א טראגעדיא בבית אדמו"רי בית וויזניץ.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:23 pm
א טראגעדיא בבית אדמו"רי בית וויזניץ.
ווי עס איז באקאנט איז נעכטן צופרי נסתלק געווארן מרת פיגא חיה האגער ע"ה, אשת יבלחט"א רבי יוחנן נ"י. מרת פיגא חיה איז געוועהן א טכטער פון הרב ישראל שנעבאלג שליט"א בן הרב משה מטשערנאוויץ שליט"א, אין חתן הרב פנחס שלום האגער אב"ד וויזניץ ב"פ, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
הרב יוחנן איז א זוהן פון הרב ברוך שמשון האגער אב"ד וויזניץ בית שמש, בן אדמו"ר מוויזניץ מונסי, וחתן אדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א.
מרת האגער (19) האט חתונה געהאט פאריאהר כסלו, אין דעם מוצאי שבת גגעבן געבורט פאר איר איינציג טאכטער. מאנטאג האט זי געהאט היץ, אין מען האט איר נישט אהיים געלאזט. אינמיטן די נאכט האט זי גערופן איר מאמע אז זי פילט ווי זי גייט אויס. אין מען גערופן פאר הילף. די מצב איז געווארן ערגער פון מינוט צו מינוט. אין ביז בערך 8:00 צופרי נצחו אראלים ויצאה נשמתה.
די וועלט איז געוועהן אין שאק. די משפחה איז צושאסן לשברי שברים.
די לוויה איז ארויס (מען האט זיך געאיילט מיט די לוויה צוליב א חתונה בבית וויזניץ, וואס האט זיך אהנגעהויבן 3:30) 10:3 פון טשערנאוויץ ווי עס איז געוועהן קורצע הספדים. דערנאך ביהמ"ד וויזניץ ב"פ. 1:30 איז די לווייה ארויס פון בית מדרשו של אדמו"ר מוויזניץ. ווי די זיידע שליט"א האט מלווה געוועהן. מען האט געפירט דעם רבי מיט א בענקל ביז די בית החיים. ווי מען האט איר געברענגט לקבורה ליד אוהל זקנה די וויזניצער רעביצין ע"ה.
א האלבע שעה נאך מען איז צוריק געקומען פון די לווייה האט זיך אהנגעהויבן די חתונה.
ויה"ר שלא ישמע שוד ושבר בגבולנו ויבלע המות לנצח ומחה ד' אלקים דמעה מעל כל פנים