ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

שליחה דורך ישובניק »

כידוע, אז ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין, אדער אפילו נישט מיט עין, אבער מיט'ן שוו"א-קלאנג - ווען מ'וויל ניצן מיט זיי דעם "באשטימטן ארטיקל", זאגט מען / שרייבט מען די (און נאך א פרעפאזיציע - דער); דהיינו, זיי ווערן באטראכט ווי א לשון-נקבה.

אן אויסנאם אין דעם זענען אבער די ווערטער וואס דריקן אויס א פעולה/טאט (ווערב), נאר ווערן גענוצט ווי א שם-עצם (זאכווארט), געווענליך צוזאמען מיט'ן הילפס-ווארט "טון", אדער "געבן". א סימן האבן זיי, אז אין לשון-הוה (איצטיגער צייט, קעגנווארט) און עתיד (צוקונפט), ווערט ביי זיי פארהיטן דער עין, אויך ווען עס קומט צו זיי דער ענדע-נון, און אין לשון-עבר בלייבט אויך דער עין און דאס ווארט ענדיגט זיך מיט א טית.

איין ביישפיל: טשעפע.
א טשעפע געבן, א טשעפע טון.
טשעפען.
געטשעפעט.

דער טשעפע.

(דאס אויבן-געזאגטע איז ווען מ'ניצט ווי א שם-עצם דעם שטאם פונעם ווערב, דהיינו, אן קיין סופיקס [סופיקס: ענד-טייל, צוגעגעבענער אות/אותיות ביים סוף ווארט]; אבער אז מען רעדט פונעם טאט בלשון-הוה [אינפיניטיוו] - באציענדיג זיך צום באגריף אין אלגעמיין, אדער צו א ספעציפישן טאט - מיט'ן צוגעגעבענעם ענדע-נון, איז דער באשטימטער ארטיקל - דאס: דאס טשעפען אנדערע; דאס טשעפען אים.)

עס זענען פאראן נאך פיל ווערטער פון דעם סארט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

שליחה דורך זר זהב »

הלוואי ווען איר קענט ווען מער באריכות מסביר זיין וואס איר שרייבט. ס'איז זייער טיף! די אלע זאכן וואס דו נוצט פאר א הסבר איז אויך נישט פארשטענדליך פאר א בעגינער, איר פארשטייט ? כזעה אבער אז דו זאגסט דברים של טעם.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

שליחה דורך ישובניק »

זר זהב האט געשריבן:הלוואי ווען איר קענט ווען מער באריכות מסביר זיין וואס איר שרייבט. ס'איז זייער טיף! די אלע זאכן וואס דו נוצט פאר א הסבר איז אויך נישט פארשטענדליך פאר א בעגינער, איר פארשטייט ? כזעה אבער אז דו זאגסט דברים של טעם.


אין קורצן הייסט עס אזוי:
געווענליך, ווען עס איז דא אן עין ביים סוף ווארט (אדער מ'זאגט ארויס דעם סוף-ווארט מיט א שוו"א-קלאנג), ווערט דאס ווארט באטראכט ווי א לשון-נקבה, דעריבער זאגט מען די.
צום ביישפיל: הלכה, שאפע, אפעראציע.

אויב מ'רעדט אבער נישט פון א זאך, נאר פון א פעולה, דעמאלט איז דאס ווארט א לשון-זכר, אויך אויב עס ענדיגט זיך מיט'ן שוו"א-קלאנג, און דעריבער זאגט מען דער.
צום ביישפיל: דער טשעפע.

(טשעפע איז נישט קיין זאך; ס'איז א פעולה וואס מ'טוט.)

א גוטער סימן אויף דעם איז ווען מ'קען ניצן דאס ווארט צוזאמען מיט "געבן" אדער "טון" (הילפס-ווערבן): א טשעפע געבן, א טשעפע טון.

אין דעם אויבנדערמאנטן פאל, איז "טשעפע" דער שורש פונעם ווארט "טשעפען". (מ'קען זאגן: צו טשעפען, וועט טשעפען, טשעפעט, האט געטשעפעט - אבער דער שורש בלייבט: טשעפע.)

כאטש מ'רעדט דא פון א פעולה, ווי געזאגט, ווערט עס אבער דאך גענוצט דא ווי א זאך (דער טשעפע, א טשעפע געבן).
דאס רופט זיך א זאכווארט (א ווארט וואס דריקט אויס א זאך; א שם-עצם).

אבער אויב דאס ווארט דריקט אויס א פעולה (אָן צוגעבן "טון" אדער "געבן"), דעמאלט זאגט מען דאס.
דאס טשעפען.
טשעפען איז א טאט-ווארט (א ווארט וואס דריקט אויס א טאט, א פעולה; א שם פועל, א ווערב). מ'רעדט נישט פון א טשעפע, נאר פון דער פעולה טשעפען. ס'איז נישט קיין זאכווארט.

דער אמת איז אז צו פארשטיין גרינגער אזעלכע יסודות, פאדערט זיך ערשט זיך צו באקענען מיט די פשוט'ע כללים פון זאכווערטער, טאט-ווערטער, אא"וו.

כ'האף ס'איז אביסל מער פארשטענדליך יעצט.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

שליחה דורך שרגא »

א דאנק פאר די חידושים.

איז למשל "קלער/קלערן" (דער קלער, א קלער טון, צו קלערן, האט געקלערט) אויך אין דער זעלבער קאטעגאריע?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

שליחה דורך ישובניק »

יאנקל האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט רב ישובניק. קיינמאל נישט געוואוסט פון דעם כלל. עפעס א מקור וואלט איר געקענט אפשר צואווייזן אויפן וועב?

איך ווייס נישט צי ס'שטייט ערגעץ אין וועב, אבער אפשר קען איינער טראכטן פון נאך ענליכע ווערטער, און געבן א זוך די ווערטער אויפן וועב, און זען ווי אזוי עס ניצן עס די וואס ש רייבן געווענליך לויט די "כללים".
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

שליחה דורך ישובניק »

שרגא האט געשריבן:א דאנק פאר די חידושים.

איז למשל "קלער/קלערן" (דער קלער, א קלער טון, צו קלערן, האט געקלערט) אויך אין דער זעלבער קאטעגאריע?


קלער און קלערן זענען זיכער אין דער זעלבער קאטעגאריע ווי טשעפע און טשעפען אלס ווערבן (טאט-ווערטער) וואס ווערן גענוצט ווי א זאכווארט (קלער), אדער ווי א טאט-ווארט (קלערן), אבער דער כלל איז אין דעם פאל נישט קיין חידוש, ווייל קלער האט דאך נישט קיין שוו"א-קלאנג ביים סוף פונעם ווערב-שורש, און ס'איז סיי-ווי געווען א דער אויך אן דעם הסבר.
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך ישובניק »

אגב, ביי דער זעלבער קאטעגאריע ווערטער (טשעפע, וכדומה), בלייבט אויך דער עין פאר'ן ענדע-נון (טשעפען). עס זענען דא פיל אזעלכע, צום ביישפיל: פאשען, הארעווען, יאווען, שעפטשען, וכו'.
א גוטער סימן דערויף איז אז ווען מ'רעדט בלשון-עבר, קומט עס מיט אן עין און א טית: געטשעפעט, געפאשעט, געהארעוועט, געיאוועט, געשעפטשעט.
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך ישובניק »

ישובניק האט געשריבן:אגב, ביי דער זעלבער קאטעגאריע ווערטער (טשעפע, וכדומה), בלייבט אויך דער עין פאר'ן ענדע-נון (טשעפען). עס זענען דא פיל אזעלכע, צום ביישפיל: פאשען, הארעווען, יאווען, שעפטשען, וכו'.
א גוטער סימן דערויף איז אז ווען מ'רעדט בלשון-עבר, קומט עס מיט אן עין און א טית: געטשעפעט, געפאשעט, געהארעוועט, געיאוועט, געשעפטשעט.


איך האב געטראכט אויף דער מינוט פון א צאל ווערטער פון דעם סארט, וואס ס'איז וויכטיג אריינצואווארפן דא, כדי צו וויסן אז עס בלייבט ביי זיי דער עין ביים סוף ווען עס קומט צו אן ענדע-נון. עס זענען דא נאך פיל, איך רעכן אויס נאר די וואס פאלן מיר איין יעצט ביים מאמענט. לאמיר געדענקען דעם סימן: ביי די ווערטער אין לשון-עבר בלייבט אויך דער עין, און עס קומט צו א טית.

כליפען, סקריפען, כראָפען, דראפען, שיפּען, זשיפען, הירזשען, טופען, קוילען, הוידען, רעווען, האדעווען, פראווען, ספראווען, סטארען, פאטשקען, טראסקען, קוואקען, שושקען, בריקען, האווקען, סאָפּען, דרעפטשען, ווארטשען, בורטשען, מוטשען, פויזען, פאר'תכל'עווען, זשאלעווען, סטראשען, בלאנדזשען, צילעווען, ראטעווען, ראבעווען. איך שטעל זיך אפ דא, ווייל אזעלכע ווערטער מיט -ווען זענען דא א סאך.

מערקווירדיג: איך האב געשריבן קוילען, וואס דער עין בלייבט איבער אין דעם ווארט, אנדערש ווי קוילן וואס איז דער לשון-רבים פון א קויל וואס מ'שיסט. אזוי אויך בריקן/בריקען, און נאך.

אין ליכט פון דעם שמועס, איז אינטערעסאנט דאס ווארט פראסקען. קומט עס מיט אן עין, אָן? מ'זאגט פראסק, אבער געפראסקעט. אינטערעסאנט: איך האב געזוכט אין גוגל דאס ווארט פראסקען, מיט א פתח אונטערן עין, און אויך אנפראסקען, מיט א קמץ אונטערן אלף, אבער ס'איז גארנישט ארויפגעקומען. איז דאס א רעלאטיוו-ניי ווארט?
פארשפארט