שוין יארן וואס די משיחיסטן שלאגן זיך מיט די אנטי'ס אויב דער לעצטער רבי איז בכלל (געווען...) משיח צו נישט, און די גרעסטע מחלוקה'לע איז צו דער משיח קען בכלל שטארבן צו נישט...
די משיחיסטן האבן מיט די יארן ממש גארנישט נאכגעלאזט, פארקערט זייער א גרויסע חלק פון די אינגווארג האבן זיך אנגעשלאסן אין די משיחיסטן מאוומענט, מ'טאנצט און מ'יובעלט פארן משיח, מ'נעמט נאך דאלערס, כוס של ברכה, און מ'איז אים מצרף פאר א צעהנטער צו מנין... געוויסע זענען נאך מתפלל לרפואתו... (אינטערסאנט אז קראנק קען ער יא ווערן...). ביי יעדע תפילה און שמחה רופט מען אויס מיט פאטאס "יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד". שמחת בית השואיבה אין 770 האבן זיי פענער און זייער טענץ זענען די שטערקסטע, מיט די באטיילוגונג פון אלטע אידן מיט אן ערענסקייט.
דא אבער איז אינטערסאנטערהייט געקומען א שטיקל בלאו (ווי מ'רופט עס) ווען ס'איז געמאלדן געווארן אז היינט ביום הצלה והשיחרור, אין טאג פונעם "חג הגאולה" י"ט כסלו, גייט געקרוינט ווערן הרב יצחק פייוויש גינזבורג, ראש ישיבת "עוד יוסף חי" וראש תנועת "גל עיני". וואס ווערט גערופן ביי זיינע נאכפאלגער "דער מלאך", אלס דער (משנה ל) מלך המשיח!
הרב גינזבערג, איז א גאר באקאנטער פיגור אין חב"ד, וואס חוץ די צענדליגע ספרים וואס ער האט ארויסגעגעבן אין לש"ק (אסאך דערפון איבער שלימות הארץ, און גאר אסאך איבער קבלה וחסידות) און אין ענגליש, האט ער גאר אסאך נאכפאלגער בעיקר אין ארץ ישראל.
הרב גינזבערג איז 69 יאר אלט (בשנת השבעים, ווי זיי רופן עס), און גאר א ראדיקאלער פיגור אין די שלימות הארץ מאוומענט, ער איז שוין געווען צענדליגער מאל אויף די רעידאר פון די גאווערמענט דארטן אין מדינת ישראל, אלס איינער וואס שטיצט שטארק די טעראר חלק פון די שלימות הארץ גרופע, און האט אפילו ארויסגעגעבן א ספר "ברוך הגבר" ווי ער ברענגט ארויס די העראישקייט און מסירת נפש און די חלק ההלכה וקבלה פונעם אקט פון ברוך גאלדשטיין (וואס האט פורים תשנ"ד געהרג'ט 29 אראבערס אינעם מערת המכפילה).
בלייבט איבער צו וואונטשן, ימים על ימי מלך...
א פרישער מלך המשיח אין ליובאוויטש..
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א פרישער מלך המשיח אין ליובאוויטש..
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
Poe's law, dude
ער האט טאקע חסידים וואס האלטן אים פאר משיח, אבער ער איז נישט די ווארט זאגער פאר משיחיסטן און קיינער גייט אים נישט מכתיר זיין היינט, זיכער נישט ביי די הויפט התוועדות מטעם חסידי חב"ד במעמד רבי יואל. מען דארף אמאל נוצן קאמאן סענס.
ער האט טאקע חסידים וואס האלטן אים פאר משיח, אבער ער איז נישט די ווארט זאגער פאר משיחיסטן און קיינער גייט אים נישט מכתיר זיין היינט, זיכער נישט ביי די הויפט התוועדות מטעם חסידי חב"ד במעמד רבי יואל. מען דארף אמאל נוצן קאמאן סענס.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
הוגה האט געשריבן:Poe's law, dude
ער האט טאקע חסידים וואס האלטן אים פאר משיח, אבער ער איז נישט די ווארט זאגער פאר משיחיסטן און קיינער גייט אים נישט מכתיר זיין היינט, זיכער נישט ביי די הויפט התוועדות מטעם חסידי חב"ד במעמד רבי יואל. מען דארף אמאל נוצן קאמאן סענס.
ס'א פלא ווי דא צו חב''ד קאקא'ס ניצטו דיין תמימות ופשטות זיך אנעמענדיג בכל לבבך פאר די מטורפים
ווי אויפגעקלערטקייט קען נעבעך פירען.....
ס'משיח'ס צייטען
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פון הרב גינזבורג'ס אפיציעלע אימעיל:
ובשולי הדברים, הבהרה: אנשים שמנסים לפגוע באירוע הערב הפיצו בזדוניות שמועות מטופשות וחסרות בסיס (על "הכתרה" וכיו"ב). כמובן, אין לנו כל קשר לדברים והם רק הסבו לרב עגמת נפש.
בתקוה שיסורו כל הקטרוגים על הפצת מעינות החסידות ובברכת שנה טובה בדרכי החסידות ולימוד החסידות! להתראות בהתוועדות!
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אגב, מען קען יעצט זעהן לייו דער התוועדות, ביי דער לינק http://pnimi.org.il/2011-08-16-13-43-12 ... 8-11-47-43
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~