שמח בחור בילדותך!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שמח בחור בילדותך!
די אומפארגינערס מאכן שרעקעדיג דאס לעבן פאר אלע נארמאלע מענטשן און גייען אויף די געהירן, דאס מוז מען עוקר מן השורש זיין! ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט ידידינו החשוב הרב [tag]פרישער[/tag] שליט"א געמאכט מטעמים פון אזא גוטן ארטיקל, ער איז ביכולת צו צולייגן די זאך אויף אטאם-סייז פיצי שטיקלעך און ארויסצווינגען אן אויספלאץ יעדע שורה, בפרט מיט דעם פרידישן שפראך. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, ער איז אצינד פארנומען מיט חנוכה דאגות, וועל איך מוזן נעמען דעם עבודת הקודש אויף מיינע שוואכע אקסלען (איך האף אז [tag]געפילטע פיש[/tag] וועט עס גלעטן, כדי עס זאל מיר נישט שטערן צו שטארק).
זאג, צי ווייסטו אז מיר געפינען זיך אין שטאט מיט פארפעסטיגטע לופט און א פאלושען וואס איז גורם אסטמא פאר אונזערע קינדערלעך? מען טאר נישט אטעמען אויף די גאס! און נישט אלע בעס'כיסעס זענען ריין און מאנכע רייניגן זיך נישט די הענט יעדעס מאל און דאס איז גורם שיגעלע, טרענספעט איז א חורבן פאר אייער גוף, ווייסע מעהל איז נישט גוט פארן פארדייאונגס סיסטעם, צוקער מאכט שלעכטע גלוקאס, זאלץ הייבט די בלוט פרעשור, געפרייטע עסן הייבט די שלעכטע קאלעסטראל, רייכערן איז דאך דער מלאך המות אליינס און מאכט שווארצע לונגען, עסן שטייענדיג מאכט גראבע פוס, עסן זיצעדיג מאכט א גראבע בויך, עסן ליגעדיג מאכט א גראבע רוקן, אויף קאווע זענען אויך דא מחמירים וועלכע זענען נישט איבריג צופרידן און זאגן עס שאדט פארן הארץ (און קריגן זיך מיט מיין חתימה), והוא הדין מיט טשאקאלאד, קאלירטע סאדע מאכט הויכע צוקער (ווייסע, נישט ברוינע), בונדאש איז נישט געזונט ווייל ס'איז געפרעגלט פונקט ווי פרענטש-פרייס, בהמה פלייש שאדט פאר די אדערן, פיצא איז צו פעט און מאכט גראב און ס'איז נישט גוט פאר שידוכים, קאקאש קעיק און אראנדזש דזשוס איז נישט גוט פארן מאגן, טשולענט און ארבעס מאכן שלשול, סלאש שאדט פאר די נעגל (טאקע? נישט געוואוסט).
א הייסע מקוה איז נישט געזונט פארן הארץ, א קאלטע איז נישט געזונט פאר די פוס (און א לאולעך איז סתם אזוי נישט גוט, ס'האט נישט קיין אידישן טעם). גיין אונטער די זון מאכן בריען אויף די הויט און קען גורם זיין הויט קענסער ח"ו, נישט גיין אונטער די זון פארמינערט ווייטאמין D, גיין מיט ווייסע קליידער קלאפט צוריק די היץ פון די זון, אבער גיין מיט שווארצע איז מער צניעות'דיג, ווי אויך נאר ווייסע זאקעלעך איז גוט פאר די פוס-פאנגוס, טרינקען אינמיטן עסן מאכט גרעבצן, נישט טרינקען בכלל מאכט שליקעצן, א סעלפאן ברענגט שטראלן פארן מח, קנאבל מאכט א שלעכטן ריח אין מויל, ליינען אין דער טונקל שאדט פאר די אויגן, שמעקן טאביק איז סם המות, הערן הויכע מוזיק מיט העדפאונס אדער ביי א חתונה קען שאטן פאר די חוש השמיעה, קוקן ווי א קאנסטראקשן ארבעטער שפריצט פייער איז נישט גוט פארן חוש הראי', גיין אין פאבליק טוילעטס שאדט פארן חוש הריח (און אפט פארן חוש השמיעה אויכעט אבער אכמ"ל), שלאפן מיט א אפענעם פענצטער קען גורם זיין א צוג און דאס מויל ווערט פארדרייט, שלאפן צו ווייניג איז נישט גוט פאר אימיון סיסטעם, שלאפן צו פיל איז אויך נישט גוט (בשם מיין טאטן זז"ג...), און די ליסטע איז נאך א לאנגע (וההמשך יבא בל"נ).
וואס מיינען די שטודיער און סטאטיסטיקער און דאקטוירים פערדן? אז איך גיי סך הכל אפקאכן אביסל קאשע מיט ביטערע בראקעלי און לעבן דערויף 120 יאר? ניין וועג!! איך וועל עפעס יעדן טאג מאכן א חשבון הנפש וואס/ווען/וואו איך טו/גיי/עס/טרינק/שלאף מאכן טויזענט קאלקיולעישאנס וואס איז יא/נישט גוט ווען? איך האב עפעס איבריג צייט פאר דעם? וויל איך אייך דא מגלה דעת זיין און הויך אויסרופן: 'ך פייף ענק אלע אן! כ'וועל טון וואס מיר שמעקט, און עטץ קענטס אייך שטיקן מיט ברוינע רייז! ואני אכנס לחיים טובים ארוכים ולשלום. מען דארף די אלע צייטונגען און לעכערליכע שטודיעס אין מיסטקאסטן ווארפן, זיי האבן אלע דעם זעלבן דין ווי די פלארייד ארויפצווינגער, אלעס זענען קאנספיראציעס, גארנישט מער!
איך האב לעצטנס געלייענט פון ר' יעקב בלוי זצ"ל פון די עדה החרדית וואס איז נסתלק געווארן לעצטע יאר, ער איז געווען א העווי סמאוקער, האט מען אים מעורר געווען אז די דאקטוירים זאגן אז עס איז נישט געזונט, און עס איז א שאלה פון ונשמרתם וכו', האט ער געענטפערט בזה הלשון: "בעסער לעבן 70 רואיגע יארן, ווי איידער 90 נערוועזע"! ודפח"ח.... (איבריג צו זאגן אז ער איז אוועק בשיבה וזקנה טובה..)
נא רבותי, האמיר שוין דא א מעשה רב, לאמיר זיך אפלאזן פון די אלע אנשיקענישן, נאר מקיים זיין שמח בחור בילדותך כראוי וכיאות, אזוי ווי איינער פון די גדולים האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בצחות לשונו "מען לעבט נאר איינמאל".. ס'איז דאך א שאד, ווער זאל דען עסן די קארן טשיפס מיט די פודינג, פארוואס איבערלאזן פאר יענעם און זיך שטיקן מיט זויערע גרינפיעס, און לעבן אויף די טייערע וויטאמינען ABCDEFGH. לאמיר זיך פארנעמען באהבה ובשמחה רבה, מיר וועלן געניסן כדבעי למהוי, רוקן אווערנייט קוגל מיט יאפטשיק, סאלאמי און פאסטראמי סענדוויטשעס, פיצא מיט פרענטש פרייס, פיינע ווייסע ראפאגאש חלות, און בעזר ה' ענזשויען לייף צו די פולסטע אזש ס'זאל גיין א רויך!

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
[tag]שמעקעדיג[/tag] איך מיז דיר גראטעלירן, די האסט גענוי ארויס די ענין, איך וואלט וועין טאקע געברויכט שרייבן דערוועין, אבער האסט געמאכט א קנאק פון א ווערק, עס האט מיך געשמיסן דאס געלעכטער, איך האב גריידע געשריבן אן ארטיקל א צייט ציריק, דו פעשער, האט עס געהייסן, אביסל און א אנדער ריכטינג, אבער דיס איז מורה'דיג, איך רייס שוין צין פיצע סטאר.
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרישער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 273
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
- האט שוין געלייקט: 120 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
ומכאן מודעה רבה אז איך האב געלייקט די תגובה 15 מאל, אבל מה אעשה סאיז ארויסגעקומען נאר איין לייק. אבער ווי פלעגט מען זאגן, מדארפ טהון נישט אויפטהון.
איך האב מיטגעהאלטן א יציאת נשמה פון א זקן מופלג בן תשעים וארבעה, אויף זיין טיש איז געלעגן א אפענע באקס ציגארעטן, ער האט נאך עספייעט צו כאפן איינס קודם שיצתה נשמתו בטהרה.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקי: ייש"כ פאר'ן דערמאנען מיך אז איך האלט שוין ב"ה (כמעט) ביים צווייטן העלפט פון פסוק אין קוהלת. נאר די ערשטע העלפט (דער אנהייב פון פסוק) איז אויכעט ב"ה אריבער נישקשה. איך האב געזעהן מהדר צו זיין און מקיים געוועין די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט אז די דאקטוירים זאגן אז ס'שאדט פאר'ן געזונט, און אפשר אפאר זאכן וואס דו האסט נישט אויסגערעכנט. חוץ לייגן קנאבל אויפ'ן ברויט. קנאבל האב איך מיך אלעמאל מוציא געוועין מיט די קנאבל אין טאמעיטא דיפ. אז מ'רעדט שוין פון קוהלת. האטצעך אן אלטער איד אמאל אויסגעדרוקט כהאי לישנא: די וועלט איז הבל. קייען איז דער עיקר.
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
![קיל 8-)](./images/smilies/icon_cool.gif)
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
אוי וויי וואס איז געשעהן מיט דעם אלטן וואוילן שמעקעדיג: viewtopic.php?p=152196#p152196
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:אופ טאפיק תגובה: די כותרת פון דעם אשכול איז 'שמח בחור בילדותך', איז אולי אינטרעסאנט צו אנמערקן אז דער כינוי של גנאי "שבב'ניק" מיט וואס די פרענקן און ישראל'ישער נוער שוליים ווערט אנגערופן, שטאמט פון די ר"ת פון אט דעם פסוק ש'מח ב'חור ב'ילדותך".
בכלל נישט ,עס איז א אראבישע ווארט שבאב און מיינט די צעירים-יונגע. קענסט עס הערן אויף פארשידענע אראבישע קליפס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך אויך האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:אופ טאפיק תגובה: די כותרת פון דעם אשכול איז 'שמח בחור בילדותך', איז אולי אינטרעסאנט צו אנמערקן אז דער כינוי של גנאי "שבב'ניק" מיט וואס די פרענקן און ישראל'ישער נוער שוליים ווערט אנגערופן, שטאמט פון די ר"ת פון אט דעם פסוק ש'מח ב'חור ב'ילדותך".
בכלל נישט ,עס איז א אראבישע ווארט שבאב און מיינט די צעירים-יונגע. קענסט עס הערן אויף פארשידענע אראבישע קליפס.
נאר איך האב געמיינט אז די אראבער האבן עס גענומען פון די אידן. דרך אגב. איך האב געהערט א קליפ פון די אראבער. זיי האלטן אז אונז האבן געגנב'עט ווערטער און מנהגים פון זיי....
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
סאיז אפשר מאדנע, אבער די מוסלומענער האבן עפעס א מנהג פון נאכמאכן און באראבעווען די אידן ביי יעדע געלעגענהייט. לשיטתם איז משה רבינו געוועהן א ישמאלי און גערעד אראביש, אראביש איז די ערשטע שפראך נישט לשה"ק, עקידת ישמאל, קבר יוסף און קבר רחל איז זייער, די כותל איז מוחמד'ס לופטפעלד און די ליסטע גייט ווייטער.
מיר זענען אין גלות ישמאל און מקען גארנישט טוען. תג מחיר וועט נישט העלפן.
מיר זענען אין גלות ישמאל און מקען גארנישט טוען. תג מחיר וועט נישט העלפן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אבער די ציונים זענען שולדיג. די אראבער זענען דאך אזאלכע פיינע מענטשן. מ'האט אפילו געהאנגען די וועש אויף איין שטריק און די אראבישע גוי'טעס האבן גע'בעיביסיט די אידישע קינדער. זענען געקומען די פארשאלטענע ציונים און האבן אלעס קאליע געמאכט. פאר די מאורעות תרפ"ט זענען אויכעט די ציונים שולדיג. זיי האבן געצווינגען די וואוילע אראבערס, ימ"ש זאללן באגיין רציחות אקעיגן אידן. הממממ... כדברי הרב שמאפלאן ו ישראל מ. סופר, עפ"ל.
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
![פארשעמט :oops:](./images/smilies/icon_redface.gif)
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
זייער פשוט, מענטשן האלטן זיך איין פון כל מיני מאכלים טובים וועגן מ'האט מורא פון קענסער, כאילו די דייעט איז דער גורם, כאטש די פאקט באווייזט אנדערש אזויפיל מאל,
קומט דער ארטיקל און ברענגט שטודיעס פון דאקטוירים, אז אין הכי טאקע, די מחלה האט כמעט גארנישט איינגעשטויסן מיט א גוטע אדער שלעכטע דייעט. ויאכלו ענוים וישבעו.
פארשטייסט?
קומט דער ארטיקל און ברענגט שטודיעס פון דאקטוירים, אז אין הכי טאקע, די מחלה האט כמעט גארנישט איינגעשטויסן מיט א גוטע אדער שלעכטע דייעט. ויאכלו ענוים וישבעו.
פארשטייסט?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
די אווער סימפליסטי וואס שמעקעדיג האט דא אנגענומען טרעט שוין איבער אלע גבולים און פארשטייט זיך קיין שום חיצוניות איז נישט גוט, די פלארייד אין די וואסער מוז נישט באזארגן אבער קיינער זאל נישט נעמען דעם שמעק פאר פעיס וועליו. א געזונטע דיעטע איז א חוב קדוש כמבואר ברמב'ם אז רוב מענטשן שטארבן פון אן אומגעזונטע דיעטע, און די נארישע בלאט שטודיעס גייען אין קאנטראסט מיט די אנגענומענע מיינונג פון די גאנצע מעדיצינישע וועלט מעולם ועד עולם ושמח בחור בילדותך עד כאן דברי יצר הרע.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כוכב... כ'האב נישט געזאגט אז מען זאל נישט אכטונג געבן אויפן געזונט. אבער דאס איבערטרייבן האט נישט קיין שום זין, בפרט פאר די וואס האלטן זיך איין נאר צוליב די ביטערע מחלה. איך קען דיר אויסרעכענען א האלבן דאזן מענטשן וואס איך קען און האבן געפירט גאר א געזונטע לעבנס שטייגער און זענען רח"ל אוועק פון די מחלה יונגערהייט, בעת אנדערע וואס פרעסן מכל הבא לידם און דרייען זיך און פרייען זיך העכער די 70 געזונט און שטארק.
אויף רויכערן וועסטו אויך הערן טייל זאגן דאס זעלבע. אבער דארט איז כאטש פאראן פרוף מיט די שווארצע לונגען וכו'. משא"כ לגבי קענסער. קענסט פארלאנגען א געזונטע דייעט צוליב די הארץ, קאלעסטראל, אדער אנדערע סיבות. אבער גיב נישט אן קענסער אלס רעזולטאט פון א שלעכטע דייעט. כ'האף ביסט קלאר מיט מיין כוונה.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: שמח בחור בילדותך!
קען זיין אז שרייעדיגע העדליינס מעלדן דאס, אבער אזא סיענטיפישע ריפארט איז נישטא. די טשאנס פון שטארבן פון רייכערען איז דרייסיג פראצענט, און די טשאנס פון באקומען קענסער פון פראסעסד פלייש איז נענטער צו זיראו ( צווישן 1.1 און 1.2 פראצענט העכער פון נארמאל).
וואס יא, די WHO ( וועלט העלטה ארגעניזאציע) האט מחליט געווען אריינצושטעלן פראסעסד פלייש אינטער די קארסיאזשעניק קאטאגאריע (עסן /קאמיקאלן וואס קענען גורם זיין קענסער ), וויבאלד א שטודיע האט געוויזן א (מינדערוויכטיגע) העכערונג אין די טשאנס פון באקומען קענסער אויב עסט מען פראסעסד פלייש.
וואס יא, די WHO ( וועלט העלטה ארגעניזאציע) האט מחליט געווען אריינצושטעלן פראסעסד פלייש אינטער די קארסיאזשעניק קאטאגאריע (עסן /קאמיקאלן וואס קענען גורם זיין קענסער ), וויבאלד א שטודיע האט געוויזן א (מינדערוויכטיגע) העכערונג אין די טשאנס פון באקומען קענסער אויב עסט מען פראסעסד פלייש.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
און עודך! שאמפו איז נישט געזונט....
https://www.mlive.com/news/2021/10/chem ... finds.html
https://news.yahoo.com/chemicals-shampo ... 16006.html
https://www.mlive.com/news/2021/10/chem ... finds.html
https://news.yahoo.com/chemicals-shampo ... 16006.html
וירח ה' את ריח הניחוח
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: שמח בחור בילדותך!
שמעקעדיג האט גענומען יעדע מעדיצינישע רעקאמענדירונג און פשוט "צולייגט" "צונעמען" און "חוזק געמאכט" ושלום על ישראל, אונז קענען ווייטער זיין איבערוואגיג, נישט אויסהערן דאקטוירים, רייכערן בגדול ווייל עמרם בלוי, און אנטייטלען אויף איינצעלנע וואס האבן יא געלעבט לאנג (כדרך הטיפשים וואס ברענגען ראיה'ס פון איינצעלנע, ע"ע פרנסה / ערציאונג).
יעצט מער ערנסט און צו אדרעסירן דיין לעצטע תגובה, עס ווערן קאנדאקטער מיליאנען שטודיעס יעדע יאר, יעדע גרופע סטודענטן פירט דורך אפאר שטודיעס. אלס וועסטו קענען טרעפן סתירה'ס אדער לעכערליכע העדליינס, און טאקע פשוט'ע שטודיעס זענען געווענליך נישט מחייב. נאר וואס יא? נאך וואס א שטודיע קומט אויף מיט עפעס א צום זאך חידוש, למשל אין מעדיצין / געזונט, נעמט מען עס ווייטער, מ'שטודירט, מ'פארברייטערט און מ'באארבעט עס אויף טיפער, און אויב שטעלט זיך טאקע ארויס ווי די שטודיע האט פארגעשלאגן (אדער עס זעט עכ"פ אויס אזוי) וועלן 'צוביסלעך' מער און מער דאקטוירים עס אננעמען און מיט דעם קומט אויך מער פארש ארבעט און נאך יארן ווערט עס אנגענומען ביי די רוב מוחלט. למשל רייכערן.
איז מיט'ן אנווייזן אויף עפעס א נארישע שטודיע פרעגסטו נישט ממש אפ אלע דאקטוירים, און עס בארעכטיגט נישט פלוצלינג צו טרינקען זיסע געטראנקען, עסן אויליגע משמנים, און בדווקא נישט מאכן קיין איבונגען.
....כ'הייב אן כאפן פארוואס אידן דארפן א עקסטערע אמבולאנס סערוויס....

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:שמעקעדיג האט גענומען יעדע מעדיצינישע רעקאמענדירונג און פשוט "צולייגט" "צונעמען" און "חוזק געמאכט" ושלום על ישראל, אונז קענען ווייטער זיין איבערוואגיג, נישט אויסהערן דאקטוירים, רייכערן בגדול ווייל עמרם בלוי, און אנטייטלען אויף איינצעלנע וואס האבן יא געלעבט לאנג (כדרך הטיפשים וואס ברענגען ראיה'ס פון איינצעלנע, ע"ע פרנסה / ערציאונג).
יעצט מער ערנסט און צו אדרעסירן דיין לעצטע תגובה, עס ווערן קאנדאקטער מיליאנען שטודיעס יעדע יאר, יעדע גרופע סטודענטן פירט דורך אפאר שטודיעס. אלס וועסטו קענען טרעפן סתירה'ס אדער לעכערליכע העדליינס, און טאקע פשוט'ע שטודיעס זענען געווענליך נישט מחייב. נאר וואס יא? נאך וואס א שטודיע קומט אויף מיט עפעס א צום זאך חידוש, למשל אין מעדיצין / געזונט, נעמט מען עס ווייטער, מ'שטודירט, מ'פארברייטערט און מ'באארבעט עס אויף טיפער, און אויב שטעלט זיך טאקע ארויס ווי די שטודיע האט פארגעשלאגן (אדער עס זעט עכ"פ אויס אזוי) וועלן 'צוביסלעך' מער און מער דאקטוירים עס אננעמען און מיט דעם קומט אויך מער פארש ארבעט און נאך יארן ווערט עס אנגענומען ביי די רוב מוחלט. למשל רייכערן.
איז מיט'ן אנווייזן אויף עפעס א נארישע שטודיע פרעגסטו נישט ממש אפ אלע דאקטוירים, און עס בארעכטיגט נישט פלוצלינג צו טרינקען זיסע געטראנקען, עסן אויליגע משמנים, און בדווקא נישט מאכן קיין איבונגען.
....כ'הייב אן כאפן פארוואס אידן דארפן א עקסטערע אמבולאנס סערוויס....
די בעל ריח ניחוח איז נישט אזא בהמה, ס'אלץ בבחינת ובדחו השותים, אויב דארפט איר באמת געזינטהייט עדווייס, נעמט עס נישט פון פנים'לאזע קאווע טרינקערס דא אין שטיבל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein