמסבורג, א בעיבי לעיעט סעט און ס'האט געקאסט הונדערט און אכט דאלער און צוגאב צו שטייערן. ס'ליגט אויף די טאפ שעלף אין מיין ארמויר. זי האטזעך אבער געשעמט עס צו געבן, ווייל "איך" האב עס אויסגעוועלט.
איך בין שוין סייווי א גענצליך רעזיגנירטער און איך גיי איין אויפן געשעפט. אבער אין די סטאר זאגט זי מיר צו אז זי דארף דארט נאר פינף מינוט. זי האט מיר נאר נישט געזאגט ווען די פינף מינוט גייען זיך אנהייבן.
נאך פינף און פערציג מינוט ביים רעדזשיסטער און פיר הונדערט און פערציג דאללער מינוס. קומט זי ארויס מיט היבש א גרויסען זאק. נו, כאטש זאכען וואס מען וועט אמאל נוצען.
ביליגע געשעפט
טייערע געשעפט
ביליגע געשעפט
טייערע געשעפט
דא האב איך געכאפט איר גאנג. נאך יעדע טייערע סטאר, גייט זי צו א ביליגע סטאר, אזוי אום קען זי מיר ווייזען אז, זי גיט נאר אויס ווי זי מוז. און אז מען טרעפט פאר ביליגער "דען שי העז נא פראבלעם וויט איט". זי קויפט די טייערע, פשוט ווייל פון יענס געשעפט האט זי געמוזט האבען יענע זאך.
זי קומט ארויס פון עסקאדא און איך טראג מיך אן, אז איצט קען מען גיין צו סעינט דזשאן. זי פרובירט צוריקצודרייען, ווייל איצט דארף מען די ביליגע געשעפט און אזוי קלערט זי אז זי האלט מיך אין די ראמען אויף נישט אויסצופלאצען. איך האלט מיך ביי מיינעם אז סעינט דזשאן איז די קומענדע געשעפט. זי גייט אריין און מיר וועלן אויס עפעס א שיינע זאך. וואפס, מען קען עס נישט קויפן. ווייל זי האט איינע אמאל געזעהן מיט דעם קלייד. איך בענטש גומל אז דער טעם פון שאפפינג איז איר פארגאנגען. און מען גייט צו די קאר.
א שאד ס'נישט דא א דזשאקאדי געשעפט דא, זיי האבען זאכען וואס זי קויפט קיינמאל נישט. אבער עפעס אינטערסאנט, אייביג פארלירט זי דארט א צוויי דריי שטונדען.
די חשבון פון די נאכט איז ווי פאלגענד:
אייגן קאפיטאל וואס מען האט אויסגעגעבן. צוויי הונדערט איין און זעכציג דאללער מיט פערצן צענט.
די איבעריגע פיר טויזענט דריי הונדערט און דרייצן דאללאר און זעקס און ניינציג צענט, קומט פון אזא רעגירונגס פארשלאג וואס רופט זיך אן. רעיז די דעט סיעלינג. הייבן דעם חובות דאך. אז די רעגירונג קען דאס טוהן מיט בילליאנ'ס און טרילליאנ'ס, דאן מעג איך דאך עס טוהן אויף עטליכע טויזענט.
דער זייגער קלאפט פיר פינף און פערציג פארטאגס.
דערביי וויל מיין ווייב אויסדרוקען דאנקען פאר די פאלגענדע: אמעריקען עקספרעסס. טשעיס פרידאם. קעפיטאל וואן. סיטי פריפערד. סיערס סאלושענס. געפ קארד. נימאן מארקוס קארד. פארן לאזען די אלע טשארדזשעס אדורך גיין אן קיין שטער פון זייער זייט.
אזוי זיצענדיג אין די קאר אין טרעפפיק ארויס פון די מאלל. נישט געפערליך, אינגאנצען פינף און דרייסיג מינוט און. בוווווום, איים סאו טייערד, איי האופ יו וויל העלפ וויט די שאבעס פרעפערעישן טומארראו. וואאס?!?!?!?! דו האסט מיר געזאגט פארן ארויסגיין אז אלעס איז גרייט!!! עממממ אאההה עמממ, יא עמממ אבער, אמת'דיג. אוי ג-ט אין הימל העלף מיר, שריי איך אויס פון הארצען טיפען.
דער טאג קומט נאכען חאגע וואס ווערט ביי די גוים אנגערופן טהענגסגיווינג דעי, דאנקבארקייט טאגע אויף די שפראך וואס ווערט דא צווישן אונז גענוצט. מ'דערציילט אונז א לעגענדע אז ס'יז געווען א שרעקליכער הונגער און מענטשן זיינען ווי די פליגען געפאלן, מען איז אויסגעגאנגען אין די גאסען. ווען פלוצלינג... זיינען טשערעדעס פון אינדיקעס געקומען צופליען פון ווייס איך ווי. און דער עוילעם האט זיי געפאנגען, געכאפט און געבראטען אדער געקאכט און מען האט זיך געזעצט צו אוואו א סעודת שלמה בשעתו און דאס הונגער איז אוועקגעגאנגען.
זיי זאגען אונז אבער נישט וואס מען האט צוגעטרינקען דערצו און וואס די צושפייז אדער נאכשפייז איז געווען. איז טרינקען יא געווען בשעת דער הונגער איז פארגעגאנן, אלזא דעריבער מאכט מען נישט אזא וועזן דערפון? און אויב איז צושפייז אויך געווען, דאן וואס איז דער נס. האבען דאך די מענטשן געקענט עסן צושפייז, און אזוי אום נישט זיין הוגעריג. ווייל אין פאקט, האטעך דער מענטש מער ליב צושפייז, ווייל ס'געווענליך בעסער אנגעראכטן פונעם הויפט שפייז. אדער מוז מען גאר זאגען אז ס'גאר נישט געווען קיין זאך אין מויל צו נעמען. אלזא, האט מען נאר מיט די אינדיקעס געזעטיגט.
דאס דערמאנט מיך אן אנעקדאט, כ'געדענק נישט אין וועלכעס לאנד ס'אט פאסירט און ווי אויך וועלכער פירער. די מענטשן זיינען געגאנגען פראטעסטירן אז זיי האבען נישט קיין ברויט צו עסן, האט די פרעמירשע געזאגט, וואס איז דער מלעהר דא, זאלען זיי עסן קעיק און דעינישעס.
אבער די טרינקען מוז איך וויסען וואס גייט דא פאר. ווייל ביי א מאלצייט מוז מען עפעס טרינקען. זאל עס זיין מאראנצען זאפט, עפל סיידער, פראסטע וואסער אדער גאר וויין