בלאט 1 פון 2

בעני פרידמאן געט ארויס א נייע סידי, שבת ניגונים, בני היכלא!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 6:16 pm
דורך סאשי פיש
די אויפגייענדע שטערן אין די מוזיק וועלט,אדער בעסער געזאגט די שטערן וואס איז שוין ארויפגעגאנגען בעני פרידמאן,
גייט יעצט ארויסגעבען זיין פערטע סידי,
דאסמאל וועט עס זיין א סידי פון 20 באקאנטע שבת ניגונים און ווי אויך פון די זמירות,
די סידי הייסט: בני היכלא - א שבת מיט בעני פרידמאן!
ער האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די באקאנטע ידידים קווייער פאר א חסידישע טעם.

בעני פרידמאן זאגט: אז ער חלום׳ט שוין יארן פון א שבת סידי און יעצט צווישען אלע קאנצערטען און צווישען זיין עכטע סידי אויף וואס ער ארבעט האט ער דאס אריינגעשטופט!

די פראדאסער ישראלי מייער זאגט: איבער אז די סידי וועט טוישען יעדעמס שבת טיש!

ביים זינגען,
1
1
image.jpg (56.33 KiB) געזען געווארן 2793 מאל

מיט ידידים קווייער,
2
2
image.jpg (52.06 KiB) געזען געווארן 2793 מאל

ביים דראמען
image.jpg
image.jpg (55.55 KiB) געזען געווארן 2793 מאל

ביים מיקסען
image.jpg
image.jpg (58.59 KiB) געזען געווארן 2793 מאל

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 7:54 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גאר א שוואכער שטערן , זיין שטימע איז טרוקענער פון א טאוסט ברויט אונטערן זון חדשי תמוז אב

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:09 pm
דורך סאשי פיש
ווער האט א נאסע שטימע?!....

וואס קענסטו טון אז דו עולם ווערט משוגע פאר א טריקענע שטימע?!

יעדער איז משוגע חוץ דיך???!, העסק פאריאר און דעי יאר נאכאמאל, וויפעל קאנצערטן ער האט איבער די גאנצע וועלט!
אזוי יונג שוין האלטען ביי א פערטע סידי??!!
וואס קען מען טון אז די גאנצע וועלט איז נישט אזא מבין ווי דיך!!!!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:14 pm
דורך דער (פינטעל) איד
קודם זע איך ווי גוט דו פארשטייסט אז דו קענסט פרעגן ווער סהאט א נאסע שטימע. מרדכי בן דוד האט א נאסליכע שטימע. דאס אז ער האט קאנצערטס איז נישט א ראיה אויף גארנישט , סאיז דא גענוג אזעלכע ׳מבינים׳ ווי דיר וואס וועלן צאלן עם צו הערן. און היינט קען מען יעדן מאכן א שטערן סאיז א וועלט היינט ווי מקען באשאפן גולמים זייער גרינג.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:21 pm
דורך סאשי פיש
שוין דא אין די געשעפטען!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:23 pm
דורך סאשי פיש
ער האט געחתמ׳נט אויף איינעמ׳ס סידי!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:27 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ער אליינס????? איך גלייב נישט!!!
ער האט זיכער געשיקט א שליח סיינען , איך גלייב נישט "ער אליינס" זאל זיך אזוי אראפלאזן און פון ווי האט ער דע צייט דערצו? און פארוואס זאל ער עס טון בחינם זיין חתימה איז זיכער ווערט מיליאנען. שווער שווער צו גלייבן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:37 pm
דורך לאליפאפ
ר׳ דער איד זייטס מוחל און שטייטס ווייט פונעם סטעידזש טאמער איר זענט אלערגיש צו בעני.. ער ראקט!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:38 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ער ראקט פאר טויבע אדער פאר מענטשן וואס פארשטייען נישט. א שטימע האט ער נישט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וואלט ער נישט געווען אברהם פריד'ס נעפיא וואלט ער געארבעט אין א ספרים געשעפט אדער אפשר וואלט ער געווען א שליח ערגעץ ווי אין אזיע.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אבער איך ווינטש עם אלעס גוטס. יעדער זאל האבן פרנסה , איך מוז אבער זאגן וואס איך האלט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:52 pm
דורך טיטאניק
קאווע שטיבעל איז א דעמאקראטיש פלאץ
יעדער איז בארכעטיגט צי שרייבען זיין מיינוג, געפעלט דיר נישט? גיי קיין אייוועלט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:54 pm
דורך טיטאניק
מיין מיינוג איז אז ער איז א גיטער זינגער,
ער זינגט שיין הארציג, און באטעמט
אבער, ווען ער שטייט אויפען סטעידזש עקט ער געפערליך נעריש, זיינע מאושענס זענען גאר שוואך
גראדע שלומי גערטנער עקט אויך גאנץ נעריש, אבער ס'מאכט נישט אוועק זיין גוטע סאבעל שטימע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:55 pm
דורך ירחמיאל הויטשינדער
זיין פעטער זינגט יא גוט אה ער האט א שטימע. איך האלט ווי דער איד, און פאר א חתונה האלט איך אז שניצלער איז נאך אייביג די בעסט. ביי א חתונה מוז מען האבן א גראבע לעבעדיגע שטימע. איך זע נישט וויאזוי בעני הייבט א חתונה, זיין שטימע איז בכלל נישט ספעציעל און קוים וואס מ'הערט עפעס. דאסקאל האט כאטש א הערליכע שיינע שטימע אזוי אויך אברהם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:18 pm
דורך יואב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואלט ער נישט געווען אברהם פריד'ס נעפיא וואלט ער געארבעט אין א ספרים געשעפט אדער אפשר וואלט ער געווען א שליח ערגעץ ווי אין אזיע.


אברהם איז כהיום וואן אף ע קיינד. ער האט אסאך געארבייט אויף זיין שטימע, און ס'מיינט נישט אויב איינער איז שוואכער איז יענער גארנישט ווערד. הער נאר גאר אלטע קאנצערטן וואו ער שטייט אין שאטן פון מרדכי -- דער דעמאלסדיגער בולדויזער. כהיום האט ער זיך איינגעהאנדלט א נוקלערן שטימע, און זינגט אויך שטארק אן טאן. בעני לדעתי איז א סאליד "שטערן", און פאר קנאים א סאליד "שטערונג". (ווען ער זינגט יש תקווה).
פינטל איד, איך ווייס נישט פון וואספארא "טרוקענעם" קול דו רעדסט. זיין שטימע איז מתוק מדבש, און חוץ זיין שטימע ווייסט ער "וויאזוי" צו זינגען. און "וויאזוי" צו זינגען דאס איז דער עיקר. אברהאם, מרדכי, שלומי דאסקאל וכדו', זייער קול איז שוין א טפל. פאר א סיבה ווערט לוי פאלקאוויטש פאפיולער, ער ארבייט אויף וויאזוי צו זינגען.

און איך ווייס נישט וועמענס נעפיו דו ביזט, אויב באקומסטו א דשאב אפפער צו שטיין אין א ספרים געשעפט "פליז" כאפ דאס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:21 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פארוואס פארגינסטו מיר נישט עפעס א בעסערע דזשאב? נאר דו מעגסט שטיין דארט אין רעסטאראנט סארווירן גאלאש פארן עולם?

אברהם איז ביי מיר נאך אלץ אין שאטן פון מרדכי, איך וואלט זיי אפילו נישט געלייגט אויף איין שורה זיי זענען בכלל גאר אנדערע סארט זינגערס. מ'מעג וויסן ''וויאזוי'' צו זינגען ביז מארגן. א שטומער ל"ע מעג אויך וויסן וויאזוי צו זינגען ס'וועט עם ווייניג העלפן.

אז דו הערסט נישט בעני'ס שטימע טרוקן מוז זיין אז דו האסט אסאך אויל אין דיינע אויערן. א קיו טיפ וואלט נישט געשאדט. אזא שנעלע פיץ.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:42 pm
דורך יואב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פארוואס פארגינסטו מיר נישט עפעס א בעסערע דזשאב? נאר דו מעגסט שטיין דארט אין רעסטאראנט סערווירן גאלאש פארן עולם?

אברהם איז ביי מיר נאך אלץ אין שאטן פון מרדכי, איך וואלט זיי אפילו נישט געלייגט אויף איין שורה זיי זענען בכלל גאר אנדערע סארט זינגערס. מ'מעג וויסן ''וויאזוי'' צו זינגען ביז מארגן. א שטומער ל"ע מעג אויך וויסן וויאזוי צו זינגען ס'וועט עם ווייניג העלפן.

אז דו הערסט נישט בעני'ס שטימע טרוקן מוז זיין אז דו האסט אסאך אויל אין דיינע אויערן. א קיו טיפ וואלט נישט געשאדט. אזא שנעלע פיץ.

נו גוט. יעך וועל זיך מיט אייך נישט שפארן.
א דשאב פארגין איך דיך א בעסערן, ווי יענע מלמד האט געזאגט: פארוואס מיר שעלטן דעם טויט; בענטשט מיך איך זאל געווינען דעם לאטערי. (להבדיל).
נאר וואס דען, בעני פרידמאן האט ווי עס שיינט יא א בעסערן דשאב, וואס לשיטתך קומט דאס נישט פון ייחוס עצמו. נו גוט אויף דעם אויך, איך וועל זיך נישט שפארן מיט דיר כהנ"ל.

וואס איך פארגין דיר נישט, איז די הנאה אז איין משוגענער יואב האט זיך מתנדב געוועזן לכבוד ערב ראש חודש שבט, אריינצושפילן אין דיין אינטערהאלטונג זאק.
וואס אגב רעדנדיג פון טאויסט, איז דאס רעקאמאנדירט פאר דייעריע. הפנים, באזירט אויפן ואל תיטוש.
מיר זענען גוט פון דערווייטענס (נוסח אחר: מיט איינע פון דיינע אנדערע ניקס -- אפילו פון דעם נאנט) א כתיבה וחתימה טובה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווי קומט דא אריין טאויסט. און גוט צו וויסן אז איך בין גוט מיט דיר אפשר האסטו נאך גוטע נייעס פאר מיר

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:31 am
דורך טעפל
דוקא נישט שלעכט זיין קול..[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cWLS8R1PBNM[/youtube]

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:41 am
דורך רויטע וואנצעס
הערליך שיין! ייש"כ טעפעלע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:53 pm
דורך דער (פינטעל) איד
טעפל. אין א סטודיו קען איך מאכן אויך א מצורה אויסזען שיין. נישטא קיינער וואס קען האלטן א טאן ווואס זאל נישט קענען זינגן אין סטודיו.
איך רעד פון חתונות זינגען ווי מ'הערט דעם שטימע כמוא שהיא אזוי ווי ס'איז באמת. ער האט נעבעך גארנישט צו פארקויפן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:42 pm
דורך טעפל
איז קוק דא וועסטו זעהן אז בעני האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם אז ער מוטשעט זיך ארויפצויען וכו'

איך מיין אז דיר וועט אפילו א סטודיא שוין נישט העלפן אויסזעהן שיין ;)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=siQaJGg0fmI[/youtube]

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
משם אינו ראיה ווייל ס'איז יא אין סטודיא, מ'האט שפעטער געמאכט א מוזיק ווידיאו trailer.
למעשה בין איך אביסל מסכים מיט פינטעלע בנוגע חתונות. ער מאכט זייער לעבעדיג ביי חתונות אבער ס'איז נישט זיין ספעשעלטי. ס'איז דא חתונה זינגערס וואס מאכן סידי'ס צו פאמפן זייער חתונה זינגען. בעני איז בעיקר גרויס אין סידי'ס דערפאר נעמט מען אים אויך ביי חתונות.