בלאט 1 פון 1
גוגעל Google מאכט ליצנות
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:31 pm
דורך לאדיך אפ
גוגעל מאכט ליצנות פון אונז, פשוטו כמשמעו... גוגעלט "tilt" אדער "askew" און קוקט וואס געשענט. אדער אויב ענק האבן נישט קיין נערווען דאס צו טון קליקט
דא (פאר tilt) און
דא (פאר askew).

Re: גוגעל Google מאכט ליצנות
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:10 pm
דורך אברעמעל
דא האסטו נאך
do a barrel roll and
ascii art
let it snow
Google Gravity קליק אויף I'm feeling lucky
אגב דאס זענען גאר אלטע זאכן.
גוגל'ס באהאלטענע קונצן
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:29 pm
דורך יידל
לכבוד די גוי'אשע חגא וואס איז אט וואס פארלאפן, האט גוגל באהאלטן אין זייערע סוירטש ענדזשין אפאר אינטערעסאנטע קונצן. אט האט איר אפאר דערפון:
גוגל'ט askew אדער tilt - די סקרין גייט זיך בייגן צו די רעכטס.
גוגל'ט zerg rush - אוס (O) וועלן אנהייבן פאלן און צושטערן אייערע זוך רעזולטאטן. נוצט אייער מויזל צו כאפן די אותיות און ראטעוועט אפ די רעזולטאטן.
אין גוגל מעפס, זוכט walking direction פון the shire צו mordor. די ריזאלט איז: Use caution – One does not simply walk into Mordor.
Re: גוגל'ס באהאלטענע קונצן
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:32 pm
דורך יידל
נאך:
לייגט גארנישט אריין אין גוגל, און דרוקט "I'm felling Lucky". די ריזאלטס זענען אלע גוגל'ס דודלעך מיום היווסדה.
גוגל'ט "do a barrel roll" און די ריזאלטס דרייען זיך ארום 360 דעגרי.
Re: גוגל'ס באהאלטענע קונצן
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 1:13 pm
דורך משה רוקח
זוך אין גוגל פאר Anagram וועט ער דיר פרעגן אויב דו האסט געמיינט Nag A Ram
זוך פאר Do A Barrel Roll
זוך פאר Binary וועט ער דיר געבן די נאמבער פון ריזאלטס אין ביינערי
Re: גוגל'ס באהאלטענע קונצן
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 5:10 pm
דורך אברעמעל
Re: גוגל'ס באהאלטענע קונצן
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 5:48 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט פארוואס, אבער ביי מיר ארבעט נישט די אלע קינצן. (איך ניץ אינטערנעט עקספלארער).
Re: גוגל'ס באהאלטענע קונצן
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 6:35 pm
דורך משה רוקח
נוץ קראום וועט עס ארבעטן.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:37 pm
דורך לאדיך אפ
רמחנא ליצלן כ'האב נישט געגלייבט וואס כ'זע. גוגל די ווארט GAY און קוק וואס געשעט מיט די סערטש באקס. לויט די רבנים וואס אסרן צו וואויטן פאר קאנדידאטן וואס שטיצן געיס, טאר מען מער נישט נוצן גוגל